איך וועל נאר זאגן איין ווארט.
אונז אלע האלטן מיט און וויינען מיט די איזרעילישע מלחמה און האסטעדזשעס אויף א מורא'דיגן אופן. דאס איז דאך אונזערע ברודער און שוועסטער, אונזער בלוט און פלייש. זאל זיך איינער וואגן צו אפילו נאר א מיליאנסטל מיטשטיין מיט די פארשאלטענע כאמאס טעראריסטן, אונז אלע וועלן דעם מענטש האסן אויף אן אומבאשרייבליכן אופן (אויסער אויב מ'רעדט פון איינער וואס ווייסט נישט וואס גייט פאר - אזוי ווי רוב וועלט, א דאנק די אומאקטיווע איזרעילישע הסברה).
ביי די אוקריינער פאלק איז די זעלבע זאך ווען מ'רעדט פון רוסלאנד, ופשוט הוא. און נאכמער ביי זייער בלוט שונא זעלענסקי, וואס זיי האבן אים פערזענליך געוואלט הרג'ענען. וויאזוי מיינען ענק פילן די אוקריינער פאלק, דער אוקריינער פרעזידענט, ווען דער פירער פון די פרייע וועלט - טראמפ יר"ה האט א געוויסע סימפאטיע צו פוטין (- מילד גערעדט), יעדער ווייסט דאס, ס'איז נישט קיין סוד.
בקיצור, וואס איך מיין צו זאגן, קוק אויף די מיטינג, כאילו מ'רעדט דא פון כאמאס טעראריסטן וואס הרג'ענען און שכט'ן אונזערע ברודער. און נאכדעם פרעג קושיות.