טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

זאג מיר וועלכע נאך פרעזידענט קען קאמפיינען אז די עקאנאמיע וועט בליען פונעם ערשטן טאג, (און ער האט אויף דעם געוואונען, לויט געוויסע), זיך אויסדרייען דערנאך און זאגן אז מען דארף יעצט דורכגיין שווערע צייטן, (וואס ער אליין האט אנגעווערטשאפט.) און נישט פארלירן כמעט קיין שטיצע.
דאס איז נישט קיין אויסנאם. אזוי גייט עס אין פאליטיק. שטיצער זענען גרייט צו פארזען ליגענטס, היפאקריטיע, טויש אין אגענדעס אויב אין די לאנג ראן פארט עס אין די גוטע ריכטונג אדער אויב די אלטערנאטיווע זענען ערגער.

(די אלע באמבאסטישע הבטחות איבער די "ערשטע טאג" זענען קאמפיין לאזונגען)
 
⬇️⁉️❓❔↕️⬆️
איז וויאזוי ביסטו מסביר די צארן וואס טראמפ כאפט יעצט פון די הארטע בעיס? צענדליגע אינפלואינסערס וואס שטיצן מאסי און פרעפערן פרינציפלס איבער טראמפ'ס ווילן.

טראמפ האט אויך געכאפט קריטיק אויף די אישוס פון עפסטיין פיילס, ענדרו טייט, גאזא פלאן, פרא-איזראעל שריט, און אויף זיין צוגאנג צו אוקריינע (אריינגערעכנט ידידנו @תרמב ) און נאך..
 
אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג.

אויף טוויטער און אייוועלט איז די באזע באזארגט אז די עקטינג דירעקטאר פון USAID (דיעפ סטעיט) האט געשיקט אן אימעיל מ'זאל פארברענען דאקומענטן. ווידעראום MSM איז באזארגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע זיכט צו פארברענען דאקומענטן וואס מ'קען דארפן.
 
איז וויאזוי ביסטו מסביר די צארן וואס טראמפ כאפט יעצט פון די הארטע בעיס? צענדליגע אינפלואינסערס וואס שטיצן מאסי און פרעפערן פרינציפלס איבער טראמפ'ס ווילן.

טראמפ האט אויך געכאפט קריטיק אויף די אישוס פון עפסטיין פיילס, ענדרו טייט, גאזא פלאן, פרא-איזראעל שריט, און אויף זיין צוגאנג צו אוקריינע (אריינגערעכנט ידידנו @תרמב ) און נאך..
ווען א מענטש ווערט א חסיד פון א רבי וואס לעבט נישט, האט ער גאנץ א גרינגע ארבעט צו דעפענדן זיין רבי, ער ווייסט זיין רביס היסטאריע, די גוטע זאכן מיט די שלעכטע זאכן, ער איז גרייט צו דעפענדן די רבי ווען א מתנגד גייט אונטערקומען, ער ווייסט מער ווייניגער וואס די טענות גייען זיין, און פאר יעדע זאך האט ער א תירוץ.

אבער ווען מ'איז א חסיד פון א לעבעדיגע רבי איז סאך שווערער, ווייל די רבי טוט יעדן טאג פרישע פאני זאכן, פרישע משוגעתן, און פרישע נערישע סטעיטמענטס, די חסיד קען זיך קוים צאמכאפן, די מתנגדים לאכן, און ער קען זיך קוים פארענטפערן ווייל ער האט מורא אז די רבי וועט א טאג שפעטער זאגן פארקערט און אפפרעגן די תירוץ וואס די חסיד איז שוין אויפגעקומען.

די נמשל איז...

מיט אונזער טראמפ, איך האב געוויסט פון די ערשטע מינוט אז ס'גייט זיין זאכן וואס גייט נישט גיין מיט מיר פונקטלעך אין ליין, ס'איז נישט מעגליך אז עני פרעזידענט, פאלעטישאן, רבי, זאל האלטן פונקטלעך די זעלבע ווי מיר אויף יעדע אישו, איך ווייס עס און אסאך טראמפ וואוטערס ווייסן עס, איי וויאזוי קען מען וואוטן פאר איינער וואס גייט רעדן שטותים? וואס גייט אריינברענגען ענדרו טעיט? וכו' די תירוץ איז אז היות די רוב פון זיינע ווירדן גייט אין ליין מיט מיינס, רוב פון זיינע פאלעסיס שטימט מיט מיר, און זיין אפאנענט איז אינגאנצן ווייט פון מיר, גיי איך ענדערש מיט אים.

