טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

אז די מידיא פראפאגאנדירט סתם אויסגעטראכטע מעשיות כדי צו קענען באשולדיגן טראמפ וואוסענדיג אז ס'איז שקר זענען זיי שולדיג אין בייזוויליג ליגענט זאגן. איך ווייס נישט וואס די ווילסט מיר דא צייגן מיט די רעפארטס פון האראוויטץ און דורהעם, סתם לינקס צו רעפארטס קען איך דיר געבן בעסערע ווי יענץ.

האסט מיר נאכאלץ נישט געענטפערט. וויאזוי האט זיך אנגעהויבן די גאנצע ראשע קאלוזשן מעשה? וואס האט גורם געווען אז ס'זאל אויסזען ווי ס'דא רגלים לדבר צו אינוועסטיגירן?

ווען דו האלסט עס איז 'אויפגעטראכט' מיינט נאכנישט אז עס איז 'בייזוויליג' און דו האסט מיר נישט געברענגט קיין ראיה אז זיי זענען סיי וויאזוי געווען בייזוויליג - אויסער שרייען אז 'ראשע קאלושען' איז געווען בייזוויליג (ווייל דיר איז עס נישט געפאלן..).
און איך האב דיר יא געענטפערט איבער די אריגין פון די אינוועסטיגעישאן מיטן צוצייכענען די צוויי אפציעלע - גאווערמענט רעפארטס וואס גייען אריבער שטיקל ביי שטיקל וואו עס האט זיך אנגעהויבן, צו עס איז געווען 'אויפגעטראכט' אדער בארעכטיגט, און צו עס איז געווען דערין פאליטישע און 'בייזוויליגע' בייעס פארמישט.
איך ווייס דאך אבער דו גייסט עס ממילא נישט טראסטן - ווייל עס קומט פון א גאווערמענט וואס איז ערגער ווי רוסלאנד (נאר אינטרעסאנט אז רוסלאנד אליין איז יא גוט סאמהאו..), וממילא איז א שאד אנצוגיין אהין און צוריק סתם שרייען איינער אויפן צווייטן אז יענער איז 'ערגער' אן קיין נארמאלע סובסטאנץ אדער קיין וועג צו מסכים זיין אויף פונדאמענטאלע פאקטן...

יעצט אן אויפריכטיגע פראגע צום עולם, האלט איינער אז נאך די אנטוויקלונגען פון די לעצטע פאר טעג איז נאך דא א שאלה צו מ'דארף זיכער מאכן אז רוסישע אינטערפירענס קומט נישט פאר אין אמעריקע?
איז נאך דא א פראגע צו פוטין האט וואס צו פארדינען פון טראמפ?
איז נאך דא א פראגע צו טראמפ איז נישט אביסל צו ווייט פא'רוסיש'ט געווארן?
(און איז נאך דא א פראגע צו 'פרי ספיטש' קען גאר שנעל פארוואנדלט ווערן אין א מאסיווע און שעדליכע פראפאגאנדע מאשין?)

אויב נישט, ווי קומט צו אים צו שרייבן א טוויט מיט א טוץ פון 'בייזוויליגע' ליגנטס און פעיק ניוס - ארויס פון די רוסישע פרעסע?
ווי קומט פאר עלאן מאסק צו מאכן א 180 דעגרי U-turn אויף דעם נושא?
און ווי קומט פאר אזוי פיל אמעריקאנער פלוצלינג צו גלייבן באמת אז רוסלאנד זענען די גוטע אינעם בילד?

(יא אדער נישט שטיצן אוקריינע מיט געלט איז אינגאנצן א צווייטע נושא.. הגם עס איז שווערע נישט צו - ווען מ'איז איבערצייגט אז רוסלאנד זענען די געפארפולע אינעם בילד.)

