האב איך אנגעהויבן צו הערן בען שפירא איבער די זעלענסקי מיטינג, איך האב עס אבער אויסגעלאשן נאך קנאפע 5-6 מינוט.
וואס איז? ביי 5 מינוט זאגט ער לגבי זעלענסקי'ס פראגע/חוצפה (ער רופט עס אגענדע), it's probably because he was prepped by democrats
איך האב געקרימט אבער ווייטער געהערט. וואס איז מיין פראבלעם דערמיט, אז עס איז זייער א cheap shot. ווען איינער זאל אים זאגן א טראמפ וויל די דיעל ווייל he's Putin's puppet וואלט ער אויך יענעם אוועקגעמאכט. איז זיי מוחל אז דו ווילסט איך זאל דיר נעמען ערענסט, נוץ אינטעלעקט אנשטאט ביליגע character assassination צו מאכן דיין קעיס.
דערנאך ביי 5:45 שמועסט ער אויס אז זעלענסקי איז לכתחילה אריינגעקומען שוין אנטוישט פון דאס וואס טראמפ האט ארויפגעווארפן א נאסע ליילעך אויף אוקריינע בשעת ווען ער איז היפש צוגעלאזן צו פוטין. זאגט בען there's a case to be made that that's true as well דא האב איך געפלאצט און עס אויסגעלאשן. עס איז נישט זיכער, there's a case to be made. טאקע, אפשר איז עס אזוי. שיין אז דו לייקעננסט נישט אז עס איז שקר. ווי זאגט נאר יענער, facts don't care about your feelings.
איך פלאן נאך צוריק צוקומען און אויסהערן די גאנצע ווייל איך מאך אן effort צו הערן אלע זייטן פון א טאפיק - איך וועל קיינמאל נישט אויסהערן נאר איין זייט פון די מטבע - אבער, עס דארף זיין דברים של טעם און אמווייניגסט זיך האלטן צו רעאליטעט. סתם פלאפלען דברי דופי איז מיר נישט אינטערעסאנט. פארדעם קען איך גיין צו אנדערע מויל מאכער.