טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

@יש עתיד זייער שיין צונומען די נושא!

איך קען נישט וויסן פונקטליך וואס ער וויל. און איך זיך איהם נישט צו פארענטפערן. איך האב גראדע פארשידענע חשבונות וואס קען זיין ווערד אויסצושמועסן. אבער ווי געזאגט, איז טעריפס נישט מיין שטארקע פוינט און איך האב נישט קיין מיינונג, טראץ וואס מיט מעקסיקא און אייראפע און טשיינע פארשטיי איך איהם מערסטנס, קען איך איהם גראדע נישט פארשטיין אזוי אויף קאנאדע. אבער פאר מיר איז עס נישט קיין סיבה זיך צו קימערן, זינט ער טוהט יא אויף ווי ס'איז מיר באמת וויכטיג. מיינסט וואס ביידן האט געטוהן האט מיר מער געשמעקט.... אויס איז די פריינדשאפט מיט קאנאדע די פרייז צו באצאלן פאר אלע אנדערע בענעפיטן בין איך דערווייל אין דערפאר. ווען זאכן וועלן זיך טוישן וועל איך זיך נישט שעמען צו אפדעיטן.
אקעי, די דיפלעקשאן סטראטעגיע איז אין קראפט.
קודם האב איך גארנישט מיט טראמפ, צווייטנס איך קען מיך נישט אויס מיט טאריפס, דריטנס איך רעד נאר פון מעקסיקא און טשיינע, קאנאדא פארשטיי איך טאקע נישט (איך דארף נאך אויסטשעקן וואס די ספינערס זאגן דערויף - ווייל די וואל-סטריט דזשענרנאל איז בייעסד..)

ס'נישטא ווער זאל לאכן.

אויב איז עס א משוגע'נע פאליסי און א טרעיד מלחמה סתם פאר די נויז - דאן קומט זיך אים פעטש און קריטיק! it is that simple!
וועסט עס אייביג דארפן דיפענדן - פארוואס? ווייל די לינקע זענען ערגער! א שיינעם תירוץ!
"מיינסט וואס ביידן האט געטון האט מיר מער געשמעקט" - כאילו דאס איז סיי וויאזוי א תשובה דא. כ'מיין ווען ביידן טוט עפעס נישט צום זאך האט די פאלק און די מידיע טענות (ואני בתוכם) - און ס'קומט אזוי. לאמיר אבער זען ווען דיין קעניג איז אויפן טראן ווי דו ערלויבסט זיך צו עפענען דאס מויל...
זאג עס ארויס. די טעריף פאליסי איז צודרייט און עס גייט הייבן פרייזן! וואס נאך?!

איך האב געזעהן איינעם אויף אייוועלט שרייבן א אינטערסאנטע נקודה, די לינקע פארשטייען אלס אז ווען מ'וויל באקומען געלט פאר זייערע זאכן, קען מען טעקסן די רייכע, און די קארפארעישאנס, איי די קאנסומער צאלט די פרייז ביים סוף? דאס ווילן זיי נישט כאפן, יעצט ווען טראמפ וויל טעקסן די רייכע און די קארפארעישאנס פון אויסלאנד האבן זיי זיך דערמאנט אז די קאנסומער צאלט די פרייז ביים סוף...

פארוואס זאלן נאר די רייכע אין אמעריקא צאלן טעקסעס און נישט די רייכע פון קאנאדא?

זייער א שיינע ספין (זעט טאקע אויס פון יאסי געשטעטנערס פקחות). די פראבלעם דערמיט איז אז דו האסט דיר אליין געגראבן דעם גרוב. לינקע האבן נישט קיין פראבלעם מיט טעקסן די רייכע און אפי' ארויפברענגען אביסל די פרייזן - איז נישט דאס געווען די טענה אויף די דעמאקראטן יעצט און פון אייביג?
נאר וואס, ס'קומט טראמפ און שרייט ער גייט בעסער מאכן די עקאנאמיע, וויאזוי? דורך טאריפס. ביסטו אינגאנצן משוגע געווארן? ביסטו נישט דער וואס פלוידערט פון נידערן טעקס און נידערן פרייזן? וואו זענען דאס אלעס ארויסגעפלויגן פון פענסטער פאר דיינע איידעאלאגישע אנשויאונגערן?