צו ענדיגן מיט האפענונג: א טעאריע האב איך געהערט פון א בריטישע אינטעליגענץ אפיציר אז וויבאלד רוסלאנד האט זייערע עקאנאמיע אין די ערד, און באלד א מיליאן סאלדאטן טויט, פארלאזן זיי זיך זייער שטארק אויף טראמפ און אויף א גינסטיגע דיעל וואס גייט זיי לוינען, און אט דאס איז א נקודה וואס טראמפ האט די מעגליכקייט צו עקפלויטירן אלס לעוורידזש אויב זאל ער זיך אויסדרייען אנקעגן רוסלאנד ביים פארהאנדלונגס טישל.
עס הערט זיך גאנץ גוט, די שאלה איז נאר צו ווען טראמפ זאגט עפעס האט ער נאך די מעגליכקייט צוריקצוטרעטן ברבים?! און פארוואס די רייבעריי מיט זעלענסקי האט אויסגעפעלט - אויב נאר איז דאס די פלאן?! און צו עס איז יתכן אז ער מיט זיין גאנצע קאדענץ פון רוסישע פאפעטס זאלן טאקע זיין גרייט צו שטעלן א פיס אנקעגן רוסלאנד.. צייט וועט דאס ווייזן - און איך קאנסיד שוין יעצט אויב איז ער דאס מצליח ארויסצושלעפן..
 
לעצט רעדאגירט:
ס'קלינגט מיר נאך אין די אויער פון אובאמא וואס האט כסדר געזאגט אז מ'דארף האבן בעסערע באציאונגען מיט רוסלאַנד. און ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער די קולות פון ראש לימבאו און שאן הענעטי וואס האבן אזוינס פארפירט וויאזוי א פרעזידענט פון אמעריקע קען זיך אזוי אויסדריקן אויף די שונא רוסלאנד.

פאני איז נאר אז איך בין ווייטער געבליבן מיט די אובאמא אידעאלאגיע פון שלום און דו (מיט אלע א''ג לינקע) ביסט מיר געווארן א גאנצע וואור מאנגער. א שטייגער ווי דער א''ג קאנסערוואטיווער דזשאן מעקעין, דזשאן באלטאן, דזשאורש בוש און לינדסי גרעהעם.

און די רופסט נאך מיך און טראמפ 'גאָר רעכט'.
 
די מידיא האט מיט שקר אויסגעטראכט אַ מעשה וואס האט זיך קיינמאל נישט אנגעהויבן, און איז קיינמאל נישט באזירט געווען אויף 'גארנישט' אונטער צו ברענגען טראמפ על לא עוול בכפו. און דו זעהסט שוין ליגענט, ביסט שוין מודה אין אלעס אבער 'בייזוויליג' זעהסטו נישט?
 
איז נאך דא א פראגע צו פוטין האט וואס צו פארדינען פון טראמפ?
ס'איז זיכער אז פוטין האט וואס צו פארדינען פון טראמפ, מיין קשיא איז וואס האט טראמפ צו פארדינען פון פוטין?

ער דארף זיין געלט? ער האט נישט אליינס געלט?

ער דארף זיין כבוד? וואס דארף ער פון אים?

איך קוק עס אן אז סאום האו האט ער א שלעכטע געפיל מיט אייראפע, ער האט זיי פיינט, זיי לאכן פון אים אייביג, זיי לאכן פון אמעריקא בכלל, אבער דאן נוצן זיי איר אויס.

האט ער דעסיידעד אז ער גייט זיך מאכן נייע פרענדס, און יעצט קומטס וויינען צו מיינע פוס.
 
פארוואס די רייבעריי מיט זעלענסקי האט אויסגעפעלט
דאס איז פשוט, זעלענסקי האט נישט געוואלט אויספארשן האנטער ביידען, און ווען ער האט ווען די פרשה פון האנטער ביידען פאר די עלעקשאנס אין 2020 וואלט ער גאנץ מעגליך געווינען דעמאלטס, און דאס איז א זיסע נקמה וואס ער האט.

הגם ס'איז אפשר נישט עטיש צו פירן פערזענליכע חשבונות, אבער זיינע געפילן צו זעלענסקי קען מען הערן.

