טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

מיט זיינע עכטע אויבערהאַרן פירט זיך זעלענסקי יא אויף בכבוד'יג. גיבט נאר א קוק אויף די בילד........
וועלעכע יאר איז דאס??

די בילד איז פון 2020, פאר רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינא.
 
לעצט רעדאגירט:
און נאכדעם גייט מען מסביר זיין אז זעלענסקי איז נישט גענוג נכנע אונטערן יר"ה'ס העסס.
איינער געדענקט וויאזוי אילאן ימ"ש איז געגאנגען אנגעטון צוויי טעג פארדעם?
גראדע האט טראמפ געזאגט אז ער האט ליב וויאזוי זעלענסקי גייט אנגעטון
 
ווי ווייט איך געדענק האט אובאמא כסדר גערעדט פון געררימענדערינג אלס א רעפאבליקאנער אומרעכט. בו בעת די דעמאקראטן האב זיך פונקט אזוי געפירט. און ער האט 'קיינמאל' נישט קריטיקירט ווען ס'האט פאסירט ביי דעמאקראטן.

בנוגע ב''פ זיי אזוי גוט און קוק אליינס אויף די מאפע.
בו בעת being the key word

נאכדעם וואס די ראבערט'ס קאורט האט אין 18' קלאר געמאכט אז זיי האלטן זיך נישט ביים אריינמישן, טראץ דעם אומגעהויערן חורבן וואס דאס מאכט אן, האבן די דעמאקראטן זיך ענדליך אויפגעוועקט אז מען קען זיך נישט איינזייטיג אנטוואפענען נאר מען דארף שפילן דעם געים וואס די עקסטרעמע רעכטע פארטיזאנס שטופן אראפ אמעריקע'ס האלז, צי מען וויל צי נישט
 
יעצט איבערגעקוקט די קאנגרעסיאנאלע מאפע אין נ''י און למעשה זעהט עס יא אויס גאנץ בחסד. אבער דאס האט פאסירט וויבאלד מ'האט רידיסטריקטעד באזירט אויף 2020 צענזוס, און די דעמאקראטן האבן פארגעשלאגן א גאר געררימענדערד הצעה און די נ''י רעפאבליקאנער סופרים קארט האט עס איבערגעמאכט.....
 
In N.Y.C.’s Ukrainian Enclaves, Trump’s Rebuke Stirs Complex Feelings

אנריעל

די קאגניטיוו דיסאנענס וואס האט ארום גענומען די לאטינא געמיינדע, דעם היימישן ