איך קען מיר פארט נישט איינהאלטן פון ענטפערן
אויב קענסטו נישט אויפווייזן עפעס אויף פאלש דאן וויאזוי ביסטו אזוי איבערצייגט אז דיין טעיק איז די אמת'ע?
לגבי מיינונגען וואס זענען סוביעקטיוו, טראסט איך מיין קאמאן סענס געבויט אויף די מיינונגען און פאקטן וואס איך הער (פון אלע זייטן פון די ספעקטרום, אגב.) לגבי פאקטן, גלייב איך אפציעלע טשארטס און גראפס וואס ווערן ארויסגעשטעלט דורך די מענטשן אין אטאריטעט דערויף, און אלס 'אטאריטעט' נעם איך נארמאל די מיט די נויטיגע קרידענשעלס אינעם פעלד אדער די מיט עקסקלוסיווע דאטא, ווילאנג איך טראסט זיי און איך בין זיי נישט חושד אין בייזוויליג מיר וועלן פארדרייען.
דו קענסט מיר יא אויפווייזן אז זאכן זענען פאלש - אויב נאר עס שטומט נישט מיט די פאקטן וואס איך אליין טראסט בדרך כלל.
דיר אבער קען מען ביי דעפינאציע נישט אויפווייזן פאלשקייטן (דאס איז מיין פריערדיגע טענה) ווייל דו מאכסט זיכער קיינמאל נישט מודה זיין אויף סיי וואס אז עס איז 'א פאקט', און דו גייסט לכתחילה אננעמען אז נאר וואס דו ווילסט איז אמת - ממילא איז וואס דו גלייבסט ביי דעפינאציע די אמת און אלעס אנדערש פאלש..
אדרבה - זאג דו מיר וויאזוי דו וואלסט מיר מודה געווען אויף עפעס אז עס איז פאלש?
ביסטו מודה אז טראמפ האט ליגנט געזאגט לגבי אוקריינע בכלל? דו זאגסט אז די אויבנדערמאנטע ארטיקל צייגט 'כלומרשט' אן טראמפ'ס ליגנטס, אין די צייט וואס זיי ברענגען דעפיניטיווע באווייזן אז די נומערן וואס ער האט ארויסגעשטעלט (צווישן אנדערע) זענען נישט אמת - און 'פעיק ניוס' כלשונך..
שטומט אדער נישט?
ביסטו גרייט צו מודה זיין און צוריקצוציען פון דיין 'כלומרשט' סטעיטמענט? אדער ווילסטו ענדערש פראוואן מיין פוינט אז מ'קען דיר קיינמאל נישט איבערצייגן אז דו ביסט פאלש?!
אפשר איז דער א''ג פעיק ניוס גאר די אמת'ע צד?
נישט ווילאנג זיי געבן נישט קיין דעקל צו מודה זיין ווען זיי מאכן טעותים (בעת די לעגעסי מידיע טוט עס יא),
און ווילאנג זיי שיסן הונדערט און איין זאכן מיט די האפענונג אז איינס גייט קלעבן,
און ווילאנג זיי פילן נישט פאר וויכטיג אנצוצייגן נארמאלע באווייז (אויסער 'קאנעקטן די דאטס' אויף קאנספיראטאריעל אופנים),
און ווילאנג רוסלאנד פילט פאר וויכטיג זיי צו ספאנסערן,
און ווילאנג יעדער משוגע'נער וואס איך קען גלייבט זיי,
און ווילאנג 'האבן די אמת'ע צד' מיינט נישט אז מ'קען אמאל אמאל 'צוטרעפן צום אמת',
ווער זאגט אז נאר זיי זענען גערעכט? ווער זאגט אז זיי זאגן אייביג אמת?
יעדער איז בייעסד, דאס איז א מציאות וואס מען קען נישט פארלייקענען.
איך זאג גארנישט - איך שטעל נאר צאם דיינע דאטס...
קיינער איז נישט אינגאנצן אמת. אבער די לינקע סטעיט מידיא זענען גארנישט מער באגלייבט ווי זיי. זיי זענען פונקט אזוי פאלש און פארפאגאנדירן שקרים בייזוויליג.
איך קען דיר נישט הייסן וועמען צו 'גלייבן', אבער אויף די לעגעסי און טרעק רעקארד האבן די מעינסטריעם מידיע על פי רוב די פאקטן גאר אמת און גאר קראנט (אפיניענס איז שוין מער סוביעקטיוו). און ווען נישט קומען זיי נארמאל צוריק מודה זיין אדער טוישן זייער טעות.
איך האב נישט קיין באווייז אויף בייזוויליגע שקרים אין די מעינסטריעם מידיע (נאבעל ליגנטס מעגליך יא..), משא"כ ביי די אלטערנאטיווע פראפאגאנדיסטן ווי אדער זענען זיי פשוט'ע ליגנער און גריפטער, און דאס וואס זיי האבן יא ריכטיג קומט נארמאל ווידער פון די מעינסטריעם מידיע..
און לדעתי אפי' מער און ערגעץ ווי אלעקס דזשוינס.
how so?