און דער זעלענסקי אנשטאט פרובירן צוריק צו באקומען די טראסט פון טראמפ אזוי ווי ביבי האט שווער געארבעט צו טון, האט ער זיך געמוזט פאררעדן ברבים, הגם איך פארשטיי זיין פרוסטראציע, אבער פארדעם איז ער א פאליטיקאנט, און ער דארף וויסן זיך איינצוהאלטן לטובת דאס לאנד.
 
ס'קלינגט מיר נאך אין די אויער פון אובאמא וואס האט כסדר געזאגט אז מ'דארף האבן בעסערע באציאונגען מיט רוסלאַנד. און ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער די קולות פון ראש לימבאו און שאן הענעטי וואס האבן אזוינס פארפירט וויאזוי א פרעזידענט פון אמעריקע קען זיך אזוי אויסדריקן אויף די שונא רוסלאנד.

פאני איז נאר אז איך בין ווייטער געבליבן מיט די אובאמא אידעאלאגיע פון שלום און דו (מיט אלע א''ג לינקע) ביסט מיר געווארן א גאנצע וואור מאנגער. א שטייגער ווי דער א''ג קאנסערוואטיווער דזשאן מעקעין, דזשאן באלטאן, דזשאורש בוש און לינדסי גרעהעם.

און די רופסט נאך מיך און טראמפ 'גאָר רעכט'.
איך בין אויך אלל אין פאר 'שלום' - נישט נאר מיט רוסלאנד, נאר אויך מיט טשיינע, קאנאדע, מעקסיקא, UK, גרינלאנד, און וועמען נישט - לאמיר דיר זען 'נעמען די אבאמא ליניע'...
עס איז נאר זייער נארמאל נישט צו 'גיין פאר שלום' אויפן חשבון פון לאזן אן אגרעסאר באקומען וואס ער וויל! איך וויל אויך 'שלום' מיט די פאלעסטינער, אבער נישט OCT 7 נאכמיטאג ווען זיי האלטן נאך די משכונות. און נישט מיט רוסלאנד אויפן חשבון פון אוקריינע זיכערהייט, זעלבסשטענדיגקייט, און טעריטאריע!

איך האף עס מאכט סענס.

איך געדענק דיר נישט רופן 'גאר-רעכט', אבער זיך קושן מיט דיקטאטארן און 'מאכן שלום' מיט זיי אויפן חשבון פון דעמאקראטיע איז מעגליך אביסל 'רעכט' מיין איך..

די מידיא האט מיט שקר אויסגעטראכט אַ מעשה וואס האט זיך קיינמאל נישט אנגעהויבן, און איז קיינמאל נישט באזירט געווען אויף 'גארנישט' אונטער צו ברענגען טראמפ על לא עוול בכפו. און דו זעהסט שוין ליגענט, ביסט שוין מודה אין אלעס אבער 'בייזוויליג' זעהסטו נישט?
דאס איז דאך די נושא. איך קען מודה זיין אין טעותים, אין בייעס, אין ליגנטס, און אין פארפירערישקייטן אויף מיין זייט (אנדערש ווי דיר וואס מוז אייביגן ענדיגן דעם זאץ אז 'די אנדערע זענען אבער ערגער'..) די פראגע איז צו דאס אלעס איז גענוג באווייז אז זיי זענען זיך באגאנגען 'בייזוויליג' און זענען דערפאר אומטראסטבאר, 'ערגער ווי כל צרוע וכל זב' ערגער ווי רוסלאנד, און אומבאגלייבט אפי' ווען זיי דערציילן שמש בצהריים.. און אויף דעם שטיי איך נאכאלץ שטארק אז חוץ פון דיין מיינונג האסטו דא גארנישט צוגעגעבן, און ספעציפיש לגבי די ראשע אינוועסטיגעישאן ווי איך האלט אז עס איז געווען בארעכטיגט אווער-אלל, און מ'זעט ערשט יעצט נאך מער ווי בארעכטיגט עס איז געווען...

