טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

א גרויסע חילוק איז דא צווישן זיין רעכט און האלטן פון טראמפ

ווען דו ביסט רעכט קענסטו יעדן קריטיקירן, ווייל ס'קען אויסקומען אז יעדער זאל אמאל זיין ראונג און נישט האלטן ווי דו ווילסט, דו קענסט זיין די איינציגסטער וואס שטימט אינגאנצן מיט די רעכטע שיטה, יעדער איז פארדרייט אבער דו האסט עס ארויס.

משא"כ א טראמפיסט, דארף מיטלויפן מיט א לעבעדיגע מענטש וואס קען יעדן טאג זאגן עפעס אנדערש, און ס'איז זייער שווער מיטצוהאלטן יעדן טאג וואס מ'דארף פארענטפערן
מיינסט מיט א ווילד אימפולסיווע נארסיסיסט וואס האט urges נישט קיין שיטות וואס הייבן זיך אן און ענדיגן זיך ערגעץ און פארדעם איז נישט דא וואס מיטצוהאלטן נאר זיך כלומרשט אינטערהאלטן, מענטשן האבן נישט קיין געלט פאר אינשורענס און צו ענדיגן קאלידזש צוליב אומגעהויערע חובות אבער כאטש איז דא ענטערטעינמענט.... האלסט למשל נאך לענדער זאלן ערוויילן לעבידיגע מענטשן?

ווען ער איז געווארן פרעזידענט צום ערשט האט מען געהערט פון די מיטעלע פארווע סווינג מענטשן יו ווי איז דער מענטש וואס האט געוויסט וויאזוי צו ענדיגן א זאץ... ברענג אים צוריק...

זיינע זאצן קען ער נישט מסביר זיין, כ'מיין אז האבן קראנטע שיטות איז אן אינטעגראלע טייל פון זיין דזשאב. אפשר נישט. כ'שטעל מיר נאר פאר
אבער א ריכטיגע רעכטער ווייסט אז אפילו טראמפ איז נישט פערפעקט איז ער יעצט די בעסטע פאר די רעכטע ווייל מיט ראמני וואלט נישט געקענט ברענגען די ווייסע הויז, טעד קרוז אויך נישט.
גוט מארגן, דאס איז די ריפובליקאנע פארטיי א צופארענע שיט שאו ווי קרח דתן ואבירם קעגן משה רבינו יעדער שרייט קולות און קיינער פארקויפט נישט די לינקע בארינג קאנדידאטן דארפן נישט צוקומען צו דעם דזשאו ביידן און בערני זאגן מער ווייניגער די זעלבע זאך שוין די לעצטע 40 יאר. טראכט נאר אריין ווי הילפלאז און נעבעכדיג די ריפובליקאנער פארטיי האט אויסגעזעהן אז זיי האבן געדארפט די האפענונג פון א out of touch מארמאן מיליאנער זייער נישט קיין באקאנטע סעקטע און פרומער קעגן געי מעירזש ווי ראנד פאול

אן אינקאסיסטענט היפאקריט און די ריפובליקאנער כאפן נאך היינט נישט פארוואס ער האט פארלוירן קעגן אבאמא, זיי מיינען ער איז געווען צו נייס און אבאמא האט פשוט צוגעקפיקסט, די פראבלעם איז אבאמא איז א קלוגער לויער און א מענטש וואס זיין ווארט און זיין ארגומענט פארלאנגט עפעס, עפעס וואס א ליידיגע פאליטישן קען נישט דעליווערן.... ביז איינער טראמפ האט זיך אנגעריקט און געזאגט ווייסטו וואס? די בהמות קענען דאך נישט געווינען איך ווייס בעסער און איך וועל עס אליין האנדלען, פארקויפט אסאך שטותים און פראפעגאנדע, איבערגעזאגט גענוג מאל ביז ס'איז געווארן א פאקט ביי זיין בעיס וואס ווייסט ממילא נישט וואס פאקטן זענען אסאך פון זיי ווייסן נאכנישט וואס ס'איז ראנג געווען מיט ראמני... און דא שטיי מיר היינט. הילערי האט געהאט איר אימעיל קעיס, און איז נישט געווען קיין נייע כאפ פון א קאנדידאט און מ'האט איר שויו געזעהן קאמפיינען און נישט דעליווערט און ס'האט נישט אזוי גוט אויסגענומען קעגן דער נייער "קילער" פרעזידענט וואס קען אריינפליקן דזשעב בוש און רוביא...