און טראמפ האט טאקע נישט סורפרייזט, ער טוט טאקע געוויסע זאכן אנדערש ווי איך האב געוואלט, אבער די קלייניקייטן קוק איך אוועק, ווייל איך זע אז ער איז נאך מיט מיר אויף רוב זאכן, ער פארלאזט נישט זיינע וואוטערס מיט וואס ער האט אלס צוגעזאגט.

ס'וועט אלס זיין חסידים שוטים וואס גלייך נאכדעם וואס די רבי טוישט מיינונג טוישן זיי מיט און זיי טאנצן מיט יעדע משוגעת, אבער איך בין נישט פון די חברה..

עניוועי יחי המלך...
 
איך זעה אין דיינע ווערטער א געמיש פון אביסל אומזיכערקייט, אביסל זעלבסט עווערנעס, אביסל cognitive dissonance, און אסאך אומבאקוועמליכקייט... 🥲

אפשר פאר דיר איז נאך דא האפענונג...

אבער די קלייניקייטן קוק איך אוועק,
הלוואי רעדט מען דא פון קלייניקייטן...
 
Kr
איך זעה אין דיינע ווערטער א געמיש פון אביסל אומזיכערקייט, אביסל זעלבסט עווערנעס, אביסל cognitive dissonance, און אסאך אומבאקוועמליכקייט... 🥲

אפשר פאר דיר איז נאך דא האפענונג...

הלוואי רעדט מען דא פון קלייניקייטן...
ס'איז דא פיל מער האפענונג אויף א טראמפיסט אז ער וועט דראפפען טראמפ ווי אויף א לינקער אז ער זאל זעהן אויפריכטיג בכלל.....
 
איך זעה אין דיינע ווערטער א געמיש פון אביסל אומזיכערקייט, אביסל זעלבסט עווערנעס, אביסל cognitive dissonance, און אסאך אומבאקוועמליכקייט... 🥲

אפשר פאר דיר איז נאך דא האפענונג...

הלוואי רעדט מען דא פון קלייניקייטן...
איך זע אין דיינע ווערטער אסאך טראמפ דערענזשמענט סינדראם...

א רפואה שלימה...

ווייל די קרענק האט נאך נישט קיין רפואה...

אפשר ראבערט קענעדי וועט אויפקומען מיט עפעס...
 
איך זעה אין דיינע ווערטער א געמיש פון אביסל אומזיכערקייט, אביסל זעלבסט עווערנעס, אביסל cognitive dissonance, און אסאך אומבאקוועמליכקייט... 🥲

אפשר פאר דיר איז נאך דא האפענונג...

הלוואי רעדט מען דא פון קלייניקייטן...
די אומזיכערקייט וואס דא גייט פאר איז נאר פאר איין סיבה, וויל אזעלכע ווי דיר און נאך אפאר געציילטע פרובירען זיך אהערצושטעלן אלס דעם אקדעמשן גאר קריטקעל חושב, און ווער עס וואגט זיך צו האבען אן אנדרע גישה איז גאר א חסיד שוטה ואנוס בקולט הטפשי וכו׳
 
און ווער עס וואגט זיך צו האבען אן אנדרע גישה איז גאר א חסיד שוטה ואנוס בקולט הטפשי וכו׳
איך גיי עס אננעמען באהבה... אבער איך מיין דו פארדרייסט אביסל מיינע ווערטער.

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ווער עס האט אן אנדערע גישה ווי מיר איז א טיפש אדער אין א קולט. אדרבה אויב יא ציה איך שוין צוריק.

