טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

זונות מפרכסות זו את זו...

נאך וואס טראמפ האט לעצטע פאר וואכן, אפאר מאל געטרוט אקעגן די משפט פון ביבי אין ישראל.
האט נעכטן ביבי געשיקט א בריוו צו די קאמיטע, אז טראמפ דארף באקומען די נאבל פרייז פאר פיעס.

נישטא ווער זאל לאכן.
 
א 3 װעי מיטינג צװישן טראמפ, פוטין און זעלינסקי קוקט אױס מעגליך. טראמפ זאגט ער קען מיִטן פוטין אזױ פריה װי נעקסטע װאך צו דיסקוסירן א פײער שטילשטאנד, מיט פוטין אױסדרוקענדיג אינטערעסע פאר א דיעל.
 
אוקריינע האט מזל זייער פרעזידענט איז אזא שטייפער מאן, זיך נישט לאזענדיג קאפוטאלירן נישט פון פוטין און נישט פון טראמפ.
 
FBI איז באפאלן די הויז פון דזשאן באלטאן, געוועזענער טראמפ'ס נאציאנאלער עדווייזער, קעש פאטעל האט געטוויט 'נאו וואן איז אבאוו די לאו...', עכ"ל.

ווער ס'קען די מעשה, ווערט געבעטן אריינצוקומען. ווי איך פארשטיי האט עס עפעס מיט די אוקריינע אימפיטשמענט פון טראמפ.
 
GzcPKRJWQAA5Rk-.webp
 
בינעך נייגעריג, צו די אלע רעכטע ניקס וואס האבן זיך גערעגט (ובצדק) אז מ'פארהוילט ביידן'ס געזונט-צושטאנד. זענען יעצט אויך ברוגז אויף דעם וואס מ'פארהוילט טראמפ'ס מצב?
 
בינעך נייגעריג, צו די אלע רעכטע ניקס וואס האבן זיך גערעגט (ובצדק) אז מ'פארהוילט ביידן'ס געזונט-צושטאנד. זענען יעצט אויך ברוגז אויף דעם וואס מ'פארהוילט טראמפ'ס מצב?
וועלכע מצב? וואו פארהוילט מען?

אויך איז א ריזיגע נ''מ פון ווען א פרעזידענט איז נישט געזונט און קיינער ווייסט נישט אדער זעהט עס נישט און מען באהאלט עס (א שטייגער ווי פּאליא מיט רוזעוועלט), און ווען א פרעזידענט איז קלאר נישט געזונט און יעדער זעהט עס און אויף א גאר וואונדערליכע אופן באמערקט עס נישט די פרייע פרעסע.... וכו'...
 
לעצט רעדאגירט:
בינעך נייגעריג, צו די אלע רעכטע ניקס וואס האבן זיך גערעגט (ובצדק) אז מ'פארהוילט ביידן'ס געזונט-צושטאנד. זענען יעצט אויך ברוגז אויף דעם וואס מ'פארהוילט טראמפ'ס מצב?
האט ער כאטשיג א נארמאלע וויצע פרעזידענט. נישט דעם ציקוקטער קאמעלע העריס
 
כאילו 8.5 מיליאן איז יא געווען אזא שטרענגע שטראף.....
 
אין זיין אנגייענדע ארבעט צו מאכן אמעריקע גרעיט נאכאמאל, האט טראמפ געמאלדן דעם אזוי שטארק ערווארטעטע גוטע נייעס אז רודי זשוליאני וועט באלוינט ווערען מיט דעם העכסטן ציווילע מעדאַל אין לאנד.
1000455722.webp


עס בלייבט נאר איבער צו זעהן צו די זשען 6 העלדן וועלן באקומען א () מעדאַל נעקסט, פאר זייער זיך מוסר נפש זיין פארן "אמת".
 
ספעציעלע קריים שטודיעס זענען געמאכט געווארן אין די לעצטע פאר טעג אין וואשינגטאן די סי.

הערט און שטוינט!

מיט די מיליטער אויף די גאסן, איז קריים אין וואשינגטאן די סי די נידריגסטע אין 30 יאר!

ווי אויך ווערט באריכטעט אז קריים אין די ווייסע הויז איז די העכסטע אין 250 יאר!
 
אפאר פאקטן.
זי איז נישט געווען באוואפנט.
דער רוצח וואס האט איר ערמארדעט האט באקומען א העכערונג אין געהאלט. און ס'איז קיינמאל נישט ארויסגעקומען קיין אפיציעלע אויספארשונג וואס טוהט דעם רוצח ריינוואשן.
זי איז לכאורה געווען מער אומשולדיג ווי טרעיוואן מארטין, און אלע אנדערע שווארצע וואס פאליציי האט געשאסן....
 
Back
Top