טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

איים סאַרי.

בען שאפירא איז ביי מיר נישט קיין בעל דברים ווען ס'קומט צו טראמפ. ער לגבי טראמפ איז פונקט אזוי גוט ווי סיי וועלכע דעמאקראט. און ס'קאנווינסט מיר נישט מער ווייל ער איז כלומרשט א רעפאבליקאנער וואס איז אליינס מודה. איך וועל ענדערש הערן פון א אויפריכטיגע לינקער ווי פון א פארפוילטע רעכטער.

אבער יא איך וועל נאכאמאל איבערחזרן, אויב זענען טעריפס אזוי מסוכן פארוואס איז אקעי אז די גאנצע וועלט זאל קענען לייגן טעריפס אויף אמעריקע? חוץ פון חוזק מאכן קענסטו ענטפערן אויך?
שיין פון דיר פארן דיסמיסן בען שפירא מיט א ליידיגע אד האמינעם (זאג מיר נאר פונקטליך וועלכע לינקע דו קוקסט בכלל אן 'אויפריכטיג' :ROFLMAO: )

און דו גייסט גראד צוריק צו דיין ליניע אז אנדערע לענדער טוען עס, און ס'נאך 'אקעי'..

נעם דיר דאס מינוט'ל, הער יא אויס וואס בען שפירא זאגט, הער נישט זיינע מיינונגען אויב דו ווילסט נישט, הער די פאקטן, הער נאר ווי ער צולייגט ברחל בתך הקטנה וויאזוי די נומערן זענען פלאכע ליגנטס, און אז אנדערע לענדער לייגן טאקע 'נישט' קיין טעריפס, (ווער יא, איז עס זייער ווייניג, אדער אויפן וועג עס צו נידערן) פאר אט דעם סיבה אז עס שאדט די עקאנאמיע! און נאכדעם קום צוריק..

די נומערן וואס טראמפ האט ארויסגעלייגט איז פון די טרעיד דעפיציט צווישן אמעריקע מיט די לענדער און גארנישט מיט טעריפס איינגעלייגט, נישט קיין חילוק וויפיל מאל טראמפ זאגט עס איבער!
נעם לדוגמא מדנ"י, זיי האבן געהאט די נידעריגסטע טעריף שוין פאר יארן און נעכטן האבן זיי דאס לעצטע ביסל אויך אראפגענומען, און אויפן טשארט שטייט 33%.
ענגלאנד שטייט 10%, ווען אין פאקט איז עס ארום 2%, און אזוי ווייטער און ווייטער.. גימיר א ברעיק פליז.

חוץ פון חוזק מאכן קענסטו ענטפערן אויך?
 
לעצט רעדאגירט:
@אלפא איך האב נישט אויף די מינוט די געדולד פאר א שעה צייט פון בען שפירא, וואס איז זיין עצה פאר טרעיד דעפיציט? (איך זאג בכלל נישט אז טעריפס זענען אן עצה, איך בין זייער גרין)
 
ער טענה'ט אז ס'איז בכלל נישט קיין שלעכטע זאך!

ס'איז בלויזע קאפיטאליזם, פונקט ווי איך האב א 'טרעיד דעפיציט' מיט מיין לאקאלע גראסערי (איך קויף פון אים און ער קויפט גארנישט פון מיר) און ס'מיינט נישט אז ער 'עקספלויט' מיך. בפרט לגבי קליינע לענדער וואו ס'שטערט זיכער נישט די גאנצע טרעיד דינאמיק.

ער איז בכלליות אנקעגן די 'אייסאלעישאניזם' אגענדע, ער האלט אז מיטן האבן פרייע האנדל, שטארקע מיליטערישע אנוועזענהייט, און מיטן זיין מער אינוואלווד אין אנדערע לענדער, האלט אמעריקע אן איר סאפט פאוער און איר שטארקע דאלאר..

איך ווייס נישט זיין ספעציפישע סאלושען אדער מהלך לגבי טשיינע..
 
סתם א פראגע צו די אלע ליבערטעריענס אין טראמפ'ס לאגער. וויאזוי איז א פרישע טעקס אויסגעהאלטן בלויז כדי צו בויען די אייגענע אינדוסטריעס (-נניח)?
דער וואס וויל האט דאך יעצט אויך די מעגליכקייט צו קויפן פון היימיש געמאכטע סחורה, ס'קאסט טאקע טייערע אבער דאס גייט דאך נישט דוקא ביליגע ווערן יעצט ווייל לעיבאר איז נאך אלעם טייערע דא ווי טשיינע. וואס געשעט יא מיט טעריפס איז אז קויפן פון טשיינע קאסט טייערע. קומט אויס עס איז א פלעינע טעקס 'אפצוהאלטן' מענטשן פון קויפן געוויסע פראדוקטן. וויאזוי פונקטליך איז דאס אין איינקלאנג מיט די 'אבסאלוט פרייהייט/רעכטן' פאזיציע? וויאזוי מעג מען אוועקנעמען אדער איינצוימען רעכטן פון מענטשן צו איינקויפן וואס זיי ווילן פון וואו זיי ווילן - בלויז ווייל דיין ווינקל אין די קאפיטאליסטישע סיסטעם האט זיך נישט אויסגעארבייט?
 
איך קען זיינע טענות אבער ס'איז דא א שטארקע צד שכנגד. און זיי האלטן אויך אויבן אויף פון א פרייע מארקעט אבער ס'דארף זיין פרייע פון ביידע צדדים. און אין די קעיס איז עס נישט באלאנסירט. איך וואלט געראטן פאר איינער וואס איז אינטערעסירט אין די אמת זאל אפיר קראצן סאַל קהאַן'ס ווידעא'ס אויף די נושא ווי ער צולייגט די חורבן אויף קליין געלט.

יענע לעקטורן זענען געגעבן געווארן יארן פאר ס'איז סיי וועם בייגעפאלן אז ס'וועט איין טאג זיין א טראמפ.
 
איך האב נישט קיין כח נאכאמאל פאר די גאנצע שפיל ווי דו נעמסט אונז אויף א רייד פון פרעגן קשיות, איגנארירן וואס געפעלט דיר, און פארלאנגען לאנגע הסברים אפצופרעגן דיינע געמויזעכטצער.

איך ווייס נישט וואס סאל קאהן האט געזאגט און פארוואס דו האסט דיך פלוצלינג דערמאנט פון אים - אויסקראסענדיג אלע אנדערע עקאנאמיסטן ביז אהין (אדער די סטאק מארקעט אליין פאר דעם מעטער).

דו ביסט קאנוויניענטלי איבערגעטאנצן מיין ערשטע רעספאנס צו דיר - אז לענדער נעמען נישט קיין טעריף פון אמעריקע - אנדערש ווי דו (אדער טראמפ, פאקס, אדער געיטוועי פאנדיט) טענה'סט.

יעצט פליז קלאר דיך אויס וויאזוי די לענדער זענען 'נישט פעיר' און פארוואס 'עס איז נישט באלאנסירט'?

און אז דו ווילסט קענסטו שוין אין איינוועגס קלאר מאכן פארוואס יענעם'ס אומרעכטן (נניח) בארעכטיגט צו באשטראפן די אייגענע עולם מיט א מאסיוון טעקס און איינצוימונג?
 
וואס וואלוטא מאניפולאציע איז ווייסטו? און וואלוטע דעוואליואציע? ס'איז זייער א אנגענומענע זאך ביי די לינקע זייט צו נעמען א עקספערט און זאגן אדער צווינגען יעדן צו האלטן וויזוי יענע עקספערט זאגט. אזוי האבן זיי געטוהן ביי קאוויד אויך. אנטשטאט אז איך זאל מיר פארלאזן אויף עקספערטן, פארלאז איך זיך אויף וואס מאכט סענס פאר מיין שכל, און אויב מאכט עס סענס בין איך דערין אז נישט איז דערנאך.

סאַל קהאַן'ס ווידעא'ס האב איך שוין געלינקט דא אויף קרעמל מיט א צייט צוריק.
 
און אז דו ווילסט קענסטו שוין אין איינוועגס קלאר מאכן פארוואס יענעם'ס אומרעכטן (נניח) בארעכטיגט צו באשטראפן די אייגענע עולם מיט א מאסיוון טעקס און איינצוימונג?
זייט ווען האבן די לינקע א פראבלעם מיט ארויפלייגן איינצוימען און שטייערן?

ס'מאכט זיך א נייע וועלט.
 
זייט ווען האבן די לינקע א פראבלעם מיט ארויפלייגן איינצוימען און שטייערן?

ס'מאכט זיך א נייע וועלט.
א נייע וועלט - וואו דו סעלעקטירסט וואס דו ווילסט ליינען און צו וואס דו ווילסט זיך באציען!

