- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 557
- רעאקציע ראטע
- 1,717
כ'פארשטיי הונדערט פראצענט.ס'מיר שווער זיך צו באציען צו אלע דיינע נקודות. אפאר זענען גוטע, אפאר פארשטיי איך נישט, און אפאר בין איך נישט דוקא מסכים.
נאר אויף דעם פרט:
וואוינענדיג אין א לאנד מיט בחנם'דיגע העלטקעיר (אגב דענטיסט איז נישט בחנם) - האב איך טאקע ב"ה שוין יא געהאט מערערע מאל די זכיה פון 'ווארטן אויף עפעס אין לעבן', און דאס געשעט יעדעס מאל מ'דארף אן אפוינטמענט ווייטער ווי דער לאקאלע דאקטאר, ווי מ'דארף ווארטן צומאל חדשים לאנג דערויף.
נישט אז איך רעד מיר אפ אויף דעם, אדרבה דער לעצטע צו זיין אנקעגן די סאציאליסטישע מהלך איז מיר. פארט איז דא נואנס דערין, און אויב אין אמעריקע צאלט מען טייער, באקומט מען כאטש טאפ-נאטש סערוויס שנעל און גוט, אנדערש ווי אין פאבליק-פאנדעד מקומות וואו ס'קען נעמען זייער לאנג ביזן אנקומען צום דאקטאר, און אפי' דאן איז עס נישט ממש אויף די זעלבע סטאנדארט ווי אין אמעריקע
(הגם, מ'דארף אינטערשטרייכן אז דאהי איז אויך דא די אפציע פאר פרייוועט קעיר וואס גייט טאקע יא אזוי שנעל און גוט ווי אין אמעריקע - און קאסט דערצו ביליגער - וואס מיינט אז מיר האבן עסענטשעלי פון ביידע וועלטן)..
בערני איז מודה אז קאנאדא איז נישט פערפעקט, אבער דא קומט אריין די היפאקריסי. guess what דא אין גרויסע סיטי'ס זינט פאפולאציע וואקסט און דאקטוירים נישט, קומט אויס אז מ'דארף שוין אויך ווארטן א חודש צוויי, און ס'רוקט זיך צוביסלעך ארויף - שוין מיט די פארקערטע סיסטעם (רוב פריוואט, א טפה מן הים פובליק)
סא איך ווער נאכנישט דערשראקן פון דעם. דא קען מען צאלן מער צו באקומען בעסערע קעיר, אבער דאס איז נישט די סאלושן נאר איז א חלק פון די פראבלעם וואס ווייזט אז ס'איז שווער צו מאכן קעיר עוועליבל. נישט קיין חילוק אין וועלכע סיסטעם.
קוואליטי? מענטשן פארגעסן אז אמעריקע איז גרעסער ווי באסטאן און ניו יארק סא אין רורל אלאבאמא אדער איידעהאו גלייב איך נישט די קוואליטי איז בעסער ווי אין א קליניק אין אמסטערדאם שווייץ אדער לאנדאן... יעדע מעדיקל סקול האט א סכום פון סטודענטן וואס האבן גראדואירט די אונטערשטע העלפט...
אז דו וועסט גיין קוקן נומערן וועסטו זעהן אז אויב איז אמאל געווען א דענטיסט 60 פער הונדערט איז עס היינט 45!
אן אריינגיין אין די גאנצע ארוכות, די זעלבע מענטשן וואס האבן ביי אבאמא קעיר אראפגעריסן די NHS צו די קאנאדישע סיסטעם כאפן נישט אז זיי גייען היינט צו דענטיסטס און GP's וואס אויב האבן זיי אין יענע צייט געזעהן 2500 פאציענטן א יאר היינט דארפן זיי היינט זעהן 3100! יעדער איז ביזי! ביי פסיכאטריע איז עס נאך ערגער ווייל ס'קומט צו א פוינט ווי די דאקטער זאגט עד כאן, כ'קען נישט נעמען נאך ווייל כ'וועל נישט ענדיגן. ווער דעקט די לאך ווען ס'קומען נישט צו נייע דאקטערס ווייל זיי ווילן מער נישט טוהן די דזשאב ווייל ס'איז שוין נישט ווערט? אמעריקע האט זייער אן אייגנארטיגע פראבלעם פון א 50-150,000 מאנגל אין פריימערי קעיר אדער וויאזוי עטס רופטס עס GP אין אנדערע ווערטער די קללה פון די קאנסערוואטיוון וואס האבן פעיר מאנגערט אבאמא קעיר אויב וועט עס זיין אינגאנצן סאושליסט (וואס ס'איז נישט) און דאקטוירים וועלן זיך צולויפן אין די מאסן איז שוין טיילווייז מקוים געווארן!
כ'בין נייגעריג וויפיל אזעלכע פראבלעמען מאכט זיך אין ענגלאנד...