ב.ד.וו. איך ווארט נאך אויף א יא/ניין ענטפער צו טראמפ האט געזאגט ליגנט לגבי אוקריינע..
 
וואו זעהסטו בארעכטיגקייט אין אויפמאכן די ראשע קאלוזשן אינוועסטיגעישאן? האסט נאכאלץ נישט געברענגט גארנישט צום טיש.

איך גיי פרעגן נאכאמאל קלאר. וואס איז געווען די ערשטע גרמה וואס האט גורם געווען אז מ'זאל חושש זיין אז טראמפ האט עפעס צוטוהן מיט רוסלאַנד?

איך האלט נישט אז רוסלאנד איז בעסער אדער ארגער פון אמעריקע. זיי זענען ביידע אייניג.

בנוגע אלע אנדערע 'גוטע פריינט' מיט ווען טראמפ פירט מערכות א שטייגער ווי אייראפע. איז ער דאך מיט זיי בשלום ובשלווה, סך הכל האט ער ביזנעס נעגאשיעשאן'ס מיט זיי. אז זיי מעגן לייגן טאריף'ס אויף זייערע גוטע פריינט אין אמעריקע, טאר טראמפ נישט?

מיט טשיינע? אויך ביזנעס. נאר טשיינע מעג נעמען אדווענטידזש פון אמעריקע און אמעריקע מיז שלינגען די אגרעסיע?

וואס נאך ווילסטו?
 
עס איז נאר זייער נארמאל נישט צו 'גיין פאר שלום' אויפן חשבון פון לאזן אן אגרעסאר באקומען וואס ער וויל! איך וויל אויך 'שלום' מיט די פאלעסטינער, אבער נישט OCT 7 נאכמיטאג ווען זיי האלטן נאך די משכונות. און נישט מיט רוסלאנד אויפן חשבון פון אוקריינע זיכערהייט, זעלבסשטענדיגקייט, און טעריטאריע!
איך זע אז דיין טראסט אין טראמפ איז גאר גאר הויעך, דו גלייבסט אים מער ווי די טראמפיסטן, ער האט געזאגט אז ער גייט נעמען גרינלאנד איז עס אין דיין קאפ שוין גענומען... ער גייט אוועק געבן האלב אוקראינע ווייל ער האט געזאגט עפעס...

אין 2020 איז ער געווען ביזי אז ער האט געווינען די וואלן, מ'האט עס געגנבעט, ביידען האט נישט געווינען, די לינקע זענען געווען ביזי ליארמען אז ער איז א דיקטאטור, ער וויל נישט אויפגעבן, שייגעץ, וכו' וכו'. ס'איז געקומען ינואר 20 און ער האט שיינערהייט ארויסגעוואקט פון דארט.

ער האט געזאגט אז ער וויל זיין א דיקטאטור די ערשטע טאג, יעדער איז געווען ביזי שרייען, דיקטאטור דיקטאטור, שייגעץ, וכו', די ערשטע טאג איז געקומען און געגאנגען און ער איז נישט געווען קיין דיקטאטור.

און אזוי איז דא גאר אסאך משלים, ער האט געשריבן לאנג ליוו דע קינג, ער איז א קעניג... ער וויל זיין א קעניג... האלוי טשיל...

לערן דיך אויס וויאזוי טראמפ אפערעיט...

איינער וואס קען אביסל טראמפ ווייסט בערך וויאזוי אויסצוטייטשן זיינע ווערטער, ווען ער זאגט אז ער גייט מאכן שלום אין די ערשטע טאג פון זיין פרעזידענטשאפט מיינט עס אז ער צילט אויף שלום דארט, און ער גייט ארבעטן דערויף, וכן הלאה.

ווילאנג ער געבט נישט אוועק אוקראינע פאר רוסלאנד מיינט נאכנישט אז ער טוט עס.
 
ס'איז זיכער אז פוטין האט וואס צו פארדינען פון טראמפ, מיין קשיא איז וואס האט טראמפ צו פארדינען פון פוטין?

