טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

זאג דו, אלס איינער וואס איז רעכט געשטימט, האלטסטו אז ער האט געפירט אן אויפריכטיגן שמועס?
לייגסט מיר אין א ספאט, ווייל מיין פיליסאפיע ביים שרייבן אנליין איז געפעלן יעדן.. סאו איך קען מיך נישט איינרייסן מיט דיר און נישט מיט אים...

אבער נישט אריינגייענדיג וואס איך האלט איבער איינעם פערזענליך, מיר קוקט אויס אז מ'פארלאנגט מער אויפריכטיקייט פון אים און פון טראמפ ווי מ'וואלט פארלאנגט פון ביידען וחביריו.

און איך פארשטיי עס ווייל די רוב דא פון אינטעלעקטואלן איז לינק איז עס אוטאמאטיש אזוי.

איך האלט אז א טייל טענות זענען גערעכט און א טייל איז גערעכט נאר למחצה ולשליש.

למשל אריינגיין אפטמאל מיט טענות היות ס'איז דא א קלארע רעפארט וואס זאגט אזוי צו אזוי.

כאילו ס'איז א גרויסע גדולה צו מאכן רעפארטס און נאכדעם זאל די מידיא האבן אויף וואס צו בויען און נישט הייסן די ליגענער, ווייל ער קוואוט א קלארע רעפארט.

ס'איז נאכדעם שווער צו זאגן אז די רעפארט איז ליגענט, ווייל ס'איז געבויעט אויף האלבע אמת'ן און מיסקאנסעפציעס וואס זענען פארדרייט.

אבער מ'פארלאנגט גראדע ענטפערס, האלסט ער זאגט ליגנט? יא אדער ניין וכו' און מ'איז אין א טרעפ.
 
סתם א טעכנישע פראגע.

איך זע זייער אפט ווי אסאך טראמפ שטיצער באנוצן זיך מיטן טערמין 'סטעיט מידיא'. היות דו ביסט זייער אומבויגזאם צו גיין נאר מיט הארטע טרוקענע פאקטן אן קיין פשרות. וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן די פינקטליכע הגדרה פון 'סטעיט מידיא'.

איז פאקס ניוז יעצט סטעיט מידיא? וואס איז מיט ניוז מעקס אדער די געיטוועי פּונדיט? וויאזוי ווייס איך אויב איינער איז יא אדער נישט סטעיט מידיא?
סטעיט מידיא זענען די וואס זענען דיקטירט און צענזורירט דורך די סטעיט. און טראגן כסדר וואסער פאר די סטעיט צו פארפאגאנדירן די סטעיטס נאראטיוו. אלע גרויסע נייעס קוועלער אין אמעריקע זענען מער ווייניגער קאנטראלירט דורך די סטעיט.

פאקס ניוס בשעתו איז געווען א שטיקל חידוש. דהיינו אז א פערזאן וואס האט געהייסן ראדזשער עילס האט עס אויפגעמאכט און מאנעווירט אויף א וועג וואס זאל שטימען מיט זיינע אידיאלן.

אין די צייטן פון אובאמא האט די פעדעראלע רעגירונג גענומען מער קאנטראל אויף די מידיא, און זיכער געמאכט פטור צו ווערן פון ראדזשער עילס, און דערנאך האבן זיי ריסטרוקטעד פאקס ניוס צו וואס ס'איז היינט צוטאגס, מער סטעיט געשטימט. דעריבער איז שוין פאקס ניוס אפיציעל קאטעגאריזירט ביי מיר פערזענליך אלס סטעיט מידיא זייט ראדזשער עילס איז פארטריבן געווארן פון דארט. און טאקע זייט דעמאלסט בין איך שוין נישט קיין אפטע באזוכער דארט.

ניוס מעקס בין איך נישט אזוי באקאנט אבער ס'זעהט מיר אויס צו זיין טראמפ געשטימט. אבער ס'זעהט מיר נישט אויס צו זיין דיקטירט אדער קאנטראלירט דורך טראמפ. ס'קען אבער אויך זיין אז ס'איז יא. למעשה קורצער איך פערזענליך נישט מיט ניוס מעקס.

די געיטוועי פּונדיט איז א פרא טראמפ אוטלעט וואס איך האב פערזענליך ליעב פאר געציילטע סיבות, זיי זענען שטארקע טראמפיסטן, רעפארטירן אויך זייער אסאך אספעקטן פון טראמפ. און זיי זענען גאר שנעל. טאקע זייער בייעסד צו טראמפ פונקט ווי די אנדערע זענען בייעסד אקעגן. איך האב זיי נישט געפונען צו זיין ליגענערס. איך וואלט זיי נישט גערופן סטעיט מידיא. אבער איך וואלט זיי יא גערופן טראמפ מידיא.
 