געטוהן פאר די וויילער האט ער גארנישט. אבאמאקעיר איז נאך היינט זייער זייער פאפולער, און ס'וואלט ווען געקענט זיין בעסער און שטערקער ווען נישט פאול רייען ימ"ש מיט די אנדערע יונגע קאנסערוואטיוון וואס האבן עס אויפגעהאלטן און פארשלעפט ווער ס'ווייסט אביסל זענען די קאנגרעסלייט אסאך איבערגעשלאפן אין די קעפיטאל ווייל ס'האט זיך אזוי לאנג פארצויגן. אבער אבאמא איז שולדיג אין די ענדע רעזולטאטן פארשטייט זיך... איי ס'וואלט דאך געזאלט האבן א פובליק אפשן וואס ניוט גינגריטש מיט די היינטיגע פראדזשעקט 2025 שרייבערס, האבן עגריט ביי די קלינטאן צייטן מיט 16 יאר פריער? ביי אבאמא האבן זיי זיך עפעס בארעכנט אז ס'טויג נישט אפילו אויב ס'איז געווען אקוראט די זעלבע פאליסי וואס מ'האט ווידעראויפגעברענגט... אבער יעצט איז עס געווארן טריפה, גיי פארשטיי פארוואס די רעכטע פארטיי איז אנגעקומען צו ערוועלן א שיכור ווי דאנאלד טראמפ...
טראמפ מיט זיינע חסרונות איז נאך די נענסטע צו די רעכטע, זיכער נענטער צו די רעכטע שיטות ווי ביידען און אפגערעדט העריס.

נישט יעדער וואס האלט פון טראמפ גייט אים נאך בלינדערהייט, די לינקע האבן זייער ליב אראפצומאלן א בילד אז יעדער וואס האלט פון טראמפ איז א חלק פון א קולט און איז א משוגענער.

ווען סך הכול איז דא א ריזיגע פראצענט פון אמעריקא וואס האלט פשוט אז טראמפ איז א בעסערע פרעזידענט ווי העריס וואלט געווען.
48.3% Harris
49.8 Trump
ס'איז דא מענטשן וואס זענען אין א טראמפ קולט? זיכער אז יא, אבער זייער אסאך נישט.
 
קוק לידזשע מיללער'ס ווידיא אויף ראנאלד רעיגען, טראמפ איז אזוי רעכט אזוי ווי רעיגען איז געווען. דאס איז נאך די גרעסטע ווייטאג. ווען ער איז ווען רעכט וואלט גוט געווען ער וואלט נישט סורווייווט, ער איז אן אליגארך פארדעם זיצט ער נישט. פארדעם איז די דזשענעווערי סיקס א סימבאלישע טאג און האנטער ביידן דארף מען אפווישן פון די וועלט, און טראמפ איז נעבעך נעבעך ערגער ווי על קאפאן, ס'איז א דזשאוק פארשטייט זיך, ביטע נישט נעמען צום הארץ, מצחק אני... עכט איז ער יא אזא פארברעכער.... ;)
 
ס'איז א קולט פשוטו כמשמעו. (און דו ווייסט אז איך בין אקאדעמיש געשטימט, און נוץ נישט סתם קיין ווערטער צו זיין דראמאטיש.)

זאג מיר וועלכע נאך פרעזידענט קען קאמפיינען אז די עקאנאמיע וועט בליען פונעם ערשטן טאג, (און ער האט אויף דעם געוואונען, לויט געוויסע), זיך אויסדרייען דערנאך און זאגן אז מען דארף יעצט דורכגיין שווערע צייטן, (וואס ער אליין האט אנגעווערטשאפט.) און נישט פארלירן כמעט קיין שטיצע.

(פארשטייט זיך די וואל סטריט זשורנאל איז נישט אינעם קולט, און האט טאקע געשריבן קלאר אז דאס איז די 'דאמבעסט טרעיד וואר אין היסטאריע', אבער איך רעדט פון זיין בעיס פון שטיצער וואס זענען נישט גענוג אינטעלעקטועל פאר די וואל סטריט זשורנאל, זיי ליינען נאר טוויטער.)

גיי איבערצייג דיר אליין אויף טוויטער.... פילע טוויטס (וואס איך האב געזען אליין) וואס שרייבן אז זיי זענען פאטריאטיש און זענען אפי' גרייט צו ליידן אביסל/פארלירן זייער זשאב, אז טראמפ זאל קענען 'פיקסן' אמעריקע.