איך האב אנגערופן טראמפיזם (די פאנאטישע שטיצער וואס גלייבן ער איז געשיקט געווארן דורך גאט אליין צו ראטעווען דאס מענטשהייט, ליידער אסאך אנשי שלומינו בתוכם) א קולט/נייע רעליגיע, און דאס האלט איך טאקע, און אויב איז עס איינעם שווער צו הערן קען איך איהם נישט העלפן...

פארשטייט זיך אז אויף דעם אליין קענסטו אויך זיך קריגן, אבער פארוואס קומט מען אויף קרעמל אויב נישט צו לאזן הערן די מיינונג פרייערהייט, צו זאל עס זיין עפעס קעגן אידישקייט/די סיסטעם, צו זאל עס זיין קעגן א נייע אומראציאנעלע גלויבונג גערופן טראמפיזם.
 
אלס דעם אקדעמשן
אז דו האסט שוין ערווענט וועל איך ברענגען דא אז יא, געוויסע אקאדעמיקער וואס שטודירן קולטס האלטן אז q. Anon (וואס אסאך פון זייערע קאנספיראציעס ווערן עווענטועל מיינסטרים דורך מיטטיילער אויף טוויטער, ביז טראמפ נעמט עס אן אלס פאקט, ואכמ''ל) איז א היינטיגע קולט אויפן זעלבן שניט ווי אסאך אנדערע קולטס וואס לויפן מיט אזא סיסטעם פון די גוטע זייט און שלעכטע זייט האבנדיג א גרויסע מלחמה באחרית הימים....

עניוועי, איך האב שוין לאנג אויפגעגעבן אויף צו איבערצייגן איינעם, און איך בין שוין אקעי דערמיט ווי מ'זאגט... It is what it is...
 
איך מיין עס איז א שאד די גאנצע שנירל דא. מ'דארף עס פארמאכן און פשוט אויסווארטן פיר יאר...

דעמאלס קען מען צוריקקומען און דן זיין:
צו די עקאנאמיע איז למעשה בעסער,
צו א רעסעסיע איז געקומען,
צו פרייזן זענען אראפ און דזשאבס ארויף,
צו טאריפס האט אויפגעטון אדער אפגעטון,
צו פרידאם איז טאקע 'צוריק' און צו WOKE/DEI איז אונטערגעגאנגען,
צו רעגירונג שפענדונג איז געשניטן און וויפיל 'פראוד' מ'האט געטראפן,
צו טעקס קאטס און די אלע טעקס רעפארמען האבן ערגער אדער בעסער געמאכט,
צו רוסלאנד און טשיינע זענען שטערקער אדער שוואכער געווארן און צו ער האט טאקע 'פארקויפט' אוקריינע,
צו ער געבט זיך אן עצה מיט AI,
צו זיין צוגאנג צו אימיגראציע האט עפעס אויפגעטון,
צו די לאנד איז מער אדער ווייניגער צוטיילט,
צו זיין לעגעסי וועט טאקע ארויפגיין צוזאמען מיט וואשינגטאן און לינקאלן,
צו נייע מלחמות האבן זיך נישט אנגעהויבן,
צו ער ציט זיך ארויס פון נאטא,
צו אמעריקע איז טאקע פירסט און צו עס איז 'גרעיט עגעין',
צו די עולם האט הנאה פון אים,
צו ער גייט למעשה לויפן נאכאמאל און צו דעמאקראטיע איז דערונטער,
צו ער איז א פאשיסט אדער גאר היטלער,
אא"וו.

ביז אהין איז אלעס בלויזע נויז, ליידיגע שפעקולאציעס, און איבערגעטריבענע רעטאריק.

Don't get me wrong here, איך לייג נישט צופיל האפענונג פאר פרא טראמפערס צו קומען צום טיש אדער קאנסידן אין היינדסייט, דאך קען מען דעמאלס רעדן אין מער קאנקרעטע טערמינען..
 
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ווער עס האט אן אנדערע גישה ווי מיר איז א טיפש אדער אין א קולט. אדרבה אויב יא ציה איך שוין צוריק.

