טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

איך האב אין קאפ די פאלגענדע פאליטישע אנאליזן. אבער ווי טרעף איך די צייט עס ארויסצוברענגען מכח אל הפועל.
  • וואס איז די טראמפ דאקטרין?
  • די US בודזשעט און פארוואס די נאציאנאלע חוב איז ווי מיר שטייען.
  • DOGE, וואס איז זייער פלאן, איז עס א גוטע זאך?
  • איז 'אמעריקע פירסט' טאקע אמעריקע פירסט?
  • זאל אמעריקע שטיצן אוקריינע, אויב יא פארוואס?
ער איז מסביר א לענגס פארוואס אייסעלעישאניזם איז נישט גוט פאר אמעריקעס אינטערעסן און פארוואס צוגיין מיט די ווענס/מאסק/טאקער צוגאנג איז מסוכן.
דאס האט מיר דערמאנט מיין 4'דע אנאליז וואס איך וויל אויסשמועסן.
 
בען שאפירא האט זיך שוין אפגעשאקלט פון טראמפ נאך דעם שווארצן מיטוואך (יאנואר 6 למספרם) ער קריכט צוריק ווען זיין קעשענע הייבט אן קראצן און זיין געוויסן גייט שלאפן
פארפאלן צווישן מאגא קולטיסטן און פרא פאלעסטינער אנטיסעמיטן איז קלאר אז אמעריקע האט צוויי פארטייען מיט צוויי אידעאלאגיע פעקעדזש דיעלס ותו לא
 
בען שאפירא איז קיין טראמפ'ניק קיינמאל געווען. און בדרך הטבע וועט ער קיינמאל נישט זיין. ער איז א עסטאבלישמענט נעא קאנסערוואטיווע וואס שפילט טראמפ'ניק ווען ער אנערקענט אז אויב וועט ער ארויסווייזן זיין עכטע פרצוף און מיינונג וועט ער אויסזעהן ווי גלען בעק איידער ער האט תשובה געטון........ ער איז א דזשאן מעקעין און א דזשארזש בוש קאנסערוואטיוו.
 
ס׳געפעלט מיר וויאזוי אסאך טראמפ׳ערס פרובירן אויסצודרייען די מעשה.

סאיז גארנישט זאלענסקי׳ס שולד! ער איז געוועהן גרייט אפילו אויף א שלעכטע דיעל! ער איז געקומען צוגיין מיט הכנעה און דיפלאָמסי ווי א נארמאלע מענטש, ווי א שטאטסמאן.

נאכדעם וואס טראמפ הערט אים נישט אויף צו באשמוצן און אטאקירן, אפילו נאכדעם וואס טראמפ האט אים גערופן גאר ״א דיקטעטאר״ און הערט נישט אויף צו לויבען דעם בוטשער פון מאסקווע, נאכדעם וואס אמעריקע האט געוואוט אין די UN קעגן אוקריינא און קעגן די גאנצע פרייע וועלט, צוזאמען מיט איראן און נארט קארעא. האט ער נישט געדארפט קישן טראמפ טאכעס ווייל ס׳וואלט אים ממילא גארנישט געהאלפן, טראמפ איז נישט אויף די זייט פון אוקריינא און די פרייע וועלט. פארפאלן ער איז אויף די זייט פון די רוצחים, ליידער! ליידער!

די ווייסע הויז מיטינג האט אויסגעקוקט ווי א מאפיא שעיקדאון!!!
ס׳געפעלט מיר ווי טראמפ שרייט ״דו האסט נישט די קארדס״
כאילו דעס איז עפעס א ״ביזנעס דיעל״
טראמפ זעהט די וועלט מיט קארדס…! נישט מענטשליכקייט, מאראל, יושר און נארמאלקייט, נאר אלעס איז קארדס, געלט און פּאוער, ער קעירט ליידער נישט פאר די ארימע אומשולדיגע אוקריינישע בירגער בכלל, ער קעירט ניטאמאל פאר די אינטערסען פון די US און פאר די אינטערעסן פון אונזערע allies , די פרייע וועלט און פאר די זיכערקייט פון די וועלט, און די “ world order”.