ס'קומט באמת צום וויינען...

למשל די 28 ביליאן דאלער איז גאר א מעלה... אוי די קאנטעקסט איז דאך אין די אדמה....,
 
ווען א מענטש ווערט א חסיד פון א רבי וואס לעבט נישט, האט ער גאנץ א גרינגע ארבעט צו דעפענדן זיין רבי, ער ווייסט זיין רביס היסטאריע, די גוטע זאכן מיט די שלעכטע זאכן, ער איז גרייט צו דעפענדן די רבי ווען א מתנגד גייט אונטערקומען, ער ווייסט מער ווייניגער וואס די טענות גייען זיין, און פאר יעדע זאך האט ער א תירוץ.

אבער ווען מ'איז א חסיד פון א לעבעדיגע רבי איז סאך שווערער, ווייל די רבי טוט יעדן טאג פרישע פאני זאכן, פרישע משוגעתן, און פרישע נערישע סטעיטמענטס, די חסיד קען זיך קוים צאמכאפן, די מתנגדים לאכן, און ער קען זיך קוים פארענטפערן ווייל ער האט מורא אז די רבי וועט א טאג שפעטער זאגן פארקערט און אפפרעגן די תירוץ וואס די חסיד איז שוין אויפגעקומען.

די נמשל איז...

מיט אונזער טראמפ, איך האב געוויסט פון די ערשטע מינוט אז ס'גייט זיין זאכן וואס גייט נישט גיין מיט מיר פונקטלעך אין ליין, ס'איז נישט מעגליך אז עני פרעזידענט, פאלעטישאן, רבי, זאל האלטן פונקטלעך די זעלבע ווי מיר אויף יעדע אישו, איך ווייס עס און אסאך טראמפ וואוטערס ווייסן עס, איי וויאזוי קען מען וואוטן פאר איינער וואס גייט רעדן שטותים? וואס גייט אריינברענגען ענדרו טעיט? וכו' די תירוץ איז אז היות די רוב פון זיינע ווירדן גייט אין ליין מיט מיינס, רוב פון זיינע פאלעסיס שטימט מיט מיר, און זיין אפאנענט איז אינגאנצן ווייט פון מיר, גיי איך ענדערש מיט אים.

און טראמפ האט טאקע נישט סורפרייזט, ער טוט טאקע געוויסע זאכן אנדערש ווי איך האב געוואלט, אבער די קלייניקייטן קוק איך אוועק, ווייל איך זע אז ער איז נאך מיט מיר אויף רוב זאכן, ער פארלאזט נישט זיינע וואוטערס מיט וואס ער האט אלס צוגעזאגט.

ס'וועט אלס זיין חסידים שוטים וואס גלייך נאכדעם וואס די רבי טוישט מיינונג טוישן זיי מיט און זיי טאנצן מיט יעדע משוגעת, אבער איך בין נישט פון די חברה..

עניוועי יחי המלך...
די רבי סאונדט אביסל ווי בערלאנד, מ'כאפט אים מיט פרויען גייט ער צו קינדער זאלן אים קיצלען די פיס, נאכדעם ווען מ'זאגט אקעי רבי ביטע הערט אויף מ'האט אייך שוין געפאקט אין מאראקא, און איר קומט שוין פון לויפן קיין אמעריקע, האלט אייך איין, נעמט ער זיך ווילד ארומהאלזן און צאמקישן בעלי תשובות פון זעלבן געשלעכט, מ'קען זיך מיט אים נישט אויסרעכענען... דער איז דאך א טיקינג טיים באאם טיק טיק טיק וואס באלאנגט אין א סייק ווארד מיט א שטארקע שלאס, אבער פארפאלן מ'רוקט דעם אידל אין א זייט און מ'בלייבט ווייטער בלינד ווייל ער איז דאך פארט אונזער העליגן רבי'ן. עפעס כוונות ליגט דאך אין דעם.
 
אן אינקאסיסטענט היפאקריט און די ריפובליקאנער כאפן נאך היינט נישט פארוואס ער האט פארלוירן קעגן אבאמא, זיי מיינען ער איז געווען צו נייס און אבאמא האט פשוט צוגעקפיקסט, די פראבלעם איז אבאמא איז א קלוגער לויער און א מענטש וואס זיין ווארט און זיין ארגומענט פארלאנגט עפעס
אבאמא האט געווינען ווייל ער איז א קלוגע לויער און א מענטש וואס זיין ווארט און זיין ארגומענט פארלאנגט עפעס, דאן פארוואס האט טראמפ געוואנען צוויי מאל? זאגסטו ווייל ער פארקויפט אסאך שטותים און פראפעגאנדע, איבערגעזאגט גענוג מאל ביז ס'איז געווארן א פאקט ביי זיין בעיס וואס ווייסט ממילא נישט וואס פאקטן זענען...

אפשר האט אבאמא געווינען ווייל ער האט געקענט מאכן גוטע רעליס און אויפהייטערן דעם עולם?
ווען ער איז געווארן פרעזידענט צום ערשט האט מען געהערט פון די מיטעלע פארווע סווינג מענטשן יו ווי איז דער מענטש וואס האט געוויסט וויאזוי צו ענדיגן א זאץ... ברענג אים צוריק...

זיינע זאצן קען ער נישט מסביר זיין, כ'מיין אז האבן קראנטע שיטות איז אן אינטעגראלע טייל פון זיין דזשאב. אפשר נישט. כ'שטעל מיר נאר פאר
און אין 2020 האבן די דעמאקראטן ענדליך מצליח געווען צו פארטרייבן טראמפ וואס האט נישט געקענט ענדיגן קיין זאצן און געברענגט ביידען וואס האט יא געענדיגט זאצן...
 
טראכט נאר אריין ווי הילפלאז און נעבעכדיג די ריפובליקאנער פארטיי האט אויסגעזעהן אז זיי האבן געדארפט די האפענונג פון א out of touch מארמאן מיליאנער זייער נישט קיין באקאנטע סעקטע און פרומער קעגן געי מעירזש ווי ראנד פאול
איך בין נישט דא זיך אנצונעמען פאר די רעפובליקאנע פארטיי, איך בין זיי גארנישט שולדיג

אבער קוק אויף די דעמאקראטישע פארטיי, זיי האבן אין 2024 געדארפט באזייטיגן זייער אלטע זיידע און געדארפט נעמען א קאנדידאט וואס די אלטע זיידע האט זיך געשעמט מיט איר, און געזוכט איר צו באהאלטן דורכאויס זיין פרעזידענסי, א קאנדידאט וואס האט קוים געקענט צאמקראצן א פלאטפארמע פון פאלעסיס, זי האט געדארפט קאפיען פון ביידענס וועבזייטל...

טאלק טו מי אבאוט א נעבעכדיגע פארטיי...
 
די מוזט ענדיגען מיט דעם שנירל. (דו מוזט נישט, עס נאר אזא לחש) א יעדעס מאל איך קום אריין אין קרעמלס לאבי און אך מערק אז אין די שנירל איז דא א נייע מעסעדזש הייבט זיך מיר די אינדרענעלין לאמיר זעהן וואס טוהט זיך מיט טראמף יר"ה. איך ליין און גארנישט סתם נאכאמאל די זעלעבע ברעכאכץ. לעיב פארגעס פון איהם.
 
איך בין נישט דא זיך אנצונעמען פאר די רעפובליקאנע פארטיי, איך בין זיי גארנישט שולדיג

אבער קוק אויף די דעמאקראטישע פארטיי, זיי האבן אין 2024 געדארפט באזייטיגן זייער אלטע זיידע און געדארפט נעמען א קאנדידאט וואס די אלטע זיידע האט זיך געשעמט מיט איר, און געזוכט איר צו באהאלטן דורכאויס זיין פרעזידענסי, א קאנדידאט וואס האט קוים געקענט צאמקראצן א פלאטפארמע פון פאלעסיס, זי האט געדארפט קאפיען פון ביידענס וועבזייטל...