האסט דארט געברענגט אפאר ציטאטן וואס כלומרשט מאכן טראמפ פאר א ריזיגע ליגענער.
ניין! עס מאכט אים דעפיניטיוו פאר א ליגנער! גיי ליין עס איבער..
און אויב דו האלסט נישט דערביי איז דער עולם מכובד אליין צו פסק'נען (און אויסהערן די רעכטע קאמענטירער וואס קריטיקירן אויך טראמפ דערויף...)
איינער פון זיי וואס האט געכאפט מיין אויג איז דאס צו זעלענסקי איז א דיקטאטור. און מיט די גאנצע פשטות טייטשן זיי איין אז נישט ווארום, ער איז לעגאל פרעזידענט לויט זייער (דיקטאטורישע?) קאנסטיטוציע.
זיי מאכן שנעל אויפמערקזאם אז טראץ וואס פוטין איז גראדע יא דעמאקראטיש ערוויילט 'מאכט עס אבער נישט קיין סענס' כאילו די 2020 עלעקשאן אין אמעריקע איז געווען א געווינס פאר ביידן וואס האט געמאכט פערפעקטע סענס.
סך הכל וואס איך מיז ארויסנעמען פון די 'דברי אמת' ציטאטן איז אז זעלענסקי=נישט דיקטאטור און פוטין=יא דיקטאטור. ווייל אזוי שטייט........
איך קען דיר נישט איבערצייגן ווער עס איז יא אדער נישט קיין 'דיקטאטאר' ווייל דו גייסט זיך ממילא האלטן ביי דיינס, און אפי' ווען איך זאג דיר אז א בלויע הימל מיינט 'טאג' גייסטו אייביג קענען טענה'ן אז איך קען דיר עס נישט 'אויפווייזן'..
פאר יעדע רעכטדענקיגער מענטש אבער, איז איינער וואס זיצט 25 יאר אויפן טראן, באקומט מיסטריעז כמעט 100% פון די שטומען, ערלויבט נישט קיין פרידאם אוו ספיטש און פרידאם אוו פרעסס, זיינע קעגנער ווערן מיסטריעז גע'הרג'ט איינס ביי איינס, האט א צודרייטע רייכטום בעת זיין פאלק שימלט אין ארעמקייט, און גייט ארויס אויף אן אומבארעכטיגטע אפענסיווע מלחמה איין מאל און נאכאמאל - א בוכשטעבליכע דיקטאטאר.
משא"כ איינער וואס איז געווארן אריינגעוועלט דעמאקראטיש פאר 6 יאר צוריק, און גייט נאך די טראדיציע/קאנסטיטוציע פון נישט מאכן קיין וואלן אונטער מארשאל געזעץ (אויס מורא פון רוסישע אינטערפירענס, און וויבאלד די כאאס אין לאנד ערלויבט עס נישט, און וויבאלד א ריזן עולם איז אויפן פראנט, פארכאפט, אדער אנטלאפן, און נישט ביכולת צו שטומען, און פונקט ווי אנדערע לענדער אין ענליכע מצבים), און האט אן איבערוועגענדע צופרידענהייט ראטע אין די פאללס - דאס איז אויף קיין שום וועג נישט דיקטאטאריש...
און טאקע, איך דארף דיר נאך אפפרעגן אויף די צושטעל צווישן ביידן (וואס האט געווינען מיט היבש א קליינע מארדזשין, און האט פילצאליגע רוסישע פאפעטן אין זיין אייגן לאנד,) און פוטין (וואס האט מיסטריעז די גאנצע פאלק מיט זיך - אדער טויט)...
מעגליך א צווייטע מאל, ווען איך קען מיך צוזאמנעמען פאר אזא קאמפליצירטע טעסק... אנטשולדיגט.
לסיום, דיין פראפאזיציע איז אז קיינער איז נישט פערפעקט אבער די עיקר איז אז די לינקע זענען 'ערגער'. (פונקט ווי די דעסטיני אנאליזע).
דו האסט דיך לכתחילה פראטעקטעד אונטער א פראפאזיציע וואס קען נישט ווערן אפגעפרעגט אדער 'אויפגעוויזן פאלש', ווייל דו האסט דיך פארפאנצערט מיט די צוויי כלומרשטע ליגנטס פון די מעינסטריעם מידיע (עפעס איבער קאוויד און טראמפ קאלושען) און דו גייסט איבערקייען עד יום מותך אז דאס איז ערגער ווי אלעקס דזשאנס, ווי טאקער קארלסאן, ווי פוטין, ווי טראמפ, און ווי סיי וואס אומער גייט דיר קומען בייסן...
גרויסע צולייגער, לאמיר זען ווי דו שטעלסט אהער א נארמאלע פראפאזיציע/טעזע וויאזוי אמעריקע איז טאקע ערגער ווי רוסלאנד, אדער פארוואס די לעגעסי מידיע איז מער קארופטירט ווי די אלע גריפטערס וועמען דו צייכנסט צו, און אויפהערן סתם שרייען אז 'אזוי איז עס' 'קום שלאג דיך'..