ווער ס׳שטיצט דאנאלד טראמפ היינטיגע צייטן איז גארנישט אנדערש ווי די מענטשען וואס האבן געשטיצט היטלער אין די 1930 יאהרן.
סאיז די זעלבע זאך חוץ אין די 30 יאהרן האט מען געפייניגט אידן, געיס, צוגיינער

און היינט איז עס ספאנישע, געיס, מיט אוקריינישע

אמעריקע שטיצט אפען און גראָב די רציחות פון רוסלאנד און פוטין, טראמפ האט היינט ווייטער געלויבט פוטין און געשימפט אויף זאלענצקי, ער האט נאכאמאל איבער געזאגט רוסלאנד׳ס פראפאעגאנדע.

ער האט צום פערטן מאל אין ווייניגער ווי א וואך איבערגעזאגט אין פובליק די זעלבע ליגענט אז אמעריקע האט געגעבן אסאך מעהר געלט פאר אוקריינא ווי אייראפע און אז אייראפע באקומט צוריק די געלט- אויף וואס די ענגלישע און פראנצויזישע פריים מיניסטארן האבן אים פאַראָכטן פאריגע וואך אין פובליק
און ער זאגט עס איבער און איבער אָן קיין שום פראבלעם (אבער ביידען וועפּט…)

ווען מ׳האט געהארגעט און געפייניגט די אידן האבן אונז געוואלט אז די גאנצע וועלט זאל זיך אָננעמען פאר אונז
און יעצט שטיצן די היימישע אידן א קאנדידאט ווי טראמפ וואס שטיצט אפען רציחה, און טירעני.

ווער ס׳שטיצט יעצט טראמפ, זאל נישט נאכדעם שרייען אויף אנדערע וואס קעירן נישט ווען מ׳פייניגט אידן, ווייל דאס איז היפקארסיע

ווער סהאט נאכנישט געזעהן ביסט יעצט ווער די מאַניאַק טראמפ איז…
איז עפעס נישט בסדר מיט יענעם, אדער א טיפוש אדער א רשע….

אלעס דא איז זייער פשוט אין די אפען פאר יעדעם איינעם צוזעהן…
סאיז 1+1
 
לעצט רעדאגירט:
שלום וברכה שבת אחים. אז ס'האט אויסגעפעלט מ'זאל עלעקטן טראמפ אז דו זאלסט קענען אויפשטיין תחיית המתים איז עס שוין ווערד געווען. אצינד דארף מען זעהן וואס מ'קען טוהן אז בּאַלעגאָאָלע זאל אויך אויפשטיין תחיית המתים......
 
מ'דארף זיך האלטן די קאפ גראד אביסל.

דא איז דא די נעמען רופן פון טראמפ צו זעלענסקי חנפענען פוטין מיט אלע זאכן וואס מענטשן האבן נישט ליב און לכאורה מיט רעכט.

דאן איז דא די טענות צווישן טראמפ'ס ווערטער וואס איז ווערט צו נעמען אין באטראכט.

ער טענה'ט אז די מלחמה די לעצטע צוויי יאר גייט שוין נישט גוט פאר אוקראינע, זיי פארלירן שטח און סאלדאטן און ס'קוקט נישט אויס ווי ס'גייט זיך ענדיגן.

די מלחמה ווערט אין די גרעסטע טייל אויסגעהאלטן דורך אמעריקא, ווייל אמעריקע געבט דארט די מערסטע געלט.

און אוקראינע קען זיך נישט אויסהאלטן אליינס, סאו טראמפס טענה איז אז אונז פינאנצירן א מלחמה וואס אונז געווינען נישט, און ס'קאסט מענטשליכע לעבנס, מ'מוז עס אפשטעלן, און ווי ס'קוקט אויס איז זעלענסקי נישט אינטערסירט צו סטאפן די מלחמה, ער איז אין א דעלוזשען אז ער קען נאך געווינען די קריג.

ס'קען גאר זיין אז די פארשעמנדע מאמענט אין די ווייסע הויז גייט אים געבן די שאקל אויף אז מ'דארף טראכטן וויאזוי אפצושטעלן די מלחמה אויף די בעסטע אופן אנשטאט טראכטן וויאזוי צו ווייטער קעמפן.

ווען טראמפ זאל אים ווען זאגן די ווערטער שטילערהייט וואלט ער עס קיינמאל נישט געקויפט, האט ער געמאכט א גאנצע סיטואציע.

הגם איך האלט נאכאלס נישט אז דאס האט געדארפט געשעהן אזוי פאר די מידיא, ס'קומט זיך נישט פאר פוטין אזא מתנה, אבער מ'קען הערן טראמפס טענות אויך.
 
ווען מ׳האט געהארגעט און געפייניגט די אידן האבן אונז געוואלט אז די גאנצע וועלט זאל זיך אָננעמען פאר אונז
און יעצט שטיצן די היימישע אידן א קאנדידאט ווי טראמפ וואס שטיצט אפען רציחה, און טירעני.
פארוואס ווען אונז האבן אן אויסוואל צווישן א קאנדידאט וואס שטיצט מדינת ישראל אלל דע וועי, קעגן די אנדערע קאנדידאטן וואס האבן נאר געשטיצט האלבוועגס, פארוואס פונקט יעצט זאלן מיר אונז אויסוועלן צו שטיצן אוקראינע.

איך מאך נישט אוועק אוקראינעס ליידן, אבער ס'איז זיי נישט בייגעפאלן צו שטיין אויף די זייט פון מדינת ישראל דורכאויס די יארן וואס זיי זענען אויסגעשטאנען אטאקעס פון די וועלט פארן באשיצן זייער אייגענע בירגער?

מדינת ישראל איז דורך א שוידערליכע אטאקע אויף ציווילע, סתם לשם רציחה, און די ביידען אדמיניסטראציע איז געווען ביזי שיקן הומעניטערישע הילף צו די שונא, איך דארף שטיצן אוקראינע איבער מדינת ישראל? פארוואס? ווייל איך דארף זיין אויף די זייט פון די וואס ליידן? און מיינע ברודערס ליידן אין ישראל דארף מיר נישט אנגיין?
 
מ'דארף זיך האלטן די קאפ גראד אביסל.

דא איז דא די נעמען רופן פון טראמפ צו זעלענסקי חנפענען פוטין מיט אלע זאכן וואס מענטשן האבן נישט ליב און לכאורה מיט רעכט.

דאן איז דא די טענות צווישן טראמפ'ס ווערטער וואס איז ווערט צו נעמען אין באטראכט.

ער טענה'ט אז די מלחמה די לעצטע צוויי יאר גייט שוין נישט גוט פאר אוקראינע, זיי פארלירן שטח און סאלדאטן און ס'קוקט נישט אויס ווי ס'גייט זיך ענדיגן.

די מלחמה ווערט אין די גרעסטע טייל אויסגעהאלטן דורך אמעריקא, ווייל אמעריקע געבט דארט די מערסטע געלט.

און אוקראינע קען זיך נישט אויסהאלטן אליינס, סאו טראמפס טענה איז אז אונז פינאנצירן א מלחמה וואס אונז געווינען נישט, און ס'קאסט מענטשליכע לעבנס, מ'מוז עס אפשטעלן, און ווי ס'קוקט אויס איז זעלענסקי נישט אינטערסירט צו סטאפן די מלחמה, ער איז אין א דעלוזשען אז ער קען נאך געווינען די קריג.

ס'קען גאר זיין אז די פארשעמנדע מאמענט אין די ווייסע הויז גייט אים געבן די שאקל אויף אז מ'דארף טראכטן וויאזוי אפצושטעלן די מלחמה אויף די בעסטע אופן אנשטאט טראכטן וויאזוי צו ווייטער קעמפן.

ווען טראמפ זאל אים ווען זאגן די ווערטער שטילערהייט וואלט ער עס קיינמאל נישט געקויפט, האט ער געמאכט א גאנצע סיטואציע.

הגם איך האלט נאכאלס נישט אז דאס האט געדארפט געשעהן אזוי פאר די מידיא, ס'קומט זיך נישט פאר פוטין אזא מתנה, אבער מ'קען הערן טראמפס טענות אויך.
זעלענסקי האט געהאלטן אז ער איז ביכולת אריינצו צווינגען די וועלט צו קומען מלחמה האלטן און זיין (מיט זיינע מיטהעלפער) ענד גאולה איז טאקע צו טריגגערן א דריטע וועלט מלחמה. און טראמפ מצדו זעהט נישט פארוואס ס'האט בכלל אויסגעפעלט סיי וועלכע אינטערווענץ דארט פון אמעריקע וואס האט לכתחילה אנגעדרייט די גאנצע מעשה. למעשה האט טראמפ גענומען דראסטישע שריט ארויסצושלעפן די וועלט פון די חרא וואס איז ערשאפן געווארו דורך אפאר עליטע בלויז צו פארדינען געלט.
 