טאלק טו מי אבאוט א נעבעכדיגע פארטיי...
זיך אזוי געשעמט אז ער האט איר געשיקט רעדן צו די Ghana convention צו פארשטאקערן אמעריקא-אפריקע רילעשענס, צו די מינכן סעקיוריטי קאנפערענץ ווי זי האט גערעדט איבער פוטין'ס אגרעשן, די וויכטיגקייט פון די נאטאו אלייענס און אראפגעריסן אייסאלעשיניזם און זיך צורייבן מיט עליי'ס - למשל האלטן קארטלעך און פארשפרייטן שקרים איבער אנדערע לענדער וואס כ'ווייס נישט פארוואס מ'טאר דאס נישט זאגן, פאקטיש באקומט יוראפ צוריק זייער געלט... און א חשבון פון 200 וויזיטן דאמעסטיקלי אלס ווי פי (מקור: 4 מיני) ערשינען אויף אלע נעטווארקס איבער 50 מאל, און אויפגעטרעטן אין פובליק מיט סטעיטמענטס אדער ספיטשעס איבער 300 מאל. טאקע אייוועלט האט עס נישט פונקט נאכגעברענגט אבער מעשה שהיה כך היה.

אויפגעטרעטן ביי עטליכע Pride parades און געדענקמאלן ווי למשל די ערשטע געי פרענדלי באר אין ניו יארק, דו ווייסט נישט דערפון קוקט אויס, איך אבער יא.

ווער רעדט נאך פון די באוויסטע גרילינג פון איר אויף ברעט קאווענאו אויף אבארשן ווי זי האט אים געצימבלט אויב ער ווייסט איבער סיי וועלכע געזעץ ווי די רעגירונג רעגולירט סיי וואס איבער א מאן'ס באדי.

נישט אלעס, אדער בעסער געזאגט כמעט גארנישט וואס אן אדמיניסטראציע טוט ווערט אויסגעפירט אין די פובליק איי אזוי ווי אויף די נוסח פון דער וואס וויל אלעס מאכן סענסעשעליסט אז ס'זאל זיין "גוטע טעלעוויזשן" אבער די יודעים וואס האלטן ביים וויסן, ווייסן זי האט אסאך גערעדט און געטוהן איבער אינפראסטרוקטור און סעמייקאנדאקטערס 2 שטארקע זאכן וואס האט געבויט אמעריקע'ס אינאוועישן און קאנסטראקשן פאר יארן צו קומען אויף אן אופן וואס מ'האט שוין נישט געשפירט פאר דעקעדס, אפשר אפילו נישט אונטער אבאמא צו קלינטאן, וואס דו ווייסט נישט, אבער איך ווייס עס, טייוואן ווייסט עס, ווייל זיי ארבעטן מיט מיט ביידן'ס גלאבעליסט אגענדע - זיי זענען פיין פיין הארדליין פראגרעסיוו לינק דארט און זיי ווייסן גוט וואס דיקטאטורשיפ מיינט ווען זיי האבן עס צו שפירן דא אונטערן וואנט - און האבן גלייך געזאגט יא, און מ'האט נישט געדארפט קיינעם'ס ניגאשיעשן אדער סקיל'ס דאס צו ברענגען, זיי האבן געזאגט יא הננו מ'זעמיר אין, פאר איינער האט זיי געבעטן.

אונז געבן זיי מיליטערישע שיץ און עצות און זיי זענען נארמאלע מענטשן וואס זענען נישט דא צו שטיין אין וועג, מ'האט סך הכל געדארפט שיקן פאלאסי פאר א פארמאליטי און צו דערלאנגען די טשעקס אבער ס'איז נישט אבאוט איר כבוד און אטענשאן, נאר פון די איידיע גופא ס'איז די איידיע פון צוריקברענגען אינאוועישן צו די פלאץ ווי עס האט זיך געגרינדעט און דער וואס פארדינט פון דעם דער דארף עס סעלעברעיטן! ס'איז נישט קיין גאווה פאר איר אדער איר באס. ס'איז א זעלטענע גוטע איידיע און זיי זענען ס"ה די שליחים וואס טוען די דזשאב פאר די צוקונפט פון אונזער אינאוועישן, אוודאי פארדינען זיי גרויס קרעדיט, אבער דו וועסט נישט הערן דערפון מעגליך ווייל דו ביזט צוגעוואוינט אז מ'דארף ברעגן יעדע 5 מינוט מיט איך מיך און זיך אז נישט ווייסט מען נישט פון די אופטוה, אבער זייט וויסן ס'איז אן אויפטוה, און אן אויפטוה וואס היסטאריען'ס וועלן צוריק גיין צו דעם וויפיל דאס האט געשטופט אונזער טעכנאלאגיע, פארגעשריטנקייט, צוזאמענארבעט, און ענדזשינירינג און קאנסטרקציע דזשאב'ס פאר לאנגע יארן. דאס גייט נאך נעמען ביז די דאקומענטארן וועלן עס ריכטיג שטודירן, (און האפענטליך אז זיין געטליכע מאיעסטעיט וועט זיך נישט אריינמישן און באשליסן אפצושטעלן פאנדינג פאר דעם און דערביי מיליטערי עיד צו טייוואן ווייל זיי האבן פוגע כבוד געווען אין זיין לאנד אדער נישט ארויסגעדריקט די ריכטיגע לשון הודעה ביים באדאנקען...)