ער דארף זיין געלט? ער האט נישט אליינס געלט?

ער דארף זיין כבוד? וואס דארף ער פון אים?

איך קוק עס אן אז סאום האו האט ער א שלעכטע געפיל מיט אייראפע, ער האט זיי פיינט, זיי לאכן פון אים אייביג, זיי לאכן פון אמעריקא בכלל, אבער דאן נוצן זיי איר אויס.

האט ער דעסיידעד אז ער גייט זיך מאכן נייע פרענדס, און יעצט קומטס וויינען צו מיינע פוס.
דאס איז פשוט, זעלענסקי האט נישט געוואלט אויספארשן האנטער ביידען, און ווען ער האט ווען די פרשה פון האנטער ביידען פאר די עלעקשאנס אין 2020 וואלט ער גאנץ מעגליך געווינען דעמאלטס, און דאס איז א זיסע נקמה וואס ער האט.

הגם ס'איז אפשר נישט עטיש צו פירן פערזענליכע חשבונות, אבער זיינע געפילן צו זעלענסקי קען מען הערן.

און דער זעלענסקי אנשטאט פרובירן צוריק צו באקומען די טראסט פון טראמפ אזוי ווי ביבי האט שווער געארבעט צו טון, האט ער זיך געמוזט פאררעדן ברבים, הגם איך פארשטיי זיין פרוסטראציע, אבער פארדעם איז ער א פאליטיקאנט, און ער דארף וויסן זיך איינצוהאלטן לטובת דאס לאנד.

#America first
:ROFLMAO::ROFLMAO::ROFLMAO:

אייראפע, ביבי, זעלענסקי, מוזן זיך אלע ביקן צו טראמפ - אויב נישט וועט ער זיי אונטערברענגען. און טאקע רוסלאנד, נארט-קארעא, וועלכע קאדעלען אים - זיי האט ער זייער שטארק ליב און וויל דערפאר פארמירן א נייע אליאנץ...

ענק האבן פיינעלי א שטארקע און שטאנדהאפטיגע פירער איינמאל פאר אלעמאל! ער מיינט בלויז די טובה פונעם לאנד!

דאן קום מיר פארקויפן אז 'עס איז נאר רעטאריק'...

וואס דארפסטו די לינקע בכלל אויב קענסטו אזוי גוט ארויסברענגען אלעס וואס איז שעדליך מיט דעם פארשוין?!
 
איך זע אז דיין טראסט אין טראמפ איז גאר גאר הויעך, דו גלייבסט אים מער ווי די טראמפיסטן, ער האט געזאגט אז ער גייט נעמען גרינלאנד איז עס אין דיין קאפ שוין גענומען... ער גייט אוועק געבן האלב אוקראינע ווייל ער האט געזאגט עפעס...

אין 2020 איז ער געווען ביזי אז ער האט געווינען די וואלן, מ'האט עס געגנבעט, ביידען האט נישט געווינען, די לינקע זענען געווען ביזי ליארמען אז ער איז א דיקטאטור, ער וויל נישט אויפגעבן, שייגעץ, וכו' וכו'. ס'איז געקומען ינואר 20 און ער האט שיינערהייט ארויסגעוואקט פון דארט.

ער האט געזאגט אז ער וויל זיין א דיקטאטור די ערשטע טאג, יעדער איז געווען ביזי שרייען, דיקטאטור דיקטאטור, שייגעץ, וכו', די ערשטע טאג איז געקומען און געגאנגען און ער איז נישט געווען קיין דיקטאטור.

און אזוי איז דא גאר אסאך משלים, ער האט געשריבן לאנג ליוו דע קינג, ער איז א קעניג... ער וויל זיין א קעניג... האלוי טשיל...

לערן דיך אויס וויאזוי טראמפ אפערעיט...