@תרמב דו ברענגסט ארויף שטארקע און לעגיטימע נקודות. געוויסע פון די ווייס איך אליינס נישט וועלכע זייט וועגט איבער.

וואס מיר נעמט אבער די מערסטע ארויס פון די גלייזן איז די היפאקריטסטווע פון זייער אסאך טראמפ שטיצער (דעמאקראטן זענען אויך היפאקריטן, איך רעד יעצט פון די נושא). איך קען נישט פארנעמען טאקער קארלסאן, אבער דא איז ער כאטש קאנסיסטענט. ער האלט מען זאל נישט שיקן פאר ביידע פון זיי, מדנ"י און אוקריינע, נישט קיין געלט. איך בין ענדערש מסכים מיט אים, ווי נאכטאנצן המלך טראמפ ווייל אזוי. דא האסטו א ביישפיל פון איינער וואס שרייבט:
טראמפ איז דער וואס זאגט אז טאמער וואלט ער ווען געווען פרעזידענט, וואלט פוטין געציטערט אנצוהייבן די מלחמה. סא עפעס א וועג האט ער צו מאכן פוטין ציטערן.
די סטעיטמענט האט דאך קיין שייכות מיט לאגיק.
די לעוול פון ספין איז אין לשער.

לעומת זה, פאלגענד איז וואס איך האב געשריבן בערך א יאר צוריק ווען ביידען האט אויפגעהאלטן וואפן פון מדנ"י:
But the weapons embargo is a horrible position for the administration. And not so much because I think he must deliver the weapons; but rather, it's the PR of it that I have issue with.

If this would've been done in private, and kept under wraps, then I would have no issue with it. The US certainly may try to pressure Israel vis-à-vis a weapons embargo to act with the US interest in mind if they rely on US support.

However, if the secrecy of such embargo can't be guaranteed, besides being futile, the repercussions could potentially be many times worse. That's what I have issue with and why I think this was a very serious strategic mistake. In fact, I believe that it is such a strategic error that I have serious concern the president was not consulted with or was ignored on this decision.

Using your 'dad investment' analogy, this is more akin to Warren Buffet, in an effort to 'save' his son from making a strategic misstep in his public company, publicly announces that he'll halt a sizeable portion of a planned cash infusion. Do you think that move would save said company?​
איך שעץ מער טאקער וואס איז קאנסיסטענט, ווי רוב רובם פון טראמפ שטיצער וואס פליפ-פלאפן צווישן מדנ"י און אוקריינע. עס איז א לענגרע שמועס און איך האב נישט יעצט די צייט צו מאריך זיין.

אדרבא, אויב קענען די טראמפ שטיצער מיר פארשטיין געבן פארוואס עס איז נישט היפאקריטיש די דאפלטע סטאנדארט, וואלט איך הנאה געהאט צו הערן.
 
@תרמב דו ברענגסט ארויף שטארקע און לעגיטימע נקודות. געוויסע פון די ווייס איך אליינס נישט וועלכע זייט וועגט איבער.

וואס מיר נעמט אבער די מערסטע ארויס פון די גלייזן איז די היפאקריטסטווע פון זייער אסאך טראמפ שטיצער (דעמאקראטן זענען אויך היפאקריטן, איך רעד יעצט פון די נושא). איך קען נישט פארנעמען טאקער קארלסאן, אבער דא איז ער כאטש קאנסיסטענט. ער האלט מען זאל נישט שיקן פאר ביידע פון זיי, מדנ"י און אוקריינע, נישט קיין געלט. איך בין ענדערש מסכים מיט אים, ווי נאכטאנצן המלך טראמפ ווייל אזוי. דא האסטו א ביישפיל פון איינער וואס שרייבט:

די לעוול פון ספין איז אין לשער.