הער אויס אפאר מינוט פון פיטער זייהאן א בארימטע דזשיאפאליטיקל עקספערט וואס האט געארבעט אונטער עטליכע אדמיניסטראציע'ס כ'מיין אבאמא און בוש, און ווי ער צונעמט טראמפ'ס פארין פאליסי ווס. ביידן'ס.


ביי די דיפאנד די פאליס האט זי געגעבן עטליכע אינטערוויא'ס ווי זי האט עס קלאר געמאכט אז זי שטיצט עס און די פראפעגאנדע פון די רעכטע וואס האבן זיך מוסר נפש געווען מיט אלע כוחות עס צו לעיבלען "אבאליש די פאליס" וואס זי האט אזא זאך קיינמאל נישט געשטיצט, און די זעלבע cry babies וואס האבן זיך געגעסן דאס געזונט איבער ווי פארטייאיש און אנפעיר די דעבאטע צווישן איר און טראמפ איז געווען, האבן ווארשייליך נישט געזען די ריפארטערס וואס האבן איר געדריקט איבער דעם אישאו, מסתם איז דאס אויך נאר אוועליבל פאר לינקע קאמוניסטן און מארקסיסטן וואס גייט ממילא נישט אן די חילוקים אבער ביי א רעכטער, פאשיסט, אדער נאצי'ס אלגאריטם בלאקט מען עס טאקע מ'זאל קענען האלטן דאס פרעכע שקר אז זי איז באהאלטן.

זי איז שטארק אינסטרומענטאל געווען אין עקספענדן מעדיקעיר פרימוים קאווערדזש, און נידערן די קאסטן, און באזונדער נידערן די פרייז פון אינסולין צו 35 דאלער פאר מענטשן מיט מעדיקעיר. כ'האב נישט מיטגעהאלטן וויאזוי זי טוט עס און ווי און וועלכע רום זי איז געווען בשעתו אבער זי האט געארבעט אויף דעם און דעליווערט און איינגעשפארט עלטערע מענטשן מיליאנ'ס.

Statement by Vice President Kamala Harris on Americans Saving Nearly $1 Billion on Prescription Drugs Thanks to the Inflation Reduction Act | The White House

כ'האב געמיינט ביידן האט נישט קיין פאליסיס, יעצט ווער איך געוואר א חידוש מ'קען פון אים קאפיען גאר...

מ'זעהט וויפיל צייט דו האסט אוועגעשאנקען אויסצוהערן די אנדערע זייט וויפיל יוטוב קליפ'ס פון דרשות און ריסורטש דו האסט געמאכט איבער וואס איז געזאגט און געטוהן געווארן אין די פאריגע אדמיניסטראציע.
 
לעצט רעדאגירט:
אבאמא האט געווינען ווייל ער איז א קלוגע לויער און א מענטש וואס זיין ווארט און זיין ארגומענט פארלאנגט עפעס, דאן פארוואס האט טראמפ געוואנען צוויי מאל? זאגסטו ווייל ער פארקויפט אסאך שטותים און פראפעגאנדע, איבערגעזאגט גענוג מאל ביז ס'איז געווארן א פאקט ביי זיין בעיס וואס ווייסט ממילא נישט וואס פאקטן זענען...

אפשר האט אבאמא געווינען ווייל ער האט געקענט מאכן גוטע רעליס און אויפהייטערן דעם עולם?

און אין 2020 האבן די דעמאקראטן ענדליך מצליח געווען צו פארטרייבן טראמפ וואס האט נישט געקענט ענדיגן קיין זאצן און געברענגט ביידען וואס האט יא געענדיגט זאצן...
קענסט שפעקולירן געזונטערהייט, אבער דאס איז נישט פארוואס ער האט געזיגט, און דיין ארגומענט פראם איגנארנס fallacies איז ניטאמאל ווערט צו דיסקוטירן

אויב האט ראנאלד רעיגן פארלוירן פאר זיין ריעלעקשן מיינט ער איז געווען א שלעכטער די ערשטע מאל? אויב איז נישט געשעהן קיין עקסידענט ווען איך פלי ניין און ניינציג מייל א שעה אין א לאקעל גאס מיינט איך קען נישט דרייוון? אנטשולדיגט אבער דאס איז קיין ארגומענט נישט.

