טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

פון וועלכע וועבזייטל קומט די MEME, איך זעה עס נישט באריכטעט אויף די געיטוועי פּונדיט..... האסט א לינק?
Google it

ס'איז באריכטעט ביי יעדע נייעס סטאנציע.

(אבער מן הסתם איז עס אלעס פראפאגאנדע, ווייל דיין מקור האמת האט עס נישט באריכטעט.)
 
למעשה איז עס עטוואס פארפירעריש, ווייל מאוסט נארמאלע מענטשן - אפגעזען זייער פאליטישע אפיליאציעס - וואס פארשטייען צו גאווערנמענט און וויאזוי עס ארבעט, פארשטייען צו עפישענסי, קוקן זיך צו מיט אנגסט און דיסבעליוו צו די ווילדע און נארישע און אומלעגאלע אקטן וואס doge באדייט

פון די אנדערע זייט איז דא דער אומוויסנדער המון עם וואס איז טרענירט פיינט צו האבן גאווערנמענט און האלטן עס איז בלאוט און אומוויכטיג (למעשה איז אינטערעסאנט אז מיט אלע מכלומר'שטע סקאנדאלן וואס מאסק פאוסט כסדר וואס זיין טיעם האט ערפינדן - אלעס זאכן וואס זענען רעדילי עוועיליבל אויף דער אינטערנעט פאר יארן לאנג פאר יעדן איינעם צו זעהן - הערט מען כמעט נישט אזעלכע סארט אביוזעס און וועיסט וואס כמעט יעדער אמעריקאנער אמעריקאנער וואלט אינטואיטיוולי געטראכט אז עס עקזיסטירט אין די גאווערנמענט, באזירט אויף רעיגען'ס העצערייען, נאכגעפאלגט ביי דעמאקראטן נאכזינגען דעם ניגון).

וואס טראמפ האט געטאן איז צו פארוואנדלען א עקזיסטירנדע אפיס מיט צענדליגער צי הונדערטער ארבעטער, אלס דאזש. אין דעם אפיס געפונען זיך נאטורליך, קאמפעטענטע קוואליפיצירטע לעוועל העדעד ארבעטער וואס פרובירן צו מאכן זאכן ארבעטן. בקיצור - די סארט ארבעטער וואס מאסק פרובירט ארויס צו זעהן פון גאווערנמענט. און די ארבעטער האבן רעזיגנירט, נישט די פאשיסטישע, ראסיסטישע ג-ט'לאזע צענערלינגען וואס מאסק האט אריינגעברענגט.
 
למעשה איז עס עטוואס פארפירעריש, ווייל מאוסט נארמאלע מענטשן - אפגעזען זייער פאליטישע אפיליאציעס - וואס פארשטייען צו גאווערנמענט און וויאזוי עס ארבעט, פארשטייען צו עפישענסי, קוקן זיך צו מיט אנגסט און דיסבעליוו צו די ווילדע און נארישע און אומלעגאלע אקטן וואס doge באדייט
טאקע קעגן די געלונגענע קלוגע דעמאקראטן וואס פארשטייען אז מיין געלט דארף גיין צו א סעסעמי סטריט אין איראק אדער פאר וואויטער קאנפעדענס האב איך געvote
 
איך האב פארשטאנען אז די ארבעטערס זענען נישט דאוזש ארבעטערס בכלל, זיי זענען נאר ארבעטערס פון אנדערע דעפארטמענטס וואס מ'האט געשטעלט מיטצוארבעטן בשם זייער דעפארטמענט מיט דאוזש, און זיי האבן זיך אפגעזאגט, זיי פלעגן נישט זיין קיין טראמפ שטיצער קיינמאל.
 
אין די פריערדיקע גלגול זענען די לינקע און די עסטאבלישמענט חברה געווען פארנומען פרעדיגן אז טראמפ איז נישט קיין סטאביל פערזאן, מענטשן פליען, מענטשן ליעקן וכו'. וואס איז אנדערש היינט צוטאגס, נישט קיין איין ליעק, קיינער פליט נישט?
 
