יש עתיד
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 56
- רעאקציע ראטע
- 269
שוין. דו וואסערן האבן זיך אויסגעקלארט, די גרויסארטיגע 1.3 ביליאן דאלאר דיעל מיט קאנאדע צו באקעמפען דראגס איז שוין געמאכט געווארן אין דעצעמבער.בד''וו זינט איך האט אנגעהויבן אריינקוקן זעהט מיר אויס טראמפ מער און מער גערעכט מיט די טעריפס, וואספארא פריינט איז קאנאדע אויב זיי האבן טעריפס אויף אמעריקע אדער לאזן זיי אויסדרוקליך נישט אריין אמעריקאנע ביזנעס. און דאס איז נאך וואס זיי רייטן אויף אמעריקעס חשבון.... וויאזוי קען מען דאס בכלל פארענטפערן? וואס איז די דאפעלטע סטאנדארט?
ער חוש'ט ארום מיט די מוחות אזש ס'כאפט א פחד, נעכטן איז גאנץ מאגא געטאנצן פון שמחה אז מ'לייגט טעריפס, האסט נאכגעברענגט פון טראמפ (...) אז קאנאדע האט שוין לאנג טעריפס און זיי לאזן נישט אריין ביזנעסער פון אמעריקע
וואס איז היינט געשען? היינט איז טעריפס נישט גוט, ער נעמט עס אראפ ווייל ס'איז עכט נאר געווען א וועג צו ברעכן קאנאדע מיט עפעס קלייניגקייטן וואס איז שוין געווען דא פון דעצעמבער. און מעקסיקא מיט טרופן וואס איז שוין געווען אונטער ביידען.
דו שטראלסט פאר שמחה ער האט געוואונען די מערכה, מיט אזאלכע געווינער דארף מען נאך פארלירער? יעצט האט מען זיך איינגעקויפט next door שונאים, פארלעצט זיין אפמאך וואס מען ווייסט נאכנישט די אפעקטן וואס דאס קען האבן אויף צוקנופטיגעַ טרעיד. יו רבוש"ע די קורצזיכטיגקייט! ער איז דא פאר שארט טערם פייערן זיגן ווייל נאכדעם ווען ס'בעקפייערט קען מען דאך אנלייגן די שולד אויף דעמאקראטן אדער אויף dei.