אט איז וואס איך האב געשריבן איין תגובה פארדעם:
סתם א פראגע צו די אלע ליבערטעריענס אין טראמפ'ס לאגער. וויאזוי איז א פרישע טעקס אויסגעהאלטן בלויז כדי צו בויען די אייגענע אינדוסטריעס (-נניח)?
דער וואס וויל האט דאך יעצט אויך די מעגליכקייט צו קויפן פון היימיש געמאכטע סחורה, ס'קאסט טאקע טייערע אבער דאס גייט דאך נישט דוקא ביליגע ווערן יעצט ווייל לעיבאר איז נאך אלעם טייערע דא ווי טשיינע. וואס געשעט יא מיט טעריפס איז אז קויפן פון טשיינע קאסט טייערע. קומט אויס עס איז א פלעינע טעקס 'אפצוהאלטן' מענטשן פון קויפן געוויסע פראדוקטן. וויאזוי פונקטליך איז דאס אין איינקלאנג מיט די 'אבסאלוט פרייהייט/רעכטן' פאזיציע? וויאזוי מעג מען אוועקנעמען אדער איינצוימען רעכטן פון מענטשן צו איינקויפן וואס זיי ווילן פון וואו זיי ווילן - בלויז ווייל דיין ווינקל אין די קאפיטאליסטישע סיסטעם האט זיך נישט אויסגעארבייט?
אין אנדערע ווערטער, איך פרעג לשיטתם/ך
 
לשיטתם..... איז די פאזיציע טראץ וואס טרעיד דארף אין דעפאלט זיין פריי דארף עס אבער אויך זיין פעיר, און דעריבער איז בארעכטיגט מדה כנגד מידה צו ברענגען ביידע צדדים צו א פרייע פאזיציע.

א ירידה לצורך עליה.
 
סתם א פראגע צו די אלע ליבערטעריענס אין טראמפ'ס לאגער. וויאזוי איז א פרישע טעקס אויסגעהאלטן בלויז כדי צו בויען די אייגענע אינדוסטריעס (-נניח)?
דער וואס וויל האט דאך יעצט אויך די מעגליכקייט צו קויפן פון היימיש געמאכטע סחורה, ס'קאסט טאקע טייערע אבער דאס גייט דאך נישט דוקא ביליגע ווערן יעצט ווייל לעיבאר איז נאך אלעם טייערע דא ווי טשיינע. וואס געשעט יא מיט טעריפס איז אז קויפן פון טשיינע קאסט טייערע. קומט אויס עס איז א פלעינע טעקס 'אפצוהאלטן' מענטשן פון קויפן געוויסע פראדוקטן. וויאזוי פונקטליך איז דאס אין איינקלאנג מיט די 'אבסאלוט פרייהייט/רעכטן' פאזיציע? וויאזוי מעג מען אוועקנעמען אדער איינצוימען רעכטן פון מענטשן צו איינקויפן וואס זיי ווילן פון וואו זיי ווילן - בלויז ווייל דיין ווינקל אין די קאפיטאליסטישע סיסטעם האט זיך נישט אויסגעארבייט?
איך זעה טאקע ליבערטעריענס, א שטייגער ווי רענד פויל, אטאקירן שארף טראמפ איבער דעם. ער האט אויך געהאלפן בלאקירן די שטייערן אין קאנגרעס
 
ארעמע לענדער האבן באקומען גרעסערע טאריפס צוליב די גרויסע טרעיד דעפיציט וואס זיי האבן מיט אמעריקע.

ס'איז דא א טרעיד דעפיציט וויבאלד אמעריקע איז א רייכע לאנד און קען צאלן פאר אסאך אימפארטס און דורך דעם האבן א גרעסערע אויסוואל פון פראדוקטען vs אן ארעמע לאנד....

(די גאנצע טראמפ אדמיניסטראציע זענען א באנדע גולמים)
 
סתם א פראגע צו די אלע ליבערטעריענס אין טראמפ'ס לאגער. וויאזוי איז א פרישע טעקס אויסגעהאלטן בלויז כדי צו בויען די אייגענע אינדוסטריעס (-נניח)?
דער וואס וויל האט דאך יעצט אויך די מעגליכקייט צו קויפן פון היימיש געמאכטע סחורה, ס'קאסט טאקע טייערע אבער דאס גייט דאך נישט דוקא ביליגע ווערן יעצט ווייל לעיבאר איז נאך אלעם טייערע דא ווי טשיינע. וואס געשעט יא מיט טעריפס איז אז קויפן פון טשיינע קאסט טייערע. קומט אויס עס איז א פלעינע טעקס 'אפצוהאלטן' מענטשן פון קויפן געוויסע פראדוקטן. וויאזוי פונקטליך איז דאס אין איינקלאנג מיט די 'אבסאלוט פרייהייט/רעכטן' פאזיציע? וויאזוי מעג מען אוועקנעמען אדער איינצוימען רעכטן פון מענטשן צו איינקויפן וואס זיי ווילן פון וואו זיי ווילן - בלויז ווייל דיין ווינקל אין די קאפיטאליסטישע סיסטעם האט זיך נישט אויסגעארבייט?
רעסיפראקעל טעריפס איז פשוטע עין תחת עין איך זעה נישט פארוואס מענטשן זענען קעגן דעם זעהט אויס אז עס האט אויכט מיט טראמפ דערענדזדמעט סינדראם.
אבער די וועג וויאזוי ער פירט עס אויס איז אינגאנצן צעפאכעט, עס מאכט אמעריקא אויס זעהן אומסטאביל, ער זאל מאכען נערמאלע רעסיפראקעל טארעפס, און נישט צו רעכענען איעדע שאצונג וואס פאלט איינעם ביי אזויווי מען באקומט אויף די סעלפאון ביל.
און די נישט רעסיפראקעל טערפס האט לגמרי נישט קיין פשט.
און אגב איך בין נישט קיין ליבערטעריען און נישט קיין רעפאבליקאנער און נישט קיין טראמפיסט, אלע דריי האבן חסרונות, אבער קיינער פון זייער חסרונות קומט נישט צי צו די פארפאלטקייט פון די דעמאקראטען.
 