לעומת זה, פאלגענד איז וואס איך האב געשריבן בערך א יאר צוריק ווען ביידען האט אויפגעהאלטן וואפן פון מדנ"י:

איך שעץ מער טאקער וואס איז קאנסיסטענט, ווי רוב רובם פון טראמפ שטיצער וואס פליפ-פלאפן צווישן מדנ"י און אוקריינע. עס איז א לענגרע שמועס און איך האב נישט יעצט די צייט צו מאריך זיין.

אדרבא, אויב קענען די טראמפ שטיצער מיר פארשטיין געבן פארוואס עס איז נישט היפאקריטיש די דאפלטע סטאנדארט, וואלט איך הנאה געהאט צו הערן.
די פשוטע הסבר וואס מ'קען מסביר'ן אז די מדינה איז אלאירט מיט אמעריקע מיום היוותדה משא"כ אוקריינע
 
טראץ וואס ס'איז דא גענוג סיבות צו פונאנדערשיידן מדינת ישראל פון אוקריינא. בין איך גראדע מער אז אמעריקע זאל טאקע נישט געבן פאר ישראל אויך. און איך האלט אז ס'איז נישט קיין טובה פאר ישראל וואס אמעריקע געט זיי מחמת כמה וכמה טעמים. מאיר כהנה האט שוין אזוי געהאלטן. און על אחת כמה וכמה קען אמעריקע אויפהערן נאך וואס זיי געבן נישט נאר פאר ישראל, נאר זיי האלטן אויס די צד שכנגד אויך. וואס מיינט אין אנדערע ווערטער אז זיי האלטן אויס די 'גאנצע' פייט. און מענטשן צאלן די פרייז מיט בלוט. ווען מ'קוקט טיעפער איז אמעריקע (אפאר יחידם) די איינציגסטע עכטע פארדינער אין די מיטל מזרח קאנפליקט.
 
@טעלעפאן כל הכבוד פאר דיר פארן זיין קאנסיסטענט. איך בין שטארק מחולק ביי ביידע און מער ווייניגער פאר די זעלבע סיבות. דאס איז אבער אקעי, מיר האבן חילוקי דירות.

דיין ערשטע שורה טוט אבער אנצייגן אז די זעסט יא עפעס א חילוק. איך וואלט זייער געוואלט הערן לאגישע סברות. אבער ביטע, איך בעט דיר ברחמים, לאמיר זיך האלטן צו לאגיק. סתם אז דו האלטסט אז נתני' איז א מענטש און זעלענסקי קארופטירט איז נישט קיין לאגישע טענה.
 
חברה, איך הער יעצט אויס די פרישע דעבאטע צווישן אליעזר קרויס און משה שפיצער אויף קול מבשר - Yiddish 24 | ידיעות און פליאות - משה שפיצער

און איך מיין איך האב געכאפט וועלכע ניק אליעזר קרויס נוצט דא.. :p

(הבהרה, עס איז intended אלס א צינישע ווערטל נישט ח"ו קיין גילוי..)
 
לעצט רעדאגירט:
רוב רובם פון טראמפ שטיצער וואס פליפ-פלאפן צווישן מדנ"י און אוקריינע
גראדע האב איך זיך פונקט אזוי געווינדערט, פארוואס טראמפ פארשטייט אז מדינת ישראל ווערט נישט אריינגערעכנט אין אמעריקא פירסט.

מיין פשוטע הסבר איז געווען אז מדינת ישראל האט א עיפאק, מיט לאביאיסטן, מיט אסאך אידן מיט גוטע קאנעקשאנס, און דאס מאכט עס אנדערש.

איי ביסט א היפערקריט, אמת, אבער ס'האט מיר נישט געבאדערט ווייל ס'איז אויף מיין זייט, קודם זאל ער העלפן און דאן זאל מען פרעגן קשיות.

אבער א שטיקל הסבר האב איך געזעהן איינעם טענה'ן ערגעץ איך געדענק נישט ווי.

אז מדינת ישראל מאכט זיכער אז אמעריקא זאל ארויסנעמען עפעס פון די גאנצע געשעפט, זיי מאכן זיכער אז אמעריקא זאל האבן א אייגענע אינטערעסע אין זיי שטיצן.