דאס איז שוין ביסיידס די ברייטערע עקאנאמישע עפעקטס פון אפלאזן דיעלס און שטעלן טאריפס אלס א וואפן - וואס איז זייער אנדערש ווי טעקסן אינקאם פון א געוויסע לעוועל... (אזויווי @יש עתיד און @דעת תורה זאגן.)

און איך ווייס נישט צו דו ביסט סתם איגנאראנט צו וואס. טעריפס גייסטו צאלן - נישט די רייכע אין קאנאדא!
ס'קען זיין אויב מ'קויפט ווייניגער פון דארט גייען זיי עס שפירן, אבער זייער אסאך פראדוקטן גייט מען ווייטער קויפן פון דארט און דו גייסט עס פיין שפירן...

איך האב יעצט געזען טראמפ געבן א פרעסע אפדעיט און ער האט געזאגט אפאר וויכטיגע פונקטן. א' קאנאדע האט גרויסע טעריפס פון אמעריקע, ב' זיי שטעלן זיך נישט צו מיט די גרעניץ בנוגע דראגס. ער וויל זיי זאלן קומען צום טיש אויף ביידע פון די פונקטן. אויב איז עס אמת אז קאנאדע מאכט שוועריקייטן פאר אמעריקע צו טוהן ביזנעס דארט דאן וואס איז די גאנצע ויצעקו ווען ס'פארקערט?
אה, העלאו. האסטעך געטראפן א תירוץ! האלט דיך דערמיט!

פארגעס ח"ו נישט די רול אז קריטיק אויף טראמפ איז פארבאטן.
און זע דיך אויך צו האלטן שטארק ווען די פרייזן הייבן אן ארויפצוגיין אדער ווען די וועלט הייבט אן נקמה נעמען און איזולירן אמעריקע...
 
לעצט רעדאגירט:
ס'קוקט אויס ווי דו ביסט אויף א ערנסטע מערכה..

איך בין נישט דא צו דעפענדן טעלעפאון אבער ס'קוקט אויס אז דו האסט דאבל סטענדערדס, דו האסט נישט קיין פראבלעם צו קריטיקירן ביידען, אבער ווען ער זאגט אז די טעריפס אויף קענעדע פארשטייט ער נישט דאן איז עס נאר א ספין... א דיפלעקשאן סטראטעגיע...

אין א געוויסע זין ביסטו די זעלבע פון אים נאר אויף די פארקערטע זייט.

פארגעס ח"ו נישט די רול אז פארשטיין טראמפ איז פארבאטן...
 
זייער א שיינע ספין (זעט טאקע אויס פון יאסי געשטעטנערס פקחות). די פראבלעם דערמיט איז אז דו האסט דיר אליין געגראבן דעם גרוב. לינקע האבן נישט קיין פראבלעם מיט טעקסן די רייכע און אפי' ארויפברענגען אביסל די פרייזן - איז נישט דאס געווען די טענה אויף די דעמאקראטן יעצט און פון אייביג?
נאר וואס, ס'קומט טראמפ און שרייט ער גייט בעסער מאכן די עקאנאמיע, וויאזוי? דורך טאריפס. ביסטו אינגאנצן משוגע געווארן? ביסטו נישט דער וואס פלוידערט פון נידערן טעקס און נידערן פרייזן? וואו זענען דאס אלעס ארויסגעפלויגן פון פענסטער פאר דיינע איידעאלאגישע אנשויאונגערן?

דאס איז שוין ביסיידס די ברייטערע עקאנאמישע עפעקטס פון אפלאזן דיעלס און שטעלן טאריפס אלס א וואפן - וואס איז זייער אנדערש ווי טעקסן אינקאם פון א געוויסע לעוועל... (אזויווי @יש עתיד און @דעת תורה זאגן.)

און איך ווייס נישט צו דו ביסט סתם איגנאראנט צו וואס. טעריפס גייסטו צאלן - נישט די רייכע אין קאנאדא!
ס'קען זיין אויב מ'קויפט ווייניגער פון דארט גייען זיי עס שפירן, אבער זייער אסאך פראדוקטן גייט מען ווייטער קויפן פון דארט און דו גייסט עס פיין שפירן...
א הערליכע ספין, און דו ענפערסט אפילו נישט פארוואס ס'איז נישט גוט, חוץ חוזק מאכן פון געשטעטנערס פקחות, דיין תירוץ איז אז איך האב נעכטן געטענה'ט פארקערט? אפשר איז די קשיא אויף דיר פארן טענה'ן היינט פארקערט פון נעכטן?

