איך פלעג מיך ווינדערן וואס טראמפ גייט האבן פון צולייגן קאנאדע צו אמעריקא, ס'גייט ברענגען דא נאך א קאליפארניע דא, דהיינו נאך דעמאקראטישע סענעטארן און קאנגרעסלייט, נאך אסאך דעמאקראטישע דעלעגאטן וכדומה.
למעשה האב איך געטראכט א מהלך, וואס ליגט אין זיין קאפ, נישט אז איך האלט אז ער מיינט בכלל ערנסט דאס איינעמען קאנאדע, נאר אויפן צד אז ער וויל עס טאקע אריינעמען.
טאמער קאנאדע גייט ווערן א חלק פון אמעריקא גייט טראמפ געדענקט ווערן דערפאר לטובה פאר די קומענדיגע הונדערטער יארן, פארן באלד פארדאפלען אמעריקא אין שטח, ס'איז אים ווערט אז די רעפובליקאנער זאלן נישט געווינען די קומענדיגע פאר עלעקשאנס דאס צו באקומען.
איך האלט אז דאס איז בעצם זיין חלום, און אפגערעדט אז א שטח בלייבט נישט לינק אדער רעכט לאורך ימים, סטעיטס טוישן זיך מיט די יארן, רעיגען האט נאך באקומען קאליפארניע ביי איין עלעקשאן, סאו ס'איז נישט כאילו די רעפובליקאנער גייען פארלירן פאר אייביג לכבוד די אנעקסירונג פון די לינקע קאנאדע.
דאס איז אלעס פארשטייט זיך און טעאריע, איך האלט נישט אז ער פלאנט עס בכלל ערנסט, ס'איז אדער א גוטע זשאוק, אדער עפעס א ספין וואס ער האט, אז ער וויל אקאמפלישאן עפעס אנדערש חושט ער ארום מיטן רעדן פון איינעמען קאנאדע.