דא ליגט די הינט באגראבן
סטעפ 1: לייג אריין אנגענומענע סייענס און פאלנע שקרים אין די זעלבע קאטאגאריע
סטעפ 2: 🤷‍♂️ ס׳איז נישט מעגליך צי וויסן די אמת

אין די אלגעמיינע וועלט איז פארהאן א זאך וואס הייסט critical thinking אויב די זעסט נישט די חילוק צווישן אנגענומענע סייענס, חילוקי דעות אין סייענס און א פרעכן ליגנט פון טראמפס פיסק דארף מען ציריקגיין צו קינדערגארטן און אנהייבן פון דארט
איך זעה נישט קיין קריטיקעל טינקינג אין איינער וואס קויפט גרינגערהייט אן טראכטן וואס אימער די אפיציעלע סטעיט מידיא און נאראטיוו פארקויפן און גלויבט אלעס אלס אנגענומען און אומטשאלענדזשעבל. סארי טו דיסאפוינט, אבער אפשר קענסטו מיר ענלייטן אביסעלע וויאזוי דו באנוצט זיך מיט קריטיקעל טינקינג?
 
ווי איך האב אים געשריבן:

עס איז נישט פשט אז ער איז יא אדער נישט גערעכט. ער האט פשוט נישט די אייגנשאפט דערצו.
ס'זעטַמיר אױס ווי ס'פעלט דיר די פשוטע טייטש פון די צוויי ארום געווארפענע ווערטער דא 'קריטיקעל טינקינג'. אנעמען אלעס וואס די סטעיט עסטאבלישמענט פארקויפט אין יעדע פאל אן אפי' אריינבליקן אין די אלטערנאטיווע לאגיק און אינפארמאציע איז אינגאנצן פארקערט ווי קריטיקעל טינקינג.
 
1. איך האב קיינמאל נישט געבארגט פון דיר קיין שיילער,
2. כ'האב דיר עס שוין לאנג צוריקגעגעבן,
3. ס'האט זיך עניוועי צוברעכן
4. איך האב סייווי נישט קיין געלט דיר צו באצאלן
5. און בכלל, דיין שיילער הייבט נישט אן צו קענען שיילן



פארט גיי איך יעצט פראבירן נאך איינמאל, (וואס זאל איך טון אז מיין אינסטינקט לאזט מיר נישט גלייבן @איש יהודי אז א הינט איז דא באגראבן נישט קיין מענטש... :p)


דו האסט געלייגט דעם טשעלענדזש אז איך זאל לייגן סיי וועלכע סטעיטמענט פון טראמפ און דו וועסט ענטפערן מיט א יא אדער א ניין:


קומען @כספי און מיר, מ'לייגט ארויס א ליסטע פון סטעיטמענטס, והנה, דער בחור האט נישט קיין אהנונג וויאזוי מ'קען בכלל געוואר ווערן וואס איז א פאקט און וואס איז א ליגנט.. (אפשר אויב איך נוץ די ווארט 'פעיק ניוז' וועט ער שוין יא וויסן?! כ'ווייס נישט.)

די נקודה איז אז יעצט בין איך שוין נישט נייגעריג איבער טראמפ, יעצט וויל איך וויסן צו @טעלעפאן קען מסכים זיין אז ער אליין האט דא געזאגט א ליגנט ווען צוערשט זאגט ער אז ער גייט ענטפערן 'גלייך', און ווען ס'קומט למעשה דרייט ער מיטן צינג.
רעבעניו, אויב ווייסטו נישט וויאזוי מ'ווערט בכלל געוואר פאקטן דאן פארוואס נעמסטו אן דעם טשעלענדזש אין פורסט פלעיס? האסט נעבעך נישט געכאפט אז די פאקטן שטייען אנקעגן דיר? דאן געב אויף און זיי מודה - אזויווי האסט געזאגט אז דו האסט נישט קיין פראבלעם צו טון..


און ב.ד.וו. טראמפ איז א ליגנער ממה נפשך, ווייל לויט דיר ווייסט ער דאך אויך נישט די 'עכטע' ציפערן פון זעלענסקי'ס צופרידענהייט ראטע, ניטאמאל ווייסט ער וויאזוי מ'קען וויסן - ווייל קיינער ווייסט דאך נישט (אויסער געיטוועי פונדיט - מעגליך). סא די מצב איז screwed וויאזוי מ'זאל עס נאר דרייען...


וואס איז דיין פרישע פשעטל?
גייט מען צוריק צו די ערשטע רעספאנסעס מיינע אז גרענטעד, טראמפ איז א ליגענער, פיר פראצענט איז זייער יתכן נישט ריכטיג ווארום ס'קען גאר זיין ניין און ניינציג פראצענט אדער איין פראצענט..... לאמיר אלע צוזאמן באשטעטיגן אז טראמפ האט לכאורה געזאגט א ליגענט!!!!!!!!!!! יעצט וואס? האסט געטראפן א שוואכע דיבעיטעבל ליגענט? דאס איז די בעסטע וואס דו פארמאגסט?

