- זיך איינגעשריבן
- מאי 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 319
- רעאקציע ראטע
- 1,276
עס איז נישט געווען נאר סאנקציעס, עס איז געווען נאך פאקטארס ווי מיליטערישע הילף פאר טשיינע, און פאר ענגלאנד, פארשטערקעטע מיליטערישע פרעזענס אין די פיליפינען און פאסיפיק און נאך, דו קענסט בעסער היסטאריע וועסטו קענען צולייגן.וואס רופסטו אן 'provoked' און וואס מיינט 'אריינגעמישט'? סאקציאנירן א מדינה ווייל זיי באגייען אן עוולה הייסט אריינגעמישט?
די פוינט איז אז די טענה'סט פערל הארבור יוכיח אז אמעריקע דארף זיך אריינמישן און אפהאלטן דיקטאטערס. אנדערע וועלן טענה'ן אז דאס איז א ראי' פארקערט אז דווקא דאס זיך אריינמישן פון אמעריקע האט געברענגט אויף זיך די פערל הארבור אטאקע.
נישט וואס איך ווייס. אויך נישט אויף פוטין. פון וואס איך האב געליינט האט ער טעריטאריאלע שאיפות איבער מזרח אייראפע נישט אויף אמעריקע. איך בין נישט קיין עקספערט אין היסטאריע. קלער מיך אויף אויב איך בין ראנגאיך האב שוין עטליכע מאל געשריבן אז זעלענסקי איז באגאנגען א טעות. נאו דיסאגרימענט. אבער ניין, ווענס' רעאקציע איז נישט פארשטענדליך, עס איז זייער אומדיפלאמאטיש. ווט"פ ברענגט ער אויף אז ער איז געגאנגען קיין פענסילוועניע?
דו קענסט טאקע נישט קיין היסטאריע?
היטלער האט געהאט שאיפות זיך אויסצוברייטערן קיין אמעריקע?
לעצט רעדאגירט: