טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

פיקטשער פון די יאר?

אוקריינישע אמבאסאדאר צו אמעריקע אינעם אוועל אפיס, בשעת די געפעכט איז פארגעגאנגען.

1000359296.png
 
ב"ה איך האב געקענט האבן א רואיגער שבת פארן אניאגן צו הערן דעם (צודרייטן) מיטינג צווישן טראמפ און זעלענסקי.
איך האב נישט קיין סאך צוצולייגן, חוץ פון האפן אז ווער ס'איז נאך געווען אויפן פענס ביז יעצט לגבי טראמפ'ס פאזיציע זאל יעצט איינזען וואו פונקטליך מ'שטייט מיט אים.

זעלענסקי איז טאקע נישט געווען אזוי 'דיפלאמאטיש', און מ'קען אפשר מאכן די ארגומענט אז ער וואלט געדארפט זיין מער איינגעהאלטן אדער זיך מער לעקן צו טראמפ (ענליך צו מאקרון און סטארמער), למעשה אבער רעדט מען פון איינער וואס שטייט אין שפיץ פון זיין לאנד ער פייט א מלחמה מיט א רוצח פון א צווייטער לאנד און איז דא פאר איין ציל צו דיפענדן זיין אייגן לאנד און זיינע מענטשן. ער האט נישט די מח און כח צו זיין גע'פאליש'ט און צו שפילן פאליטיק צו טראמפ איז בעסער אדער ביידן איז בעסער, ביי אים מאכט קיין 'דיעל' נישט אויס אויב האט ער נישט קיין בעסערע סעקיוריטי גאראנטיס ווי אלע פריערדיגע מאלן וואס זענען געווארן געבראכן דורך פוטין. אים גייט נישט אן וועלכע רעקל ער גייט, און ער גייט נישט פאלן פאר קיין ליגנט צו אייראפע געבט מער אדער ווייניגער ווי אמעריקע. ער איז דא פאר תכלית, און ער זעט אז מיט טראמפ האט ער שוואכע שאנסן נאך וואס טראמפ'ס איינציגער ציל איז ביזנעס און אראפרייסן ביידן...
 
לעצט רעדאגירט:
ב"ה איך האב געקענט האבן א רואיגער שבת פארן אניאגן צו הערן דעם (צודרייטן) פרעס קאנפערענץ.
איך האב נישט קיין סאך צוצולייגן, חוץ פון האפן אז ווער ס'איז נאך געווען אויפן פענס ביז יעצט לגבי טראמפ'ס פאזיציע זאל יעצט איינזען וואו פונקטליך מ'שטייט מיט אים.

זעלענסקי איז טאקע נישט געווען אזוי 'דיפלאמאטיש', און מ'קען אפשר מאכן די ארגומענט אז ער וואלט געדארפט זיין מער איינגעהאלטן אדער זיך מער לעקן צו טראמפ (ענליך צו מאקרון און סטארמער), למעשה אבער רעדט מען פון איינער וואס שטייט אין שפיץ פון זיין לאנד ער פייט א מלחמה מיט א רוצח פון א צווייטער לאנד און איז דא פאר איין ציל צו דיפענדן זיין אייגן לאנד און זיינע מענטשן. ער האט נישט די מח און כח צו זיין גע'פאליש'ט און צו שפילן פאליטיק צו טראמפ איז בעסער אדער ביידן איז בעסער, ביי אים מאכט קיין 'דיעל' נישט אויס אויב האט ער נישט קיין בעסערע סעקיוריטי גאראנטיס ווי אלע פריערדיגע מאלן וואס זענען געווארן געבראכן דורך פוטין. אים גייט נישט אן וועלכע רעקל ער גייט, און ער גייט נישט פאלן פאר קיין ליגנט צו אייראפע געבט מער אדער ווייניגער ווי אמעריקע. ער איז דא פאר תכלית, און ער זעט אז מיט טראמפ האט ער שוואכע שאנסן נאך וואס טראמפ'ס איינציגער ציל איז ביזנעס און אראפרייסן ביידן...
מהאט אים נישט אויסגעלערנט די כלל:
תהיה חכם ואל תהיה צודק.
ועוד:
You can't fight city Hall....
 
מהאט אים נישט אויסגעלערנט די כלל:
תהיה חכם ואל תהיה צודק.
ועוד:
You can't fight city Hall....

וואס פונקטליך וואלט אים חכמה געהאלפן אין די סיטואציע?

א 'דיעל' וואס נעמט אים צו א טאן פון מינעראלן?
א 'דיעל' וואס איז גארנישט חוץ 'בעסער ווי ביידנ'ס'?
א 'דיעל' וואס גאראנטירט אים גארנישט מער ווי די פריערדיגע 25 'דיעלס'?
א 'דיעל' וואס הייבט ארויס טראמפ אויף די חשבון פון אוקריינע און אייראפעישע זיכערהייט?

ער האט מחליט געווען אין דעם סיטואציע (rightly or wrongly) צו כאטש זיין 'גערעכט', און קלאר מאכן פאר די אדמיניסטראציע -און פאר די וועלט- וואס איז דא at steak, און וואס די מציאות אויפן ערד איז. ער האט מחליט געווען צו שטיין שטארק און נישט פאלן פאר די ביליגע פאליטישע שפילערייען צו ער האט יא 'געזאגט שכוח' (וואס ער האט צופעליג געטון 25 מאל בעבר), און צו טראמפ קען זיין די בעסטע נעגאשיעיטאר. ער דארף תכלית, און ער האט עס נישט געזען קומען פון אן אדמיניסטראציע וואס איז טאטאל פארכאפט אונטער א באראגאדע פון רוסישע פאפעטס און רוסישע טאלקינג פוינטס..

וועלן יעצט קומען אלע אנאלאזירער און קאמענטירער עפענען די מיילער צו ער האט געהאנדלט ריכטיג אדער נישט, צו טראמפ האט אנגעגרייט די אמבוש אדער נישט, אא"וו. און עס וועט זיין זייער אינטרעסאנט צו זען וויאזוי דאס שפילט זיך אויס מיט די עוורידזש טראמפ סופארטערס, און די מער מעסיגע רעפאבליקאנער וואס זענען געווען somewhat אויף די פענס מיט די רעטאריק פון די לעצטע צוויי וואכן.

וואס איז אבער זיכער איז אז 'מאכן שלום אין 24 שעה' קען נישט זיין געוואנדן אין די קאנדישאן פון זיך בוקן צו אים, און אויב יא - זאל עס די וועלט זען און זאל די וועלט (און אמעריקאנער) מחליט זיין צו דאס איז וואס זיי וואטן פאר, און צו דאס איז וואס מ'רופט 'די ארט אוו די דיעל'?!...
 
וואס פונקטליך וואלט אים חכמה געהאלפן אין די סיטואציע?

א 'דיעל' וואס נעמט אים צו א טאן פון מינעראלן? שוין בחזקת רוסלאנד
א 'דיעל' וואס איז גארנישט חוץ 'בעסער ווי ביידנ'ס'? וואס דארף דאס מאכען א חילוק פאר אוקריינא
א 'דיעל' וואס גאראנטירט אים גארנישט מער ווי די פריערדיגע 25 'דיעלס'? אז אמיריקא האט א חלק אין דעם קרקע
א 'דיעל' וואס הייבט ארויס טראמפ אויף די חשבון פון אוקריינע און אייראפעישע זיכערהייט? כנ״ל #2
 
וואס פונקטליך וואלט אים חכמה געהאלפן אין די סיטואציע?

א 'דיעל' וואס נעמט אים צו א טאן פון מינעראלן?
א 'דיעל' וואס איז גארנישט חוץ 'בעסער ווי ביידנ'ס'?
א 'דיעל' וואס גאראנטירט אים גארנישט מער ווי די פריערדיגע 25 'דיעלס'?
א 'דיעל' וואס הייבט ארויס טראמפ אויף די חשבון פון אוקריינע און אייראפעישע זיכערהייט?

ער האט מחליט געווען אין דעם סיטואציע (rightly or wrongly) צו כאטש זיין 'גערעכט', און קלאר מאכן פאר די אדמיניסטראציע -און פאר די וועלט- וואס איז דא at steak, און וואס די מציאות אויפן ערד איז. ער האט מחליט געווען צו שטיין שטארק און נישט פאלן פאר די ביליגע פאליטישע שפילערייען צו ער האט יא 'געזאגט שכוח' (וואס ער האט צופעליג געטון 25 מאל בעבר), און צו טראמפ קען זיין די בעסטע נעגאשיעיטאר. ער דארף תכלית, און ער האט עס נישט געזען קומען פון אן אדמיניסטראציע וואס איז טאטאל פארכאפט אונטער א באראגאדע פון רוסישע פאפעטס און רוסישע טאלקינג פוינטס..
דו לייגסט עס אראפ כאילו ער האט געהאט דא אן אסטראטעגיע ווען עס איז גאנץ קלאר פון וואטשן די מיטינג אז זעלענסקי איז געווען עמאצינאל און זיך צושפילט די נערוון.

ער וואלט געקענט קלארמאכן זיין שטעלונג פאר די אדמיניסטראציע אינעווייניג אין די צימערן פון נעגאושיעשנס אדער געבן א רעדע אדער א טוויט צו לאזן וויסן פאר די וועלט. סתם זיך קריגן מיט די ווייס פרעזידענט און אריינהאקן אין פרעזידענט פאר די אויגן פון די מידיע איז א נארישע טעות נישט קיין דיפלאמאטישע גאונות.

וועלן יעצט קומען אלע אנאלאזירער און קאמענטירער עפענען די מיילער צו ער האט געהאנדלט ריכטיג אדער נישט, צו טראמפ האט אנגעגרייט די אמבוש אדער נישט, אא"וו. און עס וועט זיין זייער אינטרעסאנט צו זען וויאזוי דאס שפילט זיך אויס מיט די עוורידזש טראמפ סופארטערס, און די מער מעסיגע רעפאבליקאנער וואס זענען געווען somewhat אויף די פענס מיט די רעטאריק פון די לעצטע צוויי וואכן.
פון מיין אימפרעשן האט זעלענסקי פארלוירן פוינטס ביי מער מעסיגע רעפאבליקאנער. אפילו שטארקע שטיצערס פון אוקריינע ווי למשל לינדזי גרעהעם, קאנסטאנטין קיסין ביל אקמאן ריטשארד חנניה וכדומה זענען ארויס קעגן זיין אויפירונג.
 
לעצט רעדאגירט:
דו לייגסט עס אראפ כאילו ער האט געהאט דא אן אסטראטעגיע ווען עס איז גאנץ קלאר פון וואטשן די מיטינג אז זעלענסקי איז געווען עמאצינאל און זיך צושפילט די נערוון.

ער וואלט געקענט קלארמאכן זיין שטעלונג פאר די אדמיניסטראציע אינעווייניג אין די צימערן פון נעגאושיעשנס אדער געבן א רעדע אדער א טוויט צו לאזן וויסן פאר די וועלט. סתם זיך קריגן מיט די ווייס פרעזידענט און אריינהאקן אין פרעזידענט פאר די אויגן פון די מידיע איז א נארישע טעות נישט קיין דיפלאמאטישע גאונות.

איך בין נישט קיין עקספערט אויף די רידזשען בכלל, און איך קען נישט ליינען זעלענסקי'ס מחשבות. און די פראגע איז באמת שווער פארוואס האט אויסגעפעלט די צערעמאניע דארט אין פאבליק, אויב וויל ער דעם דיעל זאל ער איינפאקן און זיך בוקן, און אויב נישט זאל ער בכלל נישט קומען קיין וואשינגטאן?! מאנכע זאגן אז עס איז געווען אן אנגערייטע אמבוש פון די טראמפ אדמיניסטראציע, אנדערע זאגן זעלענסקי איז פשוט נישט געווען גוט צוגעגרייט און דאס האט אים געפירט צום עקסידענט. אזוי צו אזוי האב איך נישט די דעפיניטיוו תשובה דערויף.

איך קען מיר נאר פארשטעלן בערך, אז זעלענסקי איז פון די ערשטע מינוט געווען סקעפטיש איבער דעם גאנצן טראמפ געשעפט און זיין צוגאנג צום 'דיעל', די גאנצע באהאנדלונג וואס ער האט באקומען פון אים אים די לעצטע פאר וואכן, טראמפ'ס לאנגע רילעישאנשיפ מיט פוטין, טראמפ'ס אבסעסיע מיט די 'ראשע קאלושען האוקס' וואס ברענגט אים נאר נענטער צו רוסלאנד, און זיין רוגזא מיט אוקריינע צוליב זייערע פארבינדונגען מיט ביידן אא"וו. דאס אלעס איז נישט געשטאנען גוט פאר זעלענסקי (און פאר אסאך דרויסענדיגע אבזערווירער).
איין זאך איז יא געווען קלאר אז טראמפ איז דעספערעט פארן מלחמה זיך צו ענדיגן, און ווי עס שיינט וואלט ער געוואלט מאכן דעם עפארט און גיין דעם עקסטערן טריט דאס צו ערייכן.
וואס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט איז אז טראמפ איז נישטא פארן דיעל ווי ער איז דא 'צו מאכן' דעם דיעל, דהיינו, ווען טראמפ האט אנגעהויבן רעדן איבער מינעראלן און צוריקבאקומען די 'אינוועסטמענט' פון אוקריינע, האבן זאכן שוין אנגעהויבן אויסזען דרום'דיג פאר זיי. ווייל ווי נאר טראמפ גייט קענען ארויסשלעפן א סיספייער און פרעטענדן אז רוסלאנד גייט האלטן ווארט - האט זיך די געשעפט געשלאסן פון זיין זייט. און עס איז אפי' מעליך אז פוטין וואלט זיך גאר צוגעשטעלט פאר די קומענדיגע 4 יאר און זיכער געמאכט אז טראמפ בלייבט אויף זיין זייט מיט די לעוורידזש אז 'אונטער מיר וואלט זיך עס קיינמאל נישט אנגעהויבן'..
אוקריינע אבער, דארף עקזיסטירן אינדרויסן פון טראמפ'ס 4 יאר אויך, זיי קענען נישט זיין אנגעוואנדן אין טובות אדער דיעל'ס וואס זאגן גארנישט מער ווי 'אונטער מיר איז אלעס גוט'.. און פונקט ווי פריערדיגע דיעלס זענען געבראכן געווארן דורך אמעריקע און רוסלאנד צוגלייך, קענען יעצטיגע און קומענדיגע 'דיעלס' ווערן געבראכן זייער שנעל ווען די נעקסטע אדמיניסטראציע האט אנדערע אגענדעס. און אוקריינע קען נישט זיין אנגעוואנדן נאר אין טראמפ'ס ווילן צו זיין א הערא אדער 'מאסטער נעגאשיעיטאר' - אן קיין בינדענדע סעקיוריטי גאראנטיס.. דאס איז די פאקט.

און איך ווייס נישט וואס זעלענסקי'ס חשבונות זענען, אבער כדי צו באמת שליכטן דעם מלחמה פעלט זיך אויס באמת קוראדזש און שווערע ארבייט - נישט סתם די רעטאריק וואס טראמפ האט ליב צו שפילן מיט.. (ליינט דאס פון דאגלאס מארי דערויף).

ממילא בין איך חושד אז זעלענסקי האט געהאט קאלטע פיס פון די ערשטע מינוט אן, ער האט געזוכט צו הערן מער שטייפע צוזאגן און זען מער קאנקרעטע פאזיציעס פון דעם אדמיניסטראציע, איידער ער לאזט זיך אריין אין דעם דיעל - וואס גייט אים אדער יא אדער נישט עפעס ברענגען, בעת פארלירן גייט ער דערפון זיכער (לאנד און מינעראלן..). און איך ווייס נישט וואס זיינע מאטיוון זענען געווען ביים אריינגיין אונטער פארמאכטע טירן, זעט אבער בכל אופן אויס אז די רעטאריק פון טראמפ און JD ברבים האט אים געגעסן דעם לעצטן סיגנאל אז די זאך איז נישט לטובתו און ער האט מחליט געווען אז יהיה מה שיהיה דארף ער שטיין פעסט פאר זיין פאלק - והקולר יהא תלוי בצואר טראמפ. וואס אויב טראמפ וויל באמת עפעס מער ווי אייגענע עגא, אויב איז ער באמת דא אויסצוארבייטן א דיעל און צו פארמיידן נאך טויטע, דאן זאל טראמפ זיין דער וואס ווייזט אז אביסל רעטאריק גייט אים נישט צו-ווארפן די קארטן, אויב טראמפ קען נישט ביישטיין דעם טעסט דאן האט זעלענסקי נישט וואס צו ערווארטן דארט בכלל.

זאגענדיג דאס, ס'איז וואר אז ער האט לכאו' נישט געמאכט די קאגניטיווע אדער קאנשעס חשבונות בשעת מעשה, ער איז זיכער געווען עמאציאנאל און זייער רעאקטיוו אויפן מאמענט. איך מיין אבער נאכאלץ אז אונער דאס אלעס איז געלעגן זיין קאנאנדרום און עמביוועלאנס צום דיעל בכלל, און ער האט מחליט געווען צו גיין מיטן מאמענט ווי עס פירט אים.

און דא זעמער.. יעצט קען מען נאר אויסווארטן פארן 'מאסטער אוו דיעלס' אויפצוקומען מיט עפעס פריש, און מיט עפעס וואס קען 'ענדיגן דעם מלחמה אין 24 שעה' אן זיין אנגעוואנדן אין די שכוח'ס פון אוקריינע... מעגליך מ'קען טראכטן פון שטופן אביסל רוסלאנד?! א פלאן?! אפשר זאל מען יעצט ווארטן פאר פוטין צו זאגן שכוח פאר די אלע רוסישע פראפאגאנדע איידער מ'רוקט זיך ווייטער?!
 
איך האלט אז JD האט זיך דא פארלוירן.

דרך אגב: אנפאנג שמועס באדאנקט זיך זעזלנסקי יא פאר טראמפ.
JD איז אריינגעפארן אין זעלענסקי נאכדעם וואס זעלענסקי האט אים געטשעלענדזש און אנגעפאנגען א וויכוח איבער די פאלסי פון פרעזידענט
 
שמועסנדיג שבת אין שול, ווי אויך ליינענדיג דא און אויף אנדערע פלעצער, קוקט מיר אויס ווי א גרויס חלק אויב נישט רוב מענטשן, האבן נישט פאקטיש געהערט/געזען די גאנצע אויסטויש.

היות כדי צו בעסער פארשטיין מיין אנאליז/בליק איז וויכטיג צו זיין זייער קלאר אין די עסקאלאציע פונעם שמועס. ברענג איך דא קודם דעם טראנסקריפט:
(די שמועס הערט מען פון אינמיטן. לויטן תירוץ זעט אויס אז איינער האט געפרעגט טראמפ פארוואס ער איז נוטה צו פוטין אדער עפעס אן ענליכע פראגע.)


Trump: The United States of America and for the good of the world, I'm aligned with the world, and I want to get this thing over with. You see the hatred he's got for Putin. That's very tough for me to make a deal with, that kind of hate. He's got tremendous hatred, and I understand that, but I can tell you the other side isn't exactly in love with, you know, him either. Uh, so it's not a question of alignment. I have to — I'm aligned with the world. I want to get the things set. I’m aligned with Europe. I want to see if we can get this thing done. You want me to be tough? I could be tougher than any human being you've ever seen. I'd be so tough, but you're never going to get a deal that way, so that's the way it goes. All right, one more question.

Vance: I would like to respond to this. So look, for four years in the United States of America, we had a president who stood up at press conferences and talked tough about Vladimir Putin, and then Putin invaded Ukraine and destroyed a significant chunk of the country. The path to peace and the path to prosperity is maybe engaging in diplomacy. We tried the pathway of Joe Biden, of thumping our chest and pretending that the president of the United States' words mattered more than the president of the United States' actions. What makes America a good country is America engaging in diplomacy. That's what President Trump is doing.

Zelensky: Can I ask you

Vance: Sure, yeah

Zelensky: Yeah? Okay. So he occupied it — our parts, big parts of Ukraine, part of East and Crimea — so he occupied it in 2014. So during a lot of years, I'm not speaking about just Biden, but those times were Obama, then President Obama, then President Trump, then President Biden, now President Trump. And God bless, now President Trump will stop him. But during 2014, nobody stopped him. He just occupied and took. He killed people. You know where the contact line

Trump (interjects): 2015

Zelensky: 2014

Vance: 2014 to 2022

Trump: Oh, 2014? I was not here

Vance: Yeah, that’s exactly right

Zelensky: Yes, but during 2014 till 2022, yeah, what’s the situation? The same — people have been dying on the contact line. Nobody stopped him. You know that. We had conversations with him, a lot of conversation, my bilateral conversation, and we signed with him. Me, like a new president in 2019, I signed with him the deal. I signed with him, Macron, and Merkel. We signed a ceasefire. Ceasefire. All of them told me that he would never go. We signed him, Guas contract. Guas contract. Yes, but after that, he broke this ceasefire. He killed our people, and he didn't exchange prisoners. We signed the exchange of prisoners, but he didn't do it. What kind of diplomacy, JD, do you speak about? What do you mean?

Vance: I'm talking about the kind of diplomacy that's going to end the destruction of your country. Yes, but, Mr. President, with respect, I think it's disrespectful for you to come into the Oval Office and try to litigate this in front of the American media right now. You guys are going around and forcing conscripts to the front lines because you have manpower problems. You should be thanking the president for trying to bring an end to this conflict.

Zelensky: Have you ever been to Ukraine that you say what problems we have

—Vance: I have been to

Zelensky: Come once

Vance: I've actually — I've actually watched and seen the stories, and I know what happens. You bring people, you bring them on a propaganda tour. Mr. President, do you disagree that you've had problems bringing people into your military?

—Zelensky: We have problems

Vance: And do you think that it's respectful to come to the Oval Office of the United States of America and attack the administration that is trying to prevent the destruction of your country?

Zelensky: A lot of questions. Let's start from the beginning

Vance: Sure

—Zelensky: First of all, during the war, everybody has problems, even you, but you have nice oceans and don't feel now, but you will feel it in the future. God bless

Trump (interjects): You don’t know that

—Zelensky: God bless

Trump: You don’t know that

Zelensky: God bless, you will not have war

Trump: Don’t tell us what we’re going to feel. We’re trying to solve a problem. Don’t tell us what we’re going to feel

Zelensky: I’m not telling you. I am answering these questions

Trump: Because you're in no position to dictate that. Remember this

Vance: That’s exactly what you’re doing

Trump: You're in no position to dictate what we're going to feel. We're going to feel very good

Zelensky: You will feel influenced

Trump: We're going to feel very good and very strong

Zelensky: I am telling you, you will feel influenced

—Trump: You're right now not in a very good position. You've allowed yourself to be in a very bad position

—Zelensky (interjects): From the very, from the very beginning of the war

Trump: And he happens to be right about that

Zelensky: From the very beginning of the war

Trump: You’re not in a good position. You don't have the cards right now with us. You start having cards

Zelensky: I’m not playing cards. I’m very serious, Mr. President. I’m very serious

—Trump: Right now, you don't. You're playing cards. You're playing cards. You're gambling with the lives of millions of people. You're gambling with World War III

Zelensky: What are you speaking about

Trump: You're gambling with World War III, and what you're doing is very disrespectful to this country that’s backed you far more than a lot of people said they should have.

Vance: Have you said thank you once this entire meeting?

Zelensky: A lot of times. Even today

Vance: No, in this entire meeting, have you said thank you?

Zelensky: Even today

Vance: You went to Pennsylvania and campaigned for the opposition in October. Offer some words of appreciation for the United States of America and the president who's trying to save your country.

Zelensky: Please. You think that if you will speak very loudly about the war, you can

Trump: He's not speaking loudly. He's not speaking loudly. Your country is in big trouble

Zelensky: Can I answer?

Trump: Wait a minute. No, no, you've done a lot of talking. Your country is in big trouble

Zelensky: I know. I know

Trump: You're not winning. You're not winning this. You have a damn good chance of coming out okay because of us

Zelensky: Mr. President, we are staying in our country, staying strong. From the very beginning of the war, we've been alone, and we are
—thankful. I said thanks. This cabinet I said thanks

Trump: You haven’t been alone. We gave you, through this stupid president, $350 billion. We gave you military equipment, and your men are brave, but they had to use our military. If you didn’t have our military equipment, if you didn’t have our military equipment, this war would have been over in two weeks

—Zelensky: In three days. I heard it from Putin, in three days. This is something

Trump: Maybe less

Zelensky: Of course, yes

Trump: It's going to be a very hard thing to do business like this, I tell you

Vance: Just say thank you

Zelensky: I said a lot of times, thank you, to the American people

Vance: Accept that there are disagreements and let's go litigate those disagreements rather than trying to fight it out in the American media. When you're wrong, we know that you're wrong.

Trump: But you see, I think it's good for the American people to see what's going on

Vance: I understand

Trump: I think it's very important. That's why I kept this going so long. You have to be thankful

Zelensky: I’m thankful

Trump: You don't have the cards. You're buried there. Your people are dying. You're running low on soldiers. Listen, you're running low on soldiers. It would be a damn good thing. And then you tell us, "I don't want a ceasefire. I don't want a ceasefire. I want to go and I want to do this." Look, if you could get a ceasefire right now, I tell you, you’d take it so the bullets stop flying and your men stop getting killed.

Zelensky: Of course, we want to stop the war

Trump: But you're saying you don't want a ceasefire

—Zelensky: I said to you

Trump: I want a ceasefire

Zelensky: Which guarantees?

Trump: Because you'll get a ceasefire faster than a degree

Zelensky: Ask our people about the ceasefire, what they think

Trump: That wasn't with me. That wasn't with me. That was with a guy named Biden, who was not a smart person. That was with Obama

Zelensky: This is your president. It was your president

Trump: Excuse me, that was with Obama, who gave you sheets, and I gave you javelins. Yes, I gave you the javelins to take out all those tanks. Obama gave you sheets. In fact, the statement is, Obama gave sheets, and Trump gave javelins. You gotta be more thankful because, let me tell you, you don't have the cards with us. You have the cards, but without us, you don't have any cards.

Reporter: One more question to Mr. Vice President

Trump: I’m sorry, it's going to be a tough deal to make because the attitudes have to change

Reporter: What if Russia breaks ceasefire? What if Russia breaks peace talks? What do you do then? I understand that it's a heated conversation right now

Trump: What are you saying?

Vance: She's asking what if Russia breaks the ceasefire?

Trump: What if they — what if anything? What if a bomb drops on your head right now? Okay, why did they break it? I don't know. They broke it with Biden because Biden — they didn't respect him. They didn’t respect Obama. They respect me. Let me tell you, Putin went through a hell of a lot with me. He went through a phony witch hunt where they used him and Russia, Russia, Russia, Russia. You ever hear of that deal? That was a phony — that was a phony Hunter Biden, Joe Biden scam. Hillary Clinton, Shifty Adam Schiff — it was a Democrat scam. And he had to go through that. And he did go through it. We didn’t end up in a war, and he went through it. He was accused of all that stuff. He had nothing to do with it. It came out of Hunter Biden's bathroom. It came out of Hunter Biden's bedroom. It was disgusting. And then they said, "Oh, oh, the laptop from hell was made by Russia." The 51 agents — the whole thing was a scam, and he had to put up with that. He was being accused of all that stuff. All I can say is this: He might have broken deals with Obama and Bush, and he might have broken them with Biden. He did. Maybe. Maybe he didn’t. I don’t know what happened. But he didn’t break them with me. He wants to make a deal. I don’t know if you can make a deal. The problem is, I’ve empowered you to be a tough guy, and I don’t think you’d be a tough guy without the United States. And your people are very brave, but you’re either going to make a deal or we’re out. And if we’re out, you’ll fight it out. I don’t think it’s going to be pretty, but you’ll fight it out. But you don’t have the cards. But once we sign that deal, you’re in a much better position. But you’re not acting at all thankful, and that’s not a nice thing. I’ll be honest, that’s not a nice thing. All right, uh, I think we’ve seen enough. What do you think? Huh? This is — this is going to be great television. I will say, we’ll see what we can do about it. Guys, come on, let...​

 
לעצט רעדאגירט:
נאר אויסצוקלארן אפאר נקודות, טראמפ זאגט זייער קלאר אין די רעקארדירונג אז ער (און ווענס) האבן דאס געטון דירעקט, אים צו אמבושן פארנט פון די קאמערעס כדי די וועלט זאל זעהן מיט וואס ער דארף דיעלן אונטער פארמאכטע טירן

זעלענסקי איז פארשטייט זיך דארט סטאק, וויאזוי ער זאל נאר זאגן דערלייגט ער. למעשה, האט ער דוקא "נישט" גענומען די חוצפה'דיגע ראוט, און נישט אריינגעגעבן טראמפ'ן אין באבנס באבן אריין. ער איז זייער פארלוירן אבוויעסלי און ער זעהט וואס מען טוט מיט אים דא, אבער ער האלט זיך צום פוינט און גייט נישט פערזענליך. אנשטאט אפעלירט ער צו אמעריקע'ס אייגענע אינטערעסן צו פארזיכערן אז דער דיקטאטאר פוטין נעמט נישט די מלחמה צו אמעריקע'ס בעקיארד עווענטועל.

וואס איז אמעריקע'ס ענטפער: 'יו דאונט געט טו דיקטעיט'.... אקס דו, כאילו ער זאגט דיר אז ער גייט מלחמה האלטן מיט אמעריקע, ער זאגט דיר וואס די היסטאריע האט געוויזן, אויב עפעס דארף דאס טראמפ זאגן צו זיך אליינס, 'יו דאונט געט טו דיקטעיט' וואס דיינע שונאים גייען טון, אויב דו נעמסט נישט די איניציאטיוו בעפאר צו טון וואס מען דארף. זעלענסקי ענטפערט אים אבער נישט אפ כגמולו, נאר פאקט איין.

JD באשולדיגט אים מיטן זיין א 'כפוי טוב', ווייל ער האט קאמפיינט מיט "די אפאזיציע". (א מין שפראך דאס, בכלל). אבער בהמה בן בהמה דו, טראמפ האט דאך נאכנישט געגעבן קיין איין דאלער פאר אוקריינע! ער האט דאך אפגעשטעלט אלע שטיצע! וואסערע הכרת הטוב קומט אים געוואלד? פארן זיך חבר'ן פאניע בראט מיט פוטין? פארן פארהאנדלען מיט פוטין אונטער זיין רוקן און אן זיינע פארטרעטער, וויאזוי מען גייט צוטיילן אוקריינע? איך וואלט געטעגט דא #טשעמבערליין, אבער ווען מען נעמט אין באטראכט טראמפ'ס פרעכער פלאן צו עקספלויטן אוקריינע'ס ריסאורסעס, טעגט זיך שוין שנעלער #ריווענטראפ_מאלאטאוו_אפמאך. און אפשר טאקע, אלס הכרת הטוב פאר ביידען / העריס איז ער געפארן קאמפיינען פאר איר? (דאס הייבט זיך למעשה נישט אן, ער איז בכלל נישט געפארן קאמפיינען פאר העריס דארט, נאר זיך באטייליגט ביי עפעס א פארמאלע אווענט, אבער די טראמפיסטן האבן דאס אפגעלערנט ווי א קאמפיין איווענט).

פארשטייט זיך אז פון א מאראלישע, יושר'דיגע און מענטשליכע שטאנדפונקט, איז איבריג צוצולייגן ווער עס איז דא דער גערעכטער און ווער נישט. נאר למעשה פון אמעריקע'ס פוינט אוו וויו, אמעריקע (און רוסלאנד אויך גראדע...) האט צוגעזאגט פאר אוקריינע מיט 30 יאר צוריק א סעקיוריטי גאראנטי. אזא מאוו פון אמעריקע צו בעטן געלט אין אויסטויש פאר מערב וועלט שטיצע קעגן א דיקטאטאר, וואס די גאנצע וועלט האט דאס בשעתו פארשטאנען ווי א נאטורליכע זאך, נישט ווי א קוויד-פרא-קווא אז לכבוד דעם וועט אמעריקע גנב'נען זייערע מינעראלן, זאגט פאר יעדן אז אמעריקע קען מען מער נישט געטרויען מיט גארנישט (אפילו קאנגרעס זאל דורכפירן א געזעץ אדער עס אריינלייגען אין די קאנסטיטוציע אפילו, איז עס אויך נישט ווערד צופיל אויב א אריינקומענדע אדמיניסטראציע קען אפהאקן אלע קאנטראקטן, אויפלעזן די דעפארטמענט וואס גיבט זיך אפ דערמיט, און שוין יעצט איז פשוט נישט דא טעכניש קיין וועג עס אויסצופירן).

אבער איבריג צו זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע מאכט נישט אזאלכע חשבונות בכלל.

עס בלייבט בלויז איבער צו האפן אז די אייראפעער וועלן פארשטיין אז "they are on their own", און זיכער מאכן צו פאנדן און שטיצן אוקריינע ביז רוסלאנד דערלייגט דעם קריג בעז"ה בקרוב (אדער פוטין שטארבט, דאס וועט מסתמא קומען פריער...). אמעריקע איז ריכטיג מער נישט קיין מחותן אויף די 'וועלטס סטעיזש'.
 