יעצט ענטפער מיר אויף די פיר ליגענטס וואס איך האב ציטירט פון ביידן.
 
וואס טוט זיך מיט די Epstein Files, מיינע ליבע טראמפ שטיצער? 😉
 
די וועג וויאזוי טראמפ אדמיניסטרעשן האט געהענדלט די ריליסינג פון די עפסטיין פיילס נעכטן איז געווען א דיזעסטער. איבערגעבן 'סענסיטיווע' פיילס פאר סאושעל מידיע אינפלוערס? סיריעסלי? חוץ וואס די פיילס ענטהאלט נישט קיין סאך אינפארמאציע וואס איז נישט געווען באוויסט פארדעם און עס שטעלט זיך ארויס צו זיין א PR עווענט.

איך האלט די נעכטיגע טאג קען שאטן פאר טראמפ ווייל שטיצער הייבן אן צו פארלירן טראסט אין אים איבער די אישו. דער פראבלעם פון טראמפ איז אז ער האט נישט די מעגליכקייט צו צופרידענשטעלן די בעיס וואס הונגערט נאך די לאנג ערווארטעטע פיילס. די בילדאפ וואס מען האט געמאכט פאר די עפסטין פיילס אינערהאלב די מאגא לאגער די לעצטע יארן כאילו מען רעדט פון עפעס אן אוצר וואס גייט אויפדעקן א מאסיווע ארגאניזירטע אפעראציע פון האליוואד מיט די FBI און די דעמאקראטן (און מוסד און די זייעניסטס) האט געברענגט הויעכע עקספעטעשנס וואס קען נישט געפיטערט ווערן פשוט ווייל עס עקזיסטירט נישט. ( + טראמפ איז לכאורה אריינגעמישט אין די עפסטין סאמעטוכע אויף אזא וועג אדער אנדערע).

טראמפ איז אין א טייט ספאט ווייל ער האט לכאורה אלע מעגליכקייטן צו ארויסלאזן די פיילס. ער האט Kash patel אלץ FBI דירעקטאר און Pam bondi אלץ אטורני זשענערעל גארנישט דארף אים נישט אפהאלטן פון עס פרעזענטן פארן ציבור. איז לייגט מען די שולד אויף נידעריגע ראנגן פון די FBI, קען זיין אז יש דברים בגו אבער בער דאס גיּיט נישט אנהאלטן צו לאנג.
 
לעצט רעדאגירט:
איך ערווארט ממש גארנישט פון די פיילס. אממערסטן וועט עס ווייזן איין צוויי נעמען וואס וועט אפשר זיין א באמבשעל.

דער וואס האט גרויסע ערווארטונגען גייט לכאורה זיין שטארק אנטוישט.
 
איך פארשטיי נישט לכתחילה מאי קסבר, האבן זיי דען געהאלטן אז די FBI גייט האלטן אזעלכע זאכן, און נאכדעם עס לאזן דעקלאסיפייען דורך טראמפ? אויב איז דא דארט עפעס וואס טויג נישט פאר די FBI האבן זיי שוין דאס לאנג אויסגעמעקט און פארניכטעט.

די זעלבע מיט JFK וואס מיינען די מענטשן אויב האט די CIA אים געהרג'עט, גייט עס פשוט שטיין אין א באריכט, ווארטנדיג פאר א צולאזטן פרעזידענט (ווי אונזער יר"ה) זאל עס ארויסגעבן פאר די גאנצע וועלט?!
 
אויסמעקן פעדעראלע רעקארדס איז א געפערליכע קריים.
 
די סיבה פארוואס טראמפ וויל נישט פּאבלעצירן די פיילס איז וויבאלד טראמפ איז געווען גאר א נאנטן חבר מיט עפסטיין…
 
איך האב נישט ליב געהאט די טראמפ זעלענסקי מיטינג היינט פארנט פון די קאמעראס, פוטין טאר נישט באקומען אזא מעסעזש פון די ווייסע הויז.

איך האף אז דא ליגט עפעס א סטראטעגיע, אבער איך גלייב נישט.

עטס זאלטס נישט זאגן אז איך בין א בלינדע טראמפ סופארטער...
 
וואס האט די 'מאגא קולט' מיט אקטאבער 7?

דו ביסט העפי אז ער האט גארנישט קעגן אידן (אויף דערווייל) ווייל פערצופאל האט ער געטראפן אנדערע מענטשן צו באשולדיגן אין אמעריקעס פראבלעמען.
ער האט גראדע נישט געהאט קיין פראבלעם צו זאגן בשעתן קאמפיינען אז אויב ער געווינט נישט איז עס די שולד פון די אידן...