די לינקע האבן נישט קיין פראבלעם מיט טעקסעס און אפילו ארויפברענגען די פרייזן דאן וואס איז זייער אישו מיט טראמפ אז די פרייזן גייען ארויפגיין אויב צום סוף גייט ארויסקומען א גוטע זאך? איך זאג נישט אז ס'גייט טאקע זיין גוט, אבער די טענה פון ארויפרוקן פרייזן און דאס אז טראמפ טעקסט אמעריקא ענדערש ווי קאנאדא איז נישט קיין טענה אויב דו פארשטייסט אז דא אין אמעריקא קען מען טעקסן די רייכע וויפיל מ'וויל.

טעקס גייסטו צאלן - נישט די רייכע אין אמעריקא!

די פוינטס פון יש עתיד און דעת תורה שטימט שוין יא בעסער
 
ס'קוקט אויס ווי דו ביסט אויף א ערנסטע מערכה..
א שטיקל...
איך בין נישט דא צו דעפענדן טעלעפאון אבער ס'קוקט אויס אז דו האסט דאבל סטענדערדס, דו האסט נישט קיין פראבלעם צו קריטיקירן ביידען, אבער ווען ער זאגט אז די טעריפס אויף קענעדע פארשטייט ער נישט דאן איז עס נאר א ספין... א דיפלעקשאן סטראטעגיע...
ניין.
@טעלעפאן איז אריינגעקומען נאך @יש עתיד'ס באריכט זאגענדיג אז 'טראמפ ווייסט וואס ער טוט' און אז ער זיצט מיט אסאך קלוגערע ווי די אין די וואל סטריט דזשערנאל וכו', און ציטירט טראמפ אליין דערויף.
אויף וואס יש עתיד האט ארויסגעברענגט וויאזוי עס האט געשאדט אין זיין ערשטע טערמין און וויאזוי רוב נארמאלע עקספערטן טענה'ן אז עס מאכט קאליע פאר די עקאנאמיע שארט און לאנג טערם.
קומט ער צוריק זאגן אז ער ווייסט נישט וועגן קאנאדא.

אקעי, דאן ווער בעט דיר זיך אנצורופן? סתם ווייל איינער האט אראפגעריסן טראמפ? אפשר קומט זיך עס אים אמאל? אפשר קענסטו מודה זיין אז נישט אייביג איז ער דעפענסיבל?
אה, ניין. ער דעפענד נישט טראמפ ער רייסט נאר אראפ די מידיע. אקעי, אבער דאס איז אן אשכול איבער טראמפ און זיינע פאליסיס נישט איבער די מידיע..
און איך רוף עס דיפלעקשאן ווען מ'ווייזט איינעם אז ער רעדט נישט צום זאך און ער ענטפערט איך ווייס נישט וואס איך האב געזאגט אדער פארוואס איך דעפענד עס..
אין א געוויסע זין ביסטו די זעלבע פון אים נאר אויף די פארקערטע זייט.
יכול להיות. ווייז מיר וויאזוי.
פארגעס ח"ו נישט די רול אז פארשטיין טראמפ איז פארבאטן...
קען זיין. אבער איך האב נישט קיין פראבלעם צו ארויסהייבן טראמפ אויב טוט ער גוטע זאכן. איך האלט אסאך פון זיינע פאליסיס און עקזעקיוטיוו ארדערס קען בעצם זיין גוט און בענעפישעל. איך קען מסכים זיין אז מ'דארף קעיר נעמען פון אומלעגאלע אימיגראנטן אדער אז די טרענס און DEI משוגעת'ן זענען געגאנגען צו ווייט.
איך בין נאר מחולק מיט די עקסטרעמיסטישע מהלך וואס ער נעמט, אבער עס איז ביי מיר נישט אפגעפרעגט אז יתכן דאס פעלט זיך יעצט אויס. איך וועל ווארטן און זען די רעזאלטס. און קריטיקירן און מסכים זיין אויף ספעציפישע נקודות בתוך הזמן..

א הערליכע ספין, און דו ענפערסט אפילו נישט פארוואס ס'איז נישט גוט, חוץ חוזק מאכן פון געשטעטנערס פקחות, דיין תירוץ איז אז איך האב נעכטן געטענה'ט פארקערט? אפשר איז די קשיא אויף דיר פארן טענה'ן היינט פארקערט פון נעכטן?
יש עתיד זאגט שוין וויאזוי עס איז נישט גוט. איך האב ציטירט א ווידעא אויך. (און איך קען ברענגען נאך אויב ביסטו נייגעריג). די עיקר נקודה איז אבער אז פרייזן גייען ארויפגיין, און איך בין דעספרעט צו הערן איין מאגא'איסט זיך ערלויבן צו לאזן פאלן קריטיק דערויף - נאך וואס טראמפ איז דאך כלומר'שט געלאפן אראפצוברענגען די פרייזן..
איך טענה נישט פארקערט ווי נעכטן בכלל. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז נישטא קיין מקום פאר טאריפס אדער הויכע שטייער (און פרייזן) ווען עס קומט אריין און אויף די ריכטיגע וועג. עס איז די רעכטע וואס האבן געמאכט דעם יו-טערן. און איך וויל נאר זיי זאלן עס אנערקענען.

די לינקע האבן נישט קיין פראבלעם מיט טעקסעס און אפילו ארויפברענגען די פרייזן דאן וואס איז זייער אישו מיט טראמפ אז די פרייזן גייען ארויפגיין אויב צום סוף גייט ארויסקומען א גוטע זאך? איך זאג נישט אז ס'גייט טאקע זיין גוט, אבער די טענה פון ארויפרוקן פרייזן און דאס אז טראמפ טעקסט אמעריקא ענדערש ווי קאנאדא איז נישט קיין טענה אויב דו פארשטייסט אז דא אין אמעריקא קען מען טעקסן די רייכע וויפיל מ'וויל.
טעקסן לחוד און טרעיד מלחמה לחוד. טעקסן איז א רעגירונג טול מימות עולם אין וואו עס טוט זיך א מערכה איבער די נומערן. משא"כ טאריפס אויף א מיאוס'ע פארנעם אן קיין נארמאלע קאהירנט סיבה איז עפעס וואס קען קאליע לייגן די אייגענע און די וועלטליכע עקאנאמישע באציאונגען פאר לאנגע יארן.
טעקס גייסטו צאלן - נישט די רייכע אין אמעריקא!

די פוינטס פון יש עתיד און דעת תורה שטימט שוין יא בעסער
לא הבנתי.
 
פּאַנאַמאַ האט זיך געבויגן.
מעקסיקא האט זיך געבויגן.

מזל טוב דאנאלד טראמפ!!

בד''וו זינט איך האט אנגעהויבן אריינקוקן זעהט מיר אויס טראמפ מער און מער גערעכט מיט די טעריפס, וואספארא פריינט איז קאנאדע אויב זיי האבן טעריפס אויף אמעריקע אדער לאזן זיי אויסדרוקליך נישט אריין אמעריקאנע ביזנעס. און דאס איז נאך וואס זיי רייטן אויף אמעריקעס חשבון.... וויאזוי קען מען דאס בכלל פארענטפערן? וואס איז די דאפעלטע סטאנדארט?
 
Gi3__AgW4AEdZML.jpg
 
פארגעס ח"ו נישט די רול אז קריטיק אויף טראמפ איז פארבאטן
וואס איז מיט אביסל אמונה פשוטה?
ס'איז דאך מעניני דיומי, ויאמינו בטראמפ ובעילן עבדו.

אונז דארף מיר נישט אלעס פארשטיין.
און ווען די וואס פארשטייען זאגן קריטיק, איז א פשוט'ע סימן אז באמת פארשטייען זיי נישט.
 
זאגסטו אז ער האט נישט קיין אנונג וואס ער טוהט? און ברענגסט א ראי' פון א טאַבּלויד וואס האקט שוין אויף איהם מראשית אז.
Wow איך האב שוין לאנג נישט געהאט אזא אינסטענט רעאקציע פון rage צו עפעס וואס איך האב געליינט.

די WSJ איז א טאבלויד??? זיי 'האקן שוין אויף אים מראשית אז'? נאכאמאל? דו פארמאגסט עני דזשוס אין דיין מוח? האסט אפילו אן אהנונג ווי DUMB דו ביסט? וואס איז, זיי האב געוואגט צו שרייבן אנטקעגן דיין געשטקעלע?
 