לייג פאליטיק אין א זייט און קוק וויאזוי אבאמא רעדט און וויאזוי מעקעין רעדט און דו זאג מיר ווער ס'אדרעסירט מער מענטשן און אישאו'ס. איך קען נאך אראפרייסן אבאמא אויב האלט איך נישט מיט זיין אימיגערעישן, אויב דו האסט נישט די אביליטי צו זעהן די חילוק ווייס איך נישט וויאזוי דו קענסט ממש ארויסהאבן פארוואס ער איז א בעסערע קאנדידאט און ווען דו לייגסט אים אויף א קאנווענשן סטעידזש און ס'איז נישט דא קיין פארטייען נאר אנדערע קאלירן וויאזוי דו וואלסט ארויסגעפיקט.

איך וואלט אים געפיקט. ווייל ער נעמט זיך אן פאר מיר, קארופט איז דאך יעדער, דער וואס טראכט די נענסטע צו מיר און קען אויפטוהן דאס איז מיין מענטש. שוין פרייליכן שאבעס! לאוו יו
 
זי איז שטארק אינסטרומענטאל
דו ביסט גאר גוט אין אראפלייגן אירע אויפטוענגען, א שאד זיי האבן דיר נישט געהייערט אויף די קאמפיין אפשר וואלטן מער מענטשן געוויסט וואס זי האט אלס אויפגעטוען.

פון דעם טאקע אז קיינער האט נישט געהערט פון אירע אויפטוענגען, איז מיר טאקע א ראיה אז די ביידען אדמיניסטראציע האט זיכער געמאכט אז מ'הערט נישט קיין סאך פון איר.

אינטערסאנט טאקע אז זי האט נאר גערעדט פון זשוי, ווען זי האט געהאט אזויפיל צו ווייזן...

כ'האב געמיינט ביידן האט נישט קיין פאליסיס, יעצט ווער איך געוואר א חידוש מ'קען פון אים קאפיען גאר...
ווען האב איך דאס געזאגט?
 
גארנישט... נישטא צו וועם צו רעדן...

די טיטאניק זינקט און די מאטראזן טיילן נאכטמאל.

אמעריקע לייגט זיך אין קבר, זינגענדיג אז ס'איז באמת א ווארעמע בעטל.

שלאף מיין קינד, שלאף.
 
View attachment 3598
טראמפ'ס צווייטע טערמין שטייט שוין פאראויס פון ביידן'ס גאנצע טערמין און אבאמא'ס צוויי ביינאזאם,
מיט די צאל ריכטער וועלכע האבן פראבירט צו בלאקירן די פרעזידענט אויפ'ן איינשטעלן אינטערנאציאנאלע געזעצן און פאלעסי.

טייל רופן עס די 'טיראניע פון שווארצע פארטיכער'.

וויאזוי ס'זאל נאר זיין איז קלאר און יעדע קליינע ריכטער'ל האט נישט די מאכט איבער די גאנצע לאנד, און ווען יא וואלט מען געמאכט נאציאנאלע וואלן דערויף מיט די גאנצע פאמפע יעדער פיר יאר, זינט ס'איז וויכטיגער ווי די פרעזידענטליכע וואלן.

די סופרים קארט האט אויך נישט אייביג די מאכט איבער די עקזעקיוטיוו וועלכער איז די זעלבע גלייכבארעכטיגטע פליגל פון די רעגירונג וואו איר.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +

איך גיי נישט אריין בפרטיות אין די קעיסעס, אבער א פרעזידענט האט אויך נישט די מאכט צו איבערטרעטן דעם געזעץ. פינטל.

ווען א פרעזידענט פראבירט אויס די לימיטס פונעם געזעץ די מערסטע פון אנדערע פרעזידענטן גייט ער שנעל באקומען די מערסטע אינדזשאנקשענס פון אלע אנדערע אויך, ס'איז בעיסיק מאטעמאטיקס..