טאקע קעגן די געלונגענע קלוגע דעמאקראטן וואס פארשטייען אז מיין געלט דארף גיין צו א סעסעמי סטריט אין איראק אדער פאר וואויטער קאנפעדענס האב איך געvote

קום אריין קלארער וועגן די 'סעסעמי סטריט אין איראק'

אבער וואס האסטו קעגן וואוטער קאנפידענץ?
 
אויב קענסטו נישט אויפווייזן עפעס אויף פאלש דאן וויאזוי ביסטו אזוי איבערצייגט אז דיין טעיק איז די אמת'ע?

דיר איז טאקע נישט מעגלעך אויפציווייזן. דו פארמאגט נישט די 'קריטיקל טינקינג' אייגנשאפט. זיראו, נאדא, זילטש, נאָן. און די תגובה וואס האט מיר דאס איבערצייגט איז דאס:
האסט דארט געברענגט אפאר ציטאטן וואס כלומרשט מאכן טראמפ פאר א ריזיגע ליגענער. איינער פון זיי וואס האט געכאפט מיין אויג איז דאס צו זעלענסקי איז א דיקטאטור. און מיט די גאנצע פשטות טייטשן זיי איין אז נישט ווארום, ער איז לעגאל פרעזידענט לויט זייער (דיקטאטורישע?) קאנסטיטוציע.

זיי מאכן שנעל אויפמערקזאם אז טראץ וואס פוטין איז גראדע יא דעמאקראטיש ערוויילט 'מאכט עס אבער נישט קיין סענס' כאילו די 2020 עלעקשאן אין אמעריקע איז געווען א געווינס פאר ביידן וואס האט געמאכט פערפעקטע סענס.

סך הכל וואס איך מיז ארויסנעמען פון די 'דברי אמת' ציטאטן איז אז זעלענסקי=נישט דיקטאטור און פוטין=יא דיקטאטור. ווייל אזוי שטייט........
 
דיר איז טאקע נישט מעגלעך אויפציווייזן.

איך האב נאכנישט פארגעסן אז איך ווארט נאך אויך אויף א נארמאלע תשובה פון ר' @טעלעפאן אויף א פשוט'ע פראגע. און איך מיין די שטילקייט און אומווילן צו ענטפערן זאגט אויך גאר אסאך...

⬇️⬇️⬇️
ביסטו מודה אז טראמפ האט ליגנט געזאגט לגבי אוקריינע בכלל?
האט טראמפ געזאגט 'מיסאינפארמאציע' (aka גראבע ליגנט) בנוגע די מלחמה אין אוקריינע אדער נישט? - yes or no question.
ב. וואס מיינט 'מעגליך'? איך האב געפרעגט יא אדער ניין, און איך האב אויסדרוקליך געבעטן נישט צו קאמפערן צו די צד שכנגד
ב.ד.וו. איך ווארט נאך אויף א יא/ניין ענטפער צו טראמפ האט געזאגט ליגנט לגבי אוקריינע..
 
איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט טראמפ'ס ליגענט זאגן וואס מאכט ניטאמאל קיין מאטעריאלע נפקא מינה, דעריבער קענסטו שלאפן רואיג אז איך בין גערן 'מודה' אז ער האט געזאגט ליגענט ווען ער האט צומאל גערעדט פון אוקריינא, אבער טראץ וואס איך האב נישט קיין פראבלעם מודה צו זיין און לעבן מיט טראמפ אין ראַם פון זיינע ליגענטס ווייס איך נישט גראדע פון קיין ליגענט וואס ער האט געזאגט. אבער למאי נפקא מינה, ביי מיר מאכט ס'עיקר אויס וואס זיינע מעשים זענען און איך בין העכסט צופרידן פון זיין 'ליבעראלע שלום געשטימטע פאליסי' וואס ער פירט אקטועל אויס אין אוקריינא.
 
אקעי, ס'ווערט שוין אביסל טריקי..