איך האב אנגערופן טראמפיזם (די פאנאטישע שטיצער וואס גלייבן ער איז געשיקט געווארן דורך גאט אליין צו ראטעווען דאס מענטשהייט, ליידער אסאך אנשי שלומינו בתוכם) א קולט/נייע רעליגיע, און דאס האלט איך טאקע, און אויב איז עס איינעם שווער צו הערן קען איך איהם נישט העלפן...
דו האלסט אז ווער ס'גלייבט אין טראמפ בלינדערהייט איז פאנאטיש און אין א קולט, אבער ווען איך בין געקומען זאגן אז איך האלט נישט יעדע זאך פון טראמפ, איך גלייך אים בכלליות און ס'גייט אייביג זיין זאכן וואס אונז גייען זיין אויף א אנדערע פעיזש, ביסטו געקומען זאגן אז איך בין אביסל דיסהאנעסט, אביסל אומבאקוועם און נאך אביסל אנדערע ווערטער.

אויב עפעס ביסטו אין א געוויסע מצב וואס דו האסט פיינט יעדע מענטש וואס האט עפעס א געפיל פאר טראמפ, און דו האסט נישט די קעפעסיטי צו זעהן גוטע זאכן פון זיין זייט.

חברה דא זענען נישט גרייט צו פארגעבן קיין אינטש פאר טראמפ, אבער מ'איז ביזי אונטערייסן די טראמפיסט אז זיי האלטן זיך נישט ביים רירן קיין אינטש...

עטס זענטס אין די זעלבע לאך, נאר אריינגעפאלן פון אנדערע זייטן...
 
שוין למעשה איז שוין איבער 2900 שעה פאריבער זינט יענע "24 שעה" און די אוקריינע פארהאנדלונגען האלט נאכנישט אין ערגעץ ניטאמאל נאנט...

וואס איז מיט די all hell will break loose next Saturday if all the hostages aren't released סטראשע ווייס איך אויך נישט

מסתם דארף מען עס נישט פארטייטשן אזוי שטרענג אבער ווען דו זאגסט עס מיר פארלירסטו טראסט אין דיין ווארט אין א רגע...
 
Don't get me wrong here, איך לייג נישט צופיל האפענונג פאר פרא טראמפערס צו קומען צום טיש אדער קאנסידן אין היינדסייט, דאך קען מען דעמאלס רעדן אין מער קאנקרעטע טערמינען..
אזוי ווי געשמועסט, די אנטי טראמפערס גייען אויך נישט קאנסידן אין היינדסייט, אז מ'וועט ווייזן איין אויפטו וועט ער גלייך טרעפן א צווייטע זאך וואס איז נישט געלונגען.

איך מיין נישט דיר, ווייל איך זע אז טרייסט יא אלס צו זעהן אלע צדדים.

עטליכע טעג צוריק זאגט מיר איינער אין שוהל, קוק די אייער איז נאך אלס טייער, היינט זאג איך אים אז קוק די פרייז פון די אייער האלט פעסט אינמיטן טראסקענען, און די נומבערס פון די אינפלאציע הייבט אן פאלן, יענער האט שוין נישט געהערט וואס איך זאג אים, ער איז שוין געווען ביזי מיט די 24 שעה פון אוקראינע...
 
שוין למעשה איז שוין איבער 2900 שעה פאריבער זינט יענע "24 שעה" און די אוקריינע פארהאנדלונגען האלט נאכנישט אין ערגעץ ניטאמאל נאנט...

וואס איז מיט די all hell will break loose next Saturday if all the hostages aren't released סטראשע ווייס איך אויך נישט

מסתם דארף מען עס נישט פארטייטשן אזוי שטרענג אבער ווען דו זאגסט עס מיר פארלירסטו טראסט אין דיין ווארט אין א רגע...
איך ווייס נישט, ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס איז געווען סאך מער האסטעזשעס ווי יעצט, סיי אין עזה, און סיי אין אנדערע פלעצער.

דו גייסט קיינמאל נישט זיין צופרידן אפילו אויב טראמפ וואלט דעליווערט א מעכטיגע געווינס פאר אוקראינע, ווייל ס'איז נישט געווען אין די 24 שעה פון ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס.

איך זע אז די אנטי טראמפערס גלייבן טראמפ נאך סאך מער ווי די טראמפ פענס...
 
Back
Top