די ריכטער אין די אלע פעלער האבן נישט באקומען און נישט גענומען קיין שום 'מאכט' איבער דעם לאנד, זיי האבן בלויז די אטאריטעט צו איינטיילן וואס איז געזעצליך און וואס נישט. ס'איז אלץ דא געזעצליכע וועגן צו אדורכפירן זאכן אויב איז עס גלייך און ריכטיג, און מ'קען אפי' טוישן געזעצן ווען ס'איז וויכטיג דורך קאנגרעס און דורך געזעצליכע פראצעדורן..
 
לעצט רעדאגירט:
איך גיי נישט אריין בפרטיות אין די קעיסעס, אבער א פרעזידענט האט אויך נישט די מאכט צו איבערטרעטן דעם געזעץ. פינטל.

ווען א פרעזידענט פראבירט אויס די לימיטס פונעם געזעץ די מערסטע פון אנדערע פרעזידענטן גייט ער שנעל באקומען די מערסטע אינדזשאנקשענס פון אלע אנדערע אויך, ס'איז בעיסיק מאטעמאטיקס..

די ריכטער אין די אלע פעלער האבן נישט באקומען און נישט גענומען קיין שום 'מאכט' איבער דעם לאנד, זיי האבן בלויז די אטאריטעט צו איינטיילן וואס איז געזעצליך און וואס נישט. ס'איז אלץ דא געזעצליכע וועגן צו אדורכפירן זאכן אויב איז עס גלייך און ריכטיג, און מ'קען אפי' טוישן געזעצן ווען ס'איז וויכטיג דורך קאנגרעס און דורך געזעצליכע פראצעדורן..
אז מ'רעדט שוין אזוי בכלליות איז אויך וויכטיג אויפצופאסן אז א ריכטער איז נישט קיין פרעזידענט, און ריכטער זענען נישט די וואס דארפן צו פירן די לאנד, ריכטער זענען נישט קאנגרעס און זיי קענען נישט אויפמאכן נייע און אנדערע געזעצן, ריכטער זענען אפיציעל איינגעצוימט צו זייער יוריסדיקציע און קענען נישט פסק'נען אלוועלטליך און אויך זענען זיי שטייצעך נישט קיין פאליציי צו אינפארסירן די געזעצן.

אבער וואס יא? זיי האבן נישט כמעט אויף קיין שום אופן קיין עכטע קאנסעקווענצן אויב זיי פאלגן נישט די געזעצן..... עניוועיס
 
אז מ'רעדט שוין אזוי בכלליות איז אויך וויכטיג אויפצופאסן אז א ריכטער איז נישט קיין פרעזידענט
אנטשולדיגט פארן טאקע פארפאסן דעם קריטישן נקודה, איך האב ביז יעצט געמיינט אזוי..
יישר כח.. ביטע קום ווייטער אריין קלאר.

זיי האבן נישט כמעט אויף קיין שום אופן קיין עכטע קאנסעקווענצן אויב זיי פאלגן נישט די געזעצן
מינונג? ווען זיי גנב'נען גייען זיי נישט אין תפיסה? אדער ווען זיי זענען זיך טועה בשיקול הדעת (אנקעגן טראמפ וכדו') הענגט מען זיי נישט?
 
אינטרעסאנט איז נאר, אז די אלע וואס פארפירן אקעגן די ריכטער פאר זייערע מעשי תועבה, האבן וואונדערליך פארגעסן צו קריטיקירן די ריכטער אין ענדליכע פעלער, ביי די ביידן אדמיניסטראציע... דעמאלטס איז די סופרים קאורט געווען קודש קדשים וואס מ'טאר אפילו נישט שטעלן קיין אויפזיכט קאמיטע....

אבער נאר די לינקע זענען היפאקריטן, די רעכטע זענען די גראדסטע מענטשן אויף די כדור הארץ... :ROFLMAO:
 
אינטרעסאנט איז נאר, אז די אלע וואס פארפירן אקעגן די ריכטער פאר זייערע מעשי תועבה, האבן וואונדערליך פארגעסן צו קריטיקירן די ריכטער אין ענדליכע פעלער, ביי די ביידן אדמיניסטראציע... דעמאלטס איז די סופרים קאורט געווען קודש קדשים וואס מ'טאר אפילו נישט שטעלן קיין אויפזיכט קאמיטע....

אבער נאר די לינקע זענען היפאקריטן, די רעכטע זענען די גראדסטע מענטשן אויף די כדור הארץ... :ROFLMAO:
למשל מיט וועלכע אורטייל?
 
Back
Top