פארשטייט זיך היינט קען מען שוין נישט טרעפן יענע ווידעאס געהעריג....
אבער דא איז די לינק....
אויב האט מען נישט געמעקט איז עס לכאורה באהאלטן אונטער איינער פון די פאלגענדע צוויי לינקס.
Khan Academy

Khan Academy
וואס הייסט אויב האט מען נישט געמעקט? דו ווייסט אפילו נישט וואס דו לינקסט?

ווען ס'איז די גאנצע וועלט קעגן טראמפ וועסטו נישט טרעפן קיין גינסטיגע דעקונג, וועסט דארפן טוהן דיין אייגענע ריסוירטש. ס'זיצן מיט טראמפ פיל קליגערס ווי מענטשן וואס ווייסן נישט וואס טוהט זיך מיט זיך.
איך קען נישט וויסן פונקטליך וואס ער וויל. און איך זיך איהם נישט צו פארענטפערן. איך האב גראדע פארשידענע חשבונות וואס קען זיין ווערד אויסצושמועסן. אבער ווי געזאגט, איז טעריפס נישט מיין שטארקע פוינט און איך האב נישט קיין מיינונג, טראץ וואס מיט מעקסיקא און אייראפע און טשיינע פארשטיי איך איהם מערסטנס, קען איך איהם גראדע נישט פארשטיין אזוי אויף קאנאדע. אבער פאר מיר איז עס נישט קיין סיבה זיך צו קימערן, זינט ער טוהט יא אויף ווי ס'איז מיר באמת וויכטיג. מיינסט וואס ביידן האט געטוהן האט מיר מער געשמעקט.... אויס איז די פריינדשאפט מיט קאנאדע די פרייז צו באצאלן פאר אלע אנדערע בענעפיטן בין איך דערווייל אין דערפאר.
איז לאמיר פארשטיין. מען דארף אליינס מאכן ריסוירטש און די גאנצע וואס דו ווייסט איז א קאהן ווידיאו. ביסט מודה אז דו "ווייסט נישט פונקטליך וואס ער וויל", זוכסט איהם נישט צו פארענטפערן, טעריפס איז נישט דיין שטארקע פוינט און דו קענסט אים נישט פארשטיין אזוי אויף קאנאדע; אבער אינטערעסאנט ווי דו ווייסט אז די פרייז איז ווערט צו באצאלן און דו האסט גאנצע מיינונגען אויף די סובדזשעקט.
איך האב יעצט געזען טראמפ געבן א פרעסע אפדעיט און ער האט געזאגט אפאר וויכטיגע פונקטן. א' קאנאדע האט גרויסע טעריפס פון אמעריקע, ב' זיי שטעלן זיך נישט צו מיט די גרעניץ בנוגע דראגס. ער וויל זיי זאלן קומען צום טיש אויף ביידע פון די פונקטן. אויב איז עס אמת אז קאנאדע מאכט שוועריקייטן פאר אמעריקע צו טוהן ביזנעס דארט דאן וואס איז די גאנצע ויצעקו ווען ס'פארקערט?
סתם פאר נייגעריגקייט. פארוואס פרעגסטו נישט פארקערט, אויב איז אמת אז קאנאדע מאכט נישט שוועריקייטן פאר אמעריקע צו טוהן ביזנעס דארט דאן וואס איז די גאנצע ויצעקו פון טראמפ?
בעצם זאגסטו אליינס אז דו ביסט נישט עכט באקאנט מיט די נושא, נו אפשר איז די מציאות פארקערט?
 
מיין פרילינג איז אז דו ביסט נישט אינטערעסירט אין מיין אנטווארט, איך פיל עפעס נישט אז דו זאלסט טאקע זיין אזוי נייגעריג. העליך דיר לאזן מיינען אז דו האסט מיר אפגעפרעגט.

גייענדיג ווייטער וואלט איך געוואלט בעטן שיין מ'זאל פרובירן צו דיסקוסירן מציאות הדברים ווי איידער סתם אונטערהאקן איינער די אנדערע די כאראקטער.
 
מיט וואס האב איך דיר אינטערגעהאקט?

איך ברענג ארויס אז דו ביסט מסביר ווי גוט, שיין און קלוג וואס טראמפ טוט איז. אבער תוך כדי דיבור ווען מען שטעלט דיר פראגעס איז דיין אנטווארט, עה איך ווייס נישט, איך קען נישט.