רוב וואפן וואס ישראל נעמט פון אמעריקא צאלן זיי.

זיי דעוועלאפן וואפן צוזאמען וואס זיי פארקויפן צוזאמען שפעטער און אמעריקא מאכט געלט דערויף.

אמעריקא האט א באזע דארט, און זיי האבן פון דארט אויערן און אויגן אין די גאנצע מיטל מזרח.

זיי האבן נאנטע עקסעס צו די סועץ קאנאל וואס זיי האבן א שטארקע אינטערעסע דארט.

און זיי האבן גאר נאנטע צוזאמען ארבעט מיט די מוסד אויף אינטעליזשענס, זיי שעירן זייער הויכע לעוולס פון שפינאזש.

און דאס איז בעסייד דע פוינט אז למעשה נוצן זיי די וואפן און די הילף מיט סוקסעס.

דאס איז א ריזיגע חילוק צו זעלענסקי וואס קומט יעדע פאר וואכן געב מיך נאך, געב מיך נאך, ריזיגע סכומים און ער האט קוים וואס צו ווייזן דערפאר, וואס האט ער זיך גערוקט די לעצטע 2 יאר?

יעצט אז ער וועט מאכן א מינעראל דיעל מיט אמעריקא וועט ער מאכן אז ס'זאל זיין אן אמעריקאנע אינטערעס דארט צו זיין, נישט סתם זיין א שנארער וואס נעמט און געבט נישט צוריק און ער פארלירט נאך א חלק פון די געלט אויפן וועג אויך..
 
זייער א זאכליכע אנאליז איבער טראמפיען פאליטיקס - סיי כלפי אוקריינע און בכלליות כלפי אינטערנאציאנאלע פאוער סטראקטורן:

View: https://youtu.be/Vea2fTYYypM?si=M9xZwtIJR0ir1fYv
 
@תרמב דו ברענגסט ארויף שטארקע און לעגיטימע נקודות. געוויסע פון די ווייס איך אליינס נישט וועלכע זייט וועגט איבער.

וואס מיר נעמט אבער די מערסטע ארויס פון די גלייזן איז די היפאקריטסטווע פון זייער אסאך טראמפ שטיצער (דעמאקראטן זענען אויך היפאקריטן, איך רעד יעצט פון די נושא). איך קען נישט פארנעמען טאקער קארלסאן, אבער דא איז ער כאטש קאנסיסטענט. ער האלט מען זאל נישט שיקן פאר ביידע פון זיי, מדנ"י און אוקריינע, נישט קיין געלט. איך בין ענדערש מסכים מיט אים, ווי נאכטאנצן המלך טראמפ ווייל אזוי. דא האסטו א ביישפיל פון איינער וואס שרייבט:

די לעוול פון ספין איז אין לשער.

לעומת זה, פאלגענד איז וואס איך האב געשריבן בערך א יאר צוריק ווען ביידען האט אויפגעהאלטן וואפן פון מדנ"י:

איך שעץ מער טאקער וואס איז קאנסיסטענט, ווי רוב רובם פון טראמפ שטיצער וואס פליפ-פלאפן צווישן מדנ"י און אוקריינע. עס איז א לענגרע שמועס און איך האב נישט יעצט די צייט צו מאריך זיין.

אדרבא, אויב קענען די טראמפ שטיצער מיר פארשטיין געבן פארוואס עס איז נישט היפאקריטיש די דאפלטע סטאנדארט, וואלט איך הנאה געהאט צו הערן.
די וואפן עמבארגא איז נישט פובליצירט געווארן דורך אמעריקע, מדינת ישראל קוועלער האבן עס גע'ליעק'ט. נתניהו אליין איז ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט 'מרמז' צו זיין אז אמעריקע גיבט אים נישט וואס מען דארף
 
@דעת תורה עס מאכט נישט אויס לגבי מיין נקודה. איך האב סך־הכל ארויסגעברענגט אז איך בין געווען דערקעגן (נניח אז עס איז אמת) דעמאלטס, און איך בין היינט דערקעגן. משא"כ טראמפ שטיצער טוישן מיינונג לויטן פרעזידענט אדער לויט מדנ"י/אוקריינע.
 
איך האב פארפאסט עפעס א נייעס?
 
Back
Top