לעצט רעדאגירט:
רעסיפראקעל טעריפס איז פשוטע עין תחת עין איך זעה נישט פארוואס מע טשן זע עם קעגן דעם זעהט אויס אז עס האט אויכט מיט טראמפ דערענדזדמעט סינדראם
אנטשולדיגט אז איך האב נישט צייט אדער געדולד צו שרייבן מער באריכות, אבער טראמפ'ס טעריפס זענען reciprocal פונקט ווי פוטינ'ס אינוואזיע אין אוקריינא איז א special military operation.

פיין פאר פראפאגאנדע, אבער האט נישט איינגעלייגט מיט'ן מציאות.
 
די בערן זענען ארויסגעוואקסן, עס גיסט זיך בלוט אין די מארקעטס.
 
וואס איז זיין עצה פאר טרעיד דעפיציט? (איך זאג בכלל נישט אז טעריפס זענען אן עצה, איך בין זייער גרין)
דיין גרינקייט ווייזט זיך שטארק ארויס. נישט נאר איז די 'עצה' צום פראבלעם נישט פרוכטבאר, נאר אפילו דיין כלומרשט 'פראבלעם' האט נישט קיין דעקונג.

פארוואס דארף מען בכלל אן עצה פארן טרעיד דעפיציט?
 
מיין מעסעדש צו יעדער וואס האט געשטימט פאר דעם קאראפטירטן אפגאט.

View: https://youtu.be/Of_jyeDZ3Sg?si=_T29O2L2CTNQEFS5
??Are you not entertained
איך מיין עס איז א שאד די גאנצע שנירל דא. מ'דארף עס פארמאכן און פשוט אויסווארטן פיר יאר...

דעמאלס קען מען צוריקקומען און דן זיין:
צו די עקאנאמיע איז למעשה בעסער,
צו א רעסעסיע איז געקומען,
צו פרייזן זענען אראפ און דזשאבס ארויף,
צו טאריפס האט אויפגעטון אדער אפגעטון,
צו פרידאם איז טאקע 'צוריק' און צו WOKE/DEI איז אונטערגעגאנגען,
צו רעגירונג שפענדונג איז געשניטן און וויפיל 'פראוד' מ'האט געטראפן,
צו טעקס קאטס און די אלע טעקס רעפארמען האבן ערגער אדער בעסער געמאכט,
צו רוסלאנד און טשיינע זענען שטערקער אדער שוואכער געווארן און צו ער האט טאקע 'פארקויפט' אוקריינע,
צו ער געבט זיך אן עצה מיט AI,
צו זיין צוגאנג צו אימיגראציע האט עפעס אויפגעטון,
צו די לאנד איז מער אדער ווייניגער צוטיילט,
צו זיין לעגעסי וועט טאקע ארויפגיין צוזאמען מיט וואשינגטאן און לינקאלן,
צו נייע מלחמות האבן זיך נישט אנגעהויבן,
צו ער ציט זיך ארויס פון נאטא,
צו אמעריקע איז טאקע פירסט און צו עס איז 'גרעיט עגעין',
צו די עולם האט הנאה פון אים,
צו ער גייט למעשה לויפן נאכאמאל און צו דעמאקראטיע איז דערונטער,
צו ער איז א פאשיסט אדער גאר היטלער,
אא"וו.

ביז אהין איז אלעס בלויזע נויז, ליידיגע שפעקולאציעס, און איבערגעטריבענע רעטאריק.

Don't get me wrong here, איך לייג נישט צופיל האפענונג פאר פרא טראמפערס צו קומען צום טיש אדער קאנסידן אין היינדסייט, דאך קען מען דעמאלס רעדן אין מער קאנקרעטע טערמינען..
@אלפא מען דארף נאך ווארטן פיר יאר, אדער מ'קען שוין רעדן?😭
 
Back
Top