איך מוז זאגן אז, דא איז דא א נושא וואס איך האב נישט די מינדענסטע ידיעה אין. האועווער, איך פארשטיי אבער יא (קען זיין איך בין אזא אידיאט אז איך פארשטייט אזוי) אז ווען עס לוינט נישט אריין ברענגען וועט מען פראדאצרין דא אין לאנד. אויב פראדעצירט מען דא, איז דאך דא דזשאבס, מיט פרנסה, הייבט מען אן איינקויפן, איז דאך דא געלט אין די צירקולאציע. איז דא געלט אין די צירקולאציע, הייבט זיך די עקאנאמיע.
נאר וואס'שזע דען קען חלילה פאסירן, אז דער אמעריקאנער דאללער ווערט שוואכער. ווייל פראדאצרין דאהי איז טייערער לכתחילה. ע''כ ווערן פלעין פשוט'ע אייטעם'ס טייערער. איז אויב איז דער דאלער נישט אין איינקלאנג מיט אנדערע מדינות, ווייל, מען גייט דאך נישט ברענגן פון אינדערויסן, וועמען גייט אן אז דער דאלער אנטקעגן אנדערע פארלירט איר וועליו, אלעס וועט מען דאך איינהאנדלען אויף דעם דאללערס וועליו. אויב אזוי איז דאך ווייטער גוט.
ווי בין איך ראנג דא ?
דו טראכטס גוט, די נושא איז אבער נישט איבערן דאלער נאר איבער גלאביליזאציע ווס. פראטעקשאניזם.
פראטעקשעניסטס האלטן אז מ'קען האלטן די נאציאנאליזם אינדערהיים אן דארפן צוקומען צו ברענגען זאכן אדער דזשאב'ס פון ערגעץ אנדערש. וויאזוי? דורך געבן א דריק א קנעפל און ס'וועט קומען צו פליען דזשאבס מיט פעקטאריס עפעס ניסים קיינער ווייסט נישט וויאזוי.. אבער אזוי האלטן זיי. איי אונזערע דזשאב'ס זענען אין אוויעישן, מיליטער, טעק, און טשיפס און נישט אין סאויאינג אדער מאנעפעקוטושרן קאמפיוטערס אדער כאפן פיש מיט פערלשטיינער? דאס איז נישט נוגע, דאס אז אטאמעישן איז אריינגעקומען און די נעבעכדיגע דזשאב'ס וואס פאסט אונז נישט, איז מיטאמאל ווייל עפעס א שמאק מיטן נאמען טראמפ האט אזוי געזאגט - געראבעוועט געווארן פון אונז... קענסט איינער וואס וויל טוהן די שמוציגע ארבעט? ניין. אבער עכ"פ מ'דארף פראטעקטן די דשאבס וואס די גאנצע וועלט האט אונז צוגעכאפט, נישט אונז האבן עס זיי געגעבן... און דאס וועט נאר געשעהן ווען מ'וועט לייגן טעריפס אפצוהיטן למשל אונזערע פארמערס פון גלאבאלע קאמפיטישן....
די גלאבאליסטס שרייען ניין, נישט דא אזא זאך, וואס דו האסט האסטו און דו קענסט עס פרובירן צו בויען די בעסטע וואס דו קענסט, אבער ס'איז דא א סיבה פארוואס דיימאנטן קומען פון אפריקע, מעיקאפ פון פאריז, דיין שבת טיש פון איטאליע, און דיין קאר פון יאפאן און דיינע קינדער'ס שפילצייג פון טשיינע און די ליטיום פון די עלעקטרישע קאר אדער פון בייפאלער מעדיצין פון טשילע, איש על מחנהו ואיש על טרעיד שלו. מ'קען נישט מאנאפילייזן טרעיד, וואס איז איראניש ווי געווענליך די מענטשן וואס האלטן די שטערקסטע קעגן סיי וועלכע פארם פון סאציאליזם און סטעטיסם ווילן ביי טרעיד יא זיין אין קאנטראל גיי פארשטיי... קענסט טעריפ'ן און שטויסן און האקן קאפ אין וואנט אויך אויב דו ווילסט, דזשאבס וועסטו נישט צוריק ברענגען חוץ אויב ס'איז עפעס וואס איז עובר לסוחר, למשל ביידן'ס טייוואן אפמאך קען זיך יא עפעס מאכן, ס'גייט הערשט אריין אין 2026 כאפסט? ער איז שוין לאנג נישט דא אבער ער האט עפעס אויפגעטוהן ווייל ער האט געברענגט פארגעשריטענע זאכן, לאמיר זעהן טראמפ זאל נאר פרובירן צו פארקויפן F150s קיין יאפאן, די שקצים, ווער דארף זייערע סיענע'ס מיט טאנדרע'ס אונזער אמעריקאנע טראקס זענען סך בעסער!
האק דיר קאפ אין וואנט, מ'דארף דיך נישט suck it!
קענסט טעריפ'ן און ס'וועט אויסזעהן אזוי ווי אין 1929 און אזוי ווי ביי די טשיקן טעריפ, אייראפע פלעגט נעמען אמעריקאנע טשיקן וואס איז געווען ביליגער, און זיי האבן עס זייער ליב געהאט און מיר פלעגן נעמען אסאך אסאך מער מערסעדיס און אנדערע דייטשע טראקס, ביז מ'האט זיך בארעכענט מ'וועט לייגן טעריפ'ס וואס איז געשעהן? גארנישט. דייטשלאנד האט נישט קיין טשיקן און אונז האבן נישט זייערע קארס. וואס האט ער? א שטויס פון אונטן, וואס האט דער אנדערער? א שטויס פון אונטן.
איך טראכט א גרינגע משל מסביר צו זיין פאר איינעם ווי דיר וואס ווייסט גארנישט.
ס'איז אזוי ווי נעם יעצט יעדע ספאנישע רעסטוראנט עסער און זאג אים פון היינט און ווייטער טארסטו נישט עסן רייז און בונדלעך, דו מעגסט נאר עסן און פארקויפן אידישע טשאלנט. א גזירה! און אויב נישט, טעריפ, שוין וואס טוט די ספאנישער, ער גייט צו דיפס און צו עווערגרין סופערמארקעט און זאגט דו טארסט נישט מער פארקויפן אדער עסן טשאלנט דו מוזט מאכן ספאנישע רייז, און אויב נישט? יא... וואס האט מען דא אויפגעטוהן? גארנישט מיט נישט, דער קאנסומער וואס וויל טשאלנט האט נישט קיין טשאלנט, און דער קאנסומער וואס וויל רייזיגע בונדלעך האט נישט רייזיגע בונדלעך. ביז די פרייזן נעמען זיך ארויפשיסן און די עקאנאמיע שרייט געוואלד! און מ'גייט צוריק דער צו זיין בונדלעך און דער צו זיין טשאלנט און די גאנצע טעריף בלייבט אן אלטע היסטאריע געשיכטע ערגעץ אין א ביכל און די גזירה פון מאכן ספאנישע עסן אידישע טשאלנט האט זיך למעשה נישט אויסגעארבעט.
דאס איז אין קורצן די חלום פון פראטעקשעניסטס און שמאק טראמפ וואס רעדט זיך איין אז אזוי בוסט מען די היזיגע עקאנאמיע מיטן צווינגן די וועלט צו טוהן וואס זיי האלטן נישט ביים טוהן.
אזוי ווי מ'האט למשל "געבוסט" די קארעאנער באפעלקרונג צו שטיצן ווירפול וואשינג מאשינען אנשטאט סעמסאנג און אונזערע דרייערס וואס זענען ניטאמאל געטעריפט געווארן זענען נאך יעצט טייער אדאנק די וואש מאשינען וואס זענען לכבוד דעם אויך ארויף אין פרייז.
אבער וועם גייט אן די שטותים, די עיקר איז דאך אז פאר אייער און אינפלעישן איז ביידן שולדיג....