איינער וואס קען אביסל טראמפ ווייסט בערך וויאזוי אויסצוטייטשן זיינע ווערטער, ווען ער זאגט אז ער גייט מאכן שלום אין די ערשטע טאג פון זיין פרעזידענטשאפט מיינט עס אז ער צילט אויף שלום דארט, און ער גייט ארבעטן דערויף, וכן הלאה.

ווילאנג ער געבט נישט אוועק אוקראינע פאר רוסלאנד מיינט נאכנישט אז ער טוט עס.
איך קען גראדע זעהן אז ער זאל אויפגעבן אויף די שטחים וואס רוסלאנד האט שוין אנעקסעיטעד אין אוקריינא. און ס'גייט מיר פערזענליך נישט אן אויב גיבט ער גאנץ אוקריינא פאר רוסלאנד.
 
וואס נאך ווילסטו?

⬇️⬇️⬇️
ביסטו מודה אז טראמפ האט ליגנט געזאגט לגבי אוקריינע בכלל?
האט טראמפ געזאגט 'מיסאינפארמאציע' (aka גראבע ליגנט) בנוגע די מלחמה אין אוקריינע אדער נישט? - yes or no question.
ב. וואס מיינט 'מעגליך'? איך האב געפרעגט יא אדער ניין, און איך האב אויסדרוקליך געבעטן נישט צו קאמפערן צו די צד שכנגד
ב.ד.וו. איך ווארט נאך אויף א יא/ניין ענטפער צו טראמפ האט געזאגט ליגנט לגבי אוקריינע..

קענסט נישט מודה זיין ווען דיין פירער טוט נעכטן עפעס שלעכט און איך דארף ערווארטן אויפריכטיגקייט פון דיר פאר מעשיות פון 8 יאר צוריק?
 
לעצט רעדאגירט:
איך זע אז דיין טראסט אין טראמפ איז גאר גאר הויעך, דו גלייבסט אים מער ווי די טראמפיסטן, ער האט געזאגט אז ער גייט נעמען גרינלאנד איז עס אין דיין קאפ שוין גענומען... ער גייט אוועק געבן האלב אוקראינע ווייל ער האט געזאגט עפעס...

אין 2020 איז ער געווען ביזי אז ער האט געווינען די וואלן, מ'האט עס געגנבעט, ביידען האט נישט געווינען, די לינקע זענען געווען ביזי ליארמען אז ער איז א דיקטאטור, ער וויל נישט אויפגעבן, שייגעץ, וכו' וכו'. ס'איז געקומען ינואר 20 און ער האט שיינערהייט ארויסגעוואקט פון דארט.

ער האט געזאגט אז ער וויל זיין א דיקטאטור די ערשטע טאג, יעדער איז געווען ביזי שרייען, דיקטאטור דיקטאטור, שייגעץ, וכו', די ערשטע טאג איז געקומען און געגאנגען און ער איז נישט געווען קיין דיקטאטור.

און אזוי איז דא גאר אסאך משלים, ער האט געשריבן לאנג ליוו דע קינג, ער איז א קעניג... ער וויל זיין א קעניג... האלוי טשיל...

לערן דיך אויס וויאזוי טראמפ אפערעיט...

איינער וואס קען אביסל טראמפ ווייסט בערך וויאזוי אויסצוטייטשן זיינע ווערטער, ווען ער זאגט אז ער גייט מאכן שלום אין די ערשטע טאג פון זיין פרעזידענטשאפט מיינט עס אז ער צילט אויף שלום דארט, און ער גייט ארבעטן דערויף, וכן הלאה.

ווילאנג ער געבט נישט אוועק אוקראינע פאר רוסלאנד מיינט נאכנישט אז ער טוט עס.
איך בין מסכים אז די לינקע היסטעריע (כולל מיינס) איז איבערגעטריבן. אבער קום מיר נישט איינרעדן אז די טראמפיסטן ווייסן יא פאר א מינוט וואס ער מיינט ערענסט און וואס ער מיינט נאר רעטאריש...