גראדע ליין איך יעצט די טראנסקריפט וואס מען ברענגט דא, זעה איך אז אין א וועג האט זעלענסקי אנגעהויבן מיטן טשעלענדזשן זיי ברבים, דאס איז טאקע א נארישקייט פון אים.

(און אויב האט ער דאס געטון ווייל ער האט געזען כי כלתה אליו הרעה, אז עס שטייט שלעכט מיט די אדמיניסטראציע און זיי ווילן אים ארויף צווינגען א דיעל וואס איז נישט גוט פאר זיין לאנד, האט ער כאטש געזאלט מאכן זיין קעיס צו די אמעריקאנער באפעלקערונג און פאליטיקאנטן אויף א עלאקוואנטן, מסודר'דיגן וועג, ער האט דאך געטון גאנץ א שוואכע ארבעט מיטן ארויסברענגן זיין מעסעזש).
 
דער נקודה וואס @דעת תורה ברענגט ארויס דא אנהייב באדערט מיר גאר שטארק און איך זעה נישט מ'זאל צופיל רעדן דערפון. דא איז נישט רוסלאנד ווס. אוקראינה אדער אפילו טראמפ ווס. זעלענסקי. דא איז ציוויליזאציע קעגן באראבאריזם. א ציוויליזירטע וועלט איז טובה פאר די וועלט אריינגערעכנט אדער גאר די מערסטע פאר אמעריקא.יעצט אפילו ווען טראמפ איז יא גערעכט מיט זיינע טענות קעגן זעלענסקי מיט הכרת הטוב און עמי בבית בלא בלא (ער איז נישט, אבער אפילו נניח אז יא) וואלט טראמפ געדארפט איינפאקן און טון כל מה שביכלתו אז אוקראינה זאל זיגן פשוט פאר די טובה פון די וועלט. דערווייל איז ער פאר שמאלע חשבונות זיי גרייט צו ווארפן איבער'ן דראנג. דאס איז א חורבן. אגב, איך בין בכלל נישט קיין טראמפ שונא און איך האב געשטימט פאר אים. און אפילו יעצט נעם איך אים נאך אלץ קעגן הערריס, אבער האמת ניתן להאמר.
 
יעצט צו מיין צוויי צענט.
@אלפא איך בין מער ווייניגער איינשטימיג מיט דיר. אבער, איך וואלט צוגעלייגט אביסל מער.

ווי איך האב שוין געשריבן פרייטאג, איז עס געווען א טעות פון זעלענסקי צו פרעגן די פראגע אין פאבליק. צו ער האט עס געטון ווייל פריוואט האט מען אים געגעבן די ראנ-אראונד, צו ווייל ער האט געשפירט אז ער מוז עס אויסשמועסן, איך ווייס נישט. סיי וויאזוי עס זאל נאר זיין, איז עס געווען א טעות וואס האט אים גארנישט געברענגט.

יעצט, זייער אסאך זענען מלא טענות אז זעלענסקי האט געהאט די חוצפה צי דיסרעפעקטירן טראמפ אזוי — איך רעד נישט פון טראמפ שטיצער, איך רעד פון מער צענטריסטישע חברה. ווער עס האט מיר אממערסטענס איבערראשט איז געווען לעקס פרידמאן — וואונדער איך זיך אויף די טענה. אמת, זעלענסקי האט זיך מתחצף געווען. אבער, ער איז נישט געווען דער וואס האט אראפגעפירט די שמועס פון די רעלסן. ווענס האט דאס געטון מיטן אים פערזענדליך אריינפארן.

זעלענסקי וואלט טאקע געקענט/געזאלט רעאגירן מער דיפלאמאטיש און איינגעהאלטן; ער האט צוגעגעבן צו די היץ. אבער דא קומט שוין אריין אז ער איז אדער געווען עמאציאנעל, אויסגעמוטשעט אדער האט ער שוין נישט געהאט וואס צו דערלייגן סיי ווי סיי.

און נאך איין נקודה וואס קיינער דערמאנט נישט. מען פארגעסט עפעס זייער שנעל און עס איז א huge f***ing דיעל. ער זיצט מיט איינעם וואס האט אים א קארגע וואך צוריק גערופן 'דיקטאטור' און יענער האט אקוראשט מסביר געווען פארוואס ער אליינס איז גוט מיט פוטין. ווי אויך, האט איר אים אזוי כלאחר יד געגעבן א פליק. איי מיען, גיוו מי א ברעיק אז ער האט גערעדט disrespectful.
 
גראדע ליין איך יעצט די טראנסקריפט וואס מען ברענגט דא, זעה איך אז אין א וועג האט זעלענסקי אנגעהויבן מיטן טשעלענדזשן זיי ברבים,
וועלכע חלק רופסטו 'טשעלענדזשן ברבים'? די חלק אז ער פרעגט וואספארא גאראנטיעס ער באקומט?
 
Back
Top