אז דו ווייסט נישט און קענסט נישט, זיי מוחל און נעם נישט קיין שטעלונג. (דו מעגסט, אבער עס קוקט אויס נאריש)
 
Wow איך האב שוין לאנג נישט געהאט אזא אינסטענט רעאקציע פון rage צו עפעס וואס איך האב געליינט.

די WSJ איז א טאבלויד??? זיי 'האקן שוין אויף אים מראשית אז'? נאכאמאל? דו פארמאגסט עני דזשוס אין דיין מוח? האסט אפילו אן אהנונג ווי DUMB דו ביסט? וואס איז, זיי האב געוואגט צו שרייבן אנטקעגן דיין געשטקעלע?
אזוי ווי ער האט א געטשעקעלע וואס ער האט ליב צו דעפענדן האסטו אויך א געטשעקעלע וואס דו טרייסט אונטערצוהאקן...

די היציקייט גייט ביידע וועגן דא, אויב עפעס די אנטי טראמפערס זענען סאך היציגער, אזוי קוקט מיר עס אויס.
 
אויב עפעס די אנטי טראמפערס זענען סאך היציגער
איך בין אנטי טראמפ און נישט היציג.
אזוי ווי איך בין אנטי לב טהור און נישט היציג.

פאר מיר איז עס א הערליכע ריעליטי טיווי שאו. אבער ליידער עפעקט עס עכטע מענטשען.

אבער יא, אין מיי האמבל אפיניען, וואלט איך אריינגעלייגט טראמפיזם (נישט אלע רעפובליקאנער) אין די קולט קאטאגאריע.
(אן אידיאלאגיע קען נעמען די פארם פון א קולט, אויב קומט מען צו א פוינט ווי וואס נאר דער פירער טוט איז הייליג, ווי נאריש, אדער פשוט שלעכט, עס זאל נאר נישט זיין.)

די שטארק רעכטע פארטייען אין אנדערע לענדער זענען נישט קיין קולט, נאר אן אידיאלאגיע.
פארשטייט זיך איך שטים נישט איין מיט זייערע שיטות, אבער זיי האבן א רעכט צו האבן זייער מיינונג.

טראמפיזם אין אמעריקע איז נישט אפי' רעכט. ס'איז פשוט א פארגלייבטקייט אין א פירער וואס קען נישט מאכן קיין טעות. כמעט ווי א גאט.

איך האב נישט עכט קיין נערווען מאריך זיין, בעיקר ווייל איך גלייב שווער איך גיי טוישן איינעמס מיינונג.

איך רעספעקטיר יעדן, אפי' איינער וואס לדעתי לעבט ער אין א נייע קולט/רעליגיע.
(געוויסע שטארק לינקע זענען אויך אין א כמו רעליגיע, אבער לאוו דווקא ווי קולט. פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין געטליכער פירער. )
 
ס'קוקט אויס ווי דו ביסט אויף א ערנסטע מערכה..

איך בין נישט דא צו דעפענדן טעלעפאון אבער ס'קוקט אויס אז דו האסט דאבל סטענדערדס, דו האסט נישט קיין פראבלעם צו קריטיקירן ביידען, אבער ווען ער זאגט אז די טעריפס אויף קענעדע פארשטייט ער נישט דאן איז עס נאר א ספין... א דיפלעקשאן סטראטעגיע...

אין א געוויסע זין ביסטו די זעלבע פון אים נאר אויף די פארקערטע זייט.

פארגעס ח"ו נישט די רול אז פארשטיין טראמפ איז פארבאטן...
1) די עכטע לינקע ווילען א wealth tax דאס וועט אסאך ווייניגער אפעקטירען די ארומע,
2) איז די ארומקייט שטאפעל און אייראפע העכער אדער נידריגער ווי דא?

איך גלייב נישט אז עס גייט עפעס ווערן דערפון, מעקסיקא וועט לייגען אפאר סאלדאטען קאנאדע וועט אריין האקען א טא-ביי-פאר ערגעץ ווי לעבן די גרענעץ און מען וועט שאלן אויף פאקס נויז.
די ריכטיגע גאונות פון טראמפ איז די כאואס, קיינער ווייסט שוין נישט וואס איז noise און וואס איז signal, די (רוב) דעמעקראטען זענען פארלוירען
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top