דו און איך ווייסן אז ער וואלט גאנץ פיין געקענט באשטיין צו זיין אויפן בענקל אין 2028 נאכאמאל, אבער אזוי פיל שכל האט ער (דערווייל) עס נישט צו זאגן הויך.
זיין טאקטיק איז אלץ געווען נאר 'צו נוצן רעטאריק' אויף מאדנע און עקסטרעמע אופנים, ער נוצט עס קודם צו טעסטן די וואסערן - צו זען וויאזוי די פאלק און זיינע שטיצער רעאגירן. אבער איינמאל ער זאגט עס און עס פארדינט שטיצע נעמט ער עס אליין מער ערענסט און צום קומענדיגע שטאפל. און צו זיין קרעדיט איז עס א מייסטערהאפטיגע גאנג אין PR וואס האט אים דערפאר געברענגט וואו ער איז.

די געדאנק פון זיך ארויסשטעלן שארף דערקעגן איז אפאר-פאכיג. 1. צו ווייזן קעגנערשאפט און עס אפהאלטן פון זיך קייקלען ווייטער (וואס דאס אליין האט אפט א קאונטער עפעקט). 2. צו אפהאלטן די שטילקייט פון אים געבן לעגיטימאציע. 3. אים צו האלטן אקאונטעבל פאר זיינע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען. און 4. צו האלטן די דיפלאמאטישע און פאליטישע סטאנדארטן אויף א לעוועל העכער ווי ער פראבירט עס אראפצושלעפן..
איך בין מסכים אז צומאל ברענגט דאס אליין א קאונטער עפעקט, און אז צומאל איז ער מצליח איבער זיינע קעגנער און עס פארכאפט זיי (/אונז) אין פאסקע. אבער דאס מיינט נישט אז וועגן דעם זאל זיך יעדער נעמען קושן זיין אחוריים און די מידיע זאל אויפהערן רעפארטן ווען ער טוט פרעצעדענטלאזע זאכן אדער סטראשערט עס צו טון.. ווייל טראמפ ווען ער סטראשערט און ער האט די מעגליכקייט - טוט ער עס..

פארוואס די גיהנום זאל מען אויסווארטן ביז ער פארקויפט טאקע אוקריינע אדער ביז ער ברענגט טאקע אונטער דאס לאנד? פארוואס זאל מען אים גלייבן ווען ער זאגט אז פראיעקט 2025 'האט גארנישט מיט אים' נאר אויסצו-ווארטן זיין אריינקום און אגענדע זיך אויסשפילן לייוו? פארוואס זאל ביידן אויסווארטן ביז ער גייט טאקע נעמען אין געריכט וועמען ער סטראשערט סתם פאר שוואוילטאג - און זיי פארביטערן דאס לעבן? פארוואס זאל איך אויסווארטן ביז ער גייט זיך דעקלערן קעניג און טאקע הרג'נען איינעם אויף 5'טע עוועניו - נאר צו זען אז אלע מיינע אליאירטע זענען שוין איינגעשלאפן ביי זיינע דרשות ביז אהין?
 
וועלעכע רעליגיעזע סיבות אדער זינד איז דא אין טרינסג'ענדער?
גלייבן אז גאט האט געמאכט א טעות ביים דיר אריינשטעלן אין די ראנג באדי.

לא תלבש גבר שמלת אישה און ווייס ווערסע וואטעווער דארטן referred צו Crossdressing זעהט מען אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע פארשריפטן.

סתם זיין טרענס אדער טוהן פעולות מיט אפעראציע'ס וכו' אדער האבן רילעשענס אלס א טרענסדזשענדער איז שוין א חקירה, ווייל ס'הייבט זיך אן לאזט גאט (אדער וואטעווער העכערע רעליגיעזע כח מ'גלייבט אין) 2 פרויען זיין אין א סעים סעקס רילעשענשיפ, ס'שטייט נישט גארנישט איבער דעם דא צוטיילט זיך עס שוין בבחינת קראוסראודס אויף די הייוועי; טייל וועלן זאגן יא ווייל ס'שטייט נישט verbatim אז נישט און טייל ווי מעט דילהאנטי וועלן זאגן ניין וויבאלד רעליגיע'ס וואס זענען אזוי געמיין צו געיס אז אין איסלאם'ס קעיס קען מען זיי נאך עד היום אראפווארפן פון א בנין אדער ביהעדן ברבים, נעמט נישט א דזשיניעס צו טראכטן צו ווען פרויען און מענטשן וואס ווילן טרענזישענען וואלטן געקענט האבן די רעכט צו רעליגיע וואלט נישט געווען שארף דערקעגן