דו האסט נישט קיין פראבלעם צו 'מודה' זיין, איך קען שלאפן רואיג, ווייל דו ביסט 'גערן מודה'..
נאר איין מינוט, דו האסט נישט אויף וואס צו מודה זיין - ווייל דו ווייסט נישט פון קיין ליגנט וואס ער האט געזאגט...
אבער ווידער נישט פארגעסן אז עס מאכט סייווי נישט אויס, ווייל דו ביסט זייער צופרידן פון וואס ער טוט, און who cares וואס ער זאגט..

זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער איך האב דיר נישט געבעטן קיין לאנגע תורות. און איך האב דיר נישט געבעטן מיר צו בארואיגן פארן שלאפן גיין. איך האב דיר אויך נישט געפרעגט צו דו ביסט צופרידן פון אים, אדער צו דו 'קענסט' עכטיג-באמת-טאקע-ווען דו ווילסט מודה זיין.

איך האב דיר געפרעגט א 'יא אדער ניין' פראגע! וואס דארף נישט נעמען קיין 100 ווערטער'דיגע קוגל צו ענטפערן, עס איז איין ווארט: האט ער געזאגט ליגנט אדער נישט?!

איך מיין אבער אז דיין לאנגע עסעי דא האט דיר למעשה געמאכט אביסל מער דורכזיכטיג פאר סיי ווער ס'האט אויגן אין שטעטל..

יישר כח, מיט אסאך הצלחה.
 
זי רעכנט אויס דארט פונקטליך 32.5 מיליאן דאלאר וואס גייט צו די אלע 'wasted' פראגראמען, זי זאגט אז זי קען גיין ווייטער מיטן ליסט, אבער סתם צו כאפן פון וואס מ'רעדט פארן ווערן צומישט, צוויי אין דרייסיג און אהאלב מיליאן איז עקזעקטלי 0.001625% פון די צוויי טריליאן וואס עלאן פלאנירט און האט פארשפראכן צו שניידן!

let that sink in

עס איז בערך א פערצענט פון א פערצענט פון די 'גרויסארטיגע פלאן', און איך דארף עס נאכטאנצן אדער ווערן עקסייטעד?!

אבער אז מ'רעדט שוין קען מען דא הערן וואס פונקטליך די 'סעסעמי סטריט שאו' איז - צו וואו מ'שיקט 20 מיליאן פון טעקס געלטער (נעבעך...):
View: https://www.youtube.com/watch?v=2klo-1apTfA

און לקינוח מיין איך אז דאס מאכט שטארק סענס אין דעם קאנטעקסט:
View: https://x.com/KyleKulinski/status/1894919643661296060
 
לאמיר מאכן אביסל אנדערש. אויף וועלכע ספעציפישע ליגענט בנוגע אוקריינא ווילסטו הערן מיין יא אדער ניין ענטפער?
 
@אלפא אויב ביסטו נישט עכט קלאר: 😏
ChatGPT האט געשריבן:
1740669167167.png
 
לאמיר מאכן אביסל אנדערש. אויף וועלכע ספעציפישע ליגענט בנוגע אוקריינא ווילסטו הערן מיין יא אדער ניין ענטפער?
פיינעלי קומסטו צום טיש.. (לאמיר האפן), איך פארשטיי נאר נישט וואס עס איז שלעכט מיט די וועג וואס איך שטעל עס פאר - פארוואס דו דארפסט עס מאכן 'אביסל אנדערש'? אבער שוין, לאמיר האפן עס איז נישט נאך א דיפלעקשאן פון דיין זייט ח"ו..

וועלכע ליגנט? קיין איינס ספעציפיש! (הגם איך האב אויבן יא אויסגערעכנט און ציטירט א ליסטע פון ליגנטס.)
איך וויל בלויז הערן צו דו האלסט 'אז' ער האט בכלל געזאגט ליגנט דורכאויס די לעצטע וואך צוויי איבער אוקריינע?
דו קענסט טשוזן וועלכע סטעיטמענט דו ווילסט אלס ליגנט - אדער קיין איין סטעיטמענט אויב האלסטו אז קיין איינס איז נישט ליגנט..

א יא אדער א ניין! האט טראמפ געזאגט סיי וועלכע ליגנט בנוגע אוקריינע/זעלענסקי/די מלחמה וואס רוסלאנד פירט דארט אן, אדער נישט?
 
איך בין נישט אזוי בתוך הדברים מיט אלעס וואס ער האט געזאגט בנוגע אוקריינא. און איך האלט נישט קיין ספעציפישע חשבון אויף די אויםריכטיגקייט פון זיינע דיבורים. האסט א פראבלעם מיט א ספעציפישע סטעיטמענט, זאג עס און איך וועל גלייך אפענטפערן יא אדער ניין.
 
בינגאו!
@אלפא ער וויל עכט, זייער שטארק דיר ענטפערן. וואס קען ער אבער טון אז ער איז נישט אזוי בתוך הדברים.
 
איך בין נישט אזוי בתוך הדברים מיט אלעס וואס ער האט געזאגט בנוגע אוקריינא. און איך האלט נישט קיין ספעציפישע חשבון אויף די אויםריכטיגקייט פון זיינע דיבורים. האסט א פראבלעם מיט א ספעציפישע סטעיטמענט, זאג עס און איך וועל גלייך אפענטפערן יא אדער ניין.
  1. פרעזידענט זעלענסקי האט 4 פראצענט עפראוול
  2. פרעזידענט זעלענסקי איז א דיקטאטאר פארן נישט מאכן וואלן (אינמיטן א מלחמה)
  3. אוקריינע וואלט קיינמאל נישט געדארפט אנהייבן די מלחמה (!).
  4. אייראפע גייט צוריק באקומען די גאנצע געלט פון אוקריינע, נישט אזוי ווי אמעריקע.
ואטו כי רוכלא נחשוב וניזיל?
 
האסט א פראבלעם מיט א ספעציפישע סטעיטמענט, זאג עס און איך וועל גלייך אפענטפערן יא אדער ניין.

1. talked the United States of America into spending $350 Billion Dollars” to “go into” an unwinnable war".
2. “The United States has spent $200 Billion Dollars more than Europe.”
3. "I hate to say it, but he's down at 4% approval rating"
4. “You should’ve never started it. You could’ve made a deal.”
5. "'Zelensky “admits that half of the money we sent him is ‘MISSING.
 
זי רעכנט אויס דארט פונקטליך 32.5 מיליאן דאלאר וואס גייט צו די אלע 'wasted' פראגראמען, זי זאגט אז זי קען גיין ווייטער מיטן ליסט, אבער סתם צו כאפן פון וואס מ'רעדט פארן ווערן צומישט, צוויי אין דרייסיג און אהאלב מיליאן איז עקזעקטלי 0.001625% פון די צוויי טריליאן וואס עלאן פלאנירט און האט פארשפראכן צו שניידן!

let that sink in

עס איז בערך א פערצענט פון א פערצענט פון די 'גרויסארטיגע פלאן', און איך דארף עס נאכטאנצן אדער ווערן עקסייטעד?!

אבער אז מ'רעדט שוין קען מען דא הערן וואס פונקטליך די 'סעסעמי סטריט שאו' איז - צו וואו מ'שיקט 20 מיליאן פון טעקס געלטער (נעבעך...):
View: https://www.youtube.com/watch?v=2klo-1apTfA

און לקינוח מיין איך אז דאס מאכט שטארק סענס אין דעם קאנטעקסט:
View: https://x.com/KyleKulinski/status/1894919643661296060
אקעי איך האב געהערט ווי די 20 מיליאן דאלאר גייט
איך ווייס אויך וואס וועליו ביי די דעמאקראטען מיינט.

און בנוגע די טענה אז ס'איז קליין געלט
איז פשוט פריטה ופריטה מצטרף מ'גייט דורך יעדע אגענטור און מ'שנייט וואס מ'קען
 
Back
Top