(פארשטייט זיך אז א גרויסע צאל עקסטרעם רעכטע אין אמעריקע זענען זייער אנטיסעמיטיש, פונקט ווי די עקסטרעם רעכטע אין דייטשלאנד, וועם עילן האט אנגעהויבן לעצטנס צו שטיצן.)
אלטע נייעס. האסט געזעהן די טאמאר אייזן פלאפ פון מאסק? דארט האט ער באשולדיגט א איד

אילאן מאסק איז א אפענע אנטעסמיט, טשילט ארום מיט קאניע, און די AFD איך האב גערעדט מיט א דייטשע אין דיטעיל, ס'איז די גרעסטע אנטיסעמיטישע קאאליציע אין דייטשלאנד.
 
איך האב נישט ליב געהאט די טראמפ זעלענסקי מיטינג היינט פארנט פון די קאמעראס, פוטין טאר נישט באקומען אזא מעסעזש פון די ווייסע הויז.

איך האף אז דא ליגט עפעס א סטראטעגיע, אבער איך גלייב נישט.

עטס זאלטס נישט זאגן אז איך בין א בלינדע טראמפ סופארטער...
זיראו סטראטעגיע!
אומבאלימפערט on epic proportions!

ליידער איז עס נישט קיין איבעראשונג. זעלענסקי האט זיך אבער ערענסט באנארישט מיטן פרעגן דזשעי די ווענס זיין פראגע. די גאנצע שמועס איז געווען געפערליך אומדיפלאמאטיש.
 
אלטע נייעס. האסט געזעהן די טאמאר אייזן פלאפ פון מאסק? דארט האט ער באשולדיגט א איד

אילאן מאסק איז א אפענע אנטעסמיט, טשילט ארום מיט קאניע, און די AFD איך האב גערעדט מיט א דייטשע אין דיטעיל, ס'איז די גרעסטע אנטיסעמיטישע קאאליציע אין דייטשלאנד.
און באראק אבאמא האט געטשילט מיט לואיס פאראקאן און דער גלח זיינער.....
 
זיראו סטראטעגיע!
אומבאלימפערט on epic proportions!

ליידער איז עס נישט קיין איבעראשונג. זעלענסקי האט זיך אבער ערענסט באנארישט מיטן פרעגן דזשעי די ווענס זיין פראגע.
פיינע מיטינג געווען. איך בין זייער פאזיטיוו. אוקריינא איז א גרעסערע שונא פאר מענטשהייט ווי רוסלאנד.
 
איך האב נישט ליב געהאט די טראמפ זעלענסקי מיטינג היינט פארנט פון די קאמעראס, פוטין טאר נישט באקומען אזא מעסעזש פון די ווייסע הויז.

איך האף אז דא ליגט עפעס א סטראטעגיע, אבער איך גלייב נישט.
:ROFLMAO::ROFLMAO:🤣

יא אמת? דאס איז פון זיינע שוואכערע ניגאושיעשן מיטלען, אריינהאקן און טוהן געסלייטינג צו א צווייטע פרעזידענט.

דאס איז ווי מ'האלט מיט די ענדיגן די מלחמה אין אוקריינע/רוסלאנד אין ”24 שעה 100 פראצענט שאר”

אזא לאלייף... ער האט נישט קיין פלענער, דזשעי די האט אים געטריט ממש ווי א קינד ... און נאכדעם זאגט ער מ'לאכט פון אמעריקע. מ'לאכט ווייל מ'פייט זיך ווי בעבי'ס און ס'צופראסקעט. ער האט נישט קיין איידיע'ס, די בעסטע איידיע וואס ער האט איז מאכן עזה פאר א נייע קארפ. אז דזשערעד קושנער זאל מאכן געלט (אזוי ווי ער האט שוין געמאכט פון MBS פארהאנדלונגען לעצטע מאל) אלעס שטותים.

זאל מען זיי העלפן? כ'בין נישט אזוי זיכער, הייבט זיך אן, יא שטיצן די מיליטערי אינדוסטריעל קאמפלעקס צו נישט. טראמפ מוז מאכן א דיסיזשן וואס ער קען נישט מאכן. אבער קום מיר נישט מיט די בולשיט אז דו קענסט עס ענדיגן ווען דו אליינס ווייסט אז דו קענסט נישט!

דאס איז די מעכטיגע דילמעיקער פון די ארט אף די דיל? ס'איז דאך לצנות.

האסט געזעהן וויאזוי די פראנצויזישע פרעזידענט האט אים געפעקט טשעקד? ס'איז בושות
 
Back
Top