ס'איז אביסל קיילעכיג, מעט רעדט דא צו א מוזלים האב איך עס צוגעברענגט, אלס אידישקייט דארף מען זיכער נישט צוקומען צו דעם וויבאלד ס'שטייט וואס כ'זאג ס'שטייט און טוישן קליידער האט עקזיסטעד טויזנטע יארן, נישט ווי די רייט רעדט זיך איין אז דאס האבן די "וואוק" אויסגעטראפן, ניין מ'האט נישט געהאט קיין טעכנאלאגיע איז דאס געווען די ערגסטע וואס מ'האט געקענט טוהן.

דאס איז אן אלטע גרופע פון טירד דזשענדער וואס האבן שוין עקזיסטירט אומגעפער 500-800 יאר צוריק Hijra (South Asia) - Wikipedia
 
First they came for the immigrants, and I didn't say anything cuz I'm not an immigrant

Then they came for DEI, and I didn't say anything cuz I'm not a woman or a black

Then they came for the LGBT, and I didn't say anything cuz I'm not gay or trans

Then they came for the Palestinians in Gaza, and I didn't say anything cuz I'm not Palestinian

To be continued....
Then they came for Ukraine and I didn't say anything cuz I'm not Ukrainian

To be continued...
 
האסט פארגעסן
First they came for the jews in October 7.

אבער פאלעסטיין האסטו..........
וואס האט די 'מאגא קולט' מיט אקטאבער 7?

דו ביסט העפי אז ער האט גארנישט קעגן אידן (אויף דערווייל) ווייל פערצופאל האט ער געטראפן אנדערע מענטשן צו באשולדיגן אין אמעריקעס פראבלעמען.
ער האט גראדע נישט געהאט קיין פראבלעם צו זאגן בשעתן קאמפיינען אז אויב ער געווינט נישט איז עס די שולד פון די אידן...

(פארשטייט זיך אז א גרויסע צאל עקסטרעם רעכטע אין אמעריקע זענען זייער אנטיסעמיטיש, פונקט ווי די עקסטרעם רעכטע אין דייטשלאנד, וועם עילן האט אנגעהויבן לעצטנס צו שטיצן.)
 
אויב באציסט זיך נאר צו מאגא דאן זיי אזוי גוט און פרעדיקט שוין יעצט וואס קומט נעקסט.....

(פארשטייט זיך אז א גרויסע צאל (רבו ככלו) עקסטרעם לינקע אין אמעריקע זענען זייער אנטיסעמיטיש, פונקט ווי די איראנער ספּאַנסערס פון טעראר וואס די לינקע שטיצן שוין יארן לאנג)
 
1000357436.png

וכאן הבן שואל פון די אלע וואס האבן געשטיצט טראמפ ביז אהער:

שוין גענוג? אדער די חברה זענען אויך א חלק פון די דיהפ סטעיט?

איך ווארט די אייער זאל אראפגיין אין פרייז.
עניבאדי האום?
 
View attachment 3183

וכאן הבן שואל פון די אלע וואס האבן געשטיצט טראמפ ביז אהער:

שוין גענוג? אדער די חברה זענען אויך א חלק פון די דיהפ סטעיט?

איך ווארט די אייער זאל אראפגיין אין פרייז.
עניבאדי האום?
פון וועלכע וועבזייטל קומט די MEME, איך זעה עס נישט באריכטעט אויף די געיטוועי פּונדיט..... האסט א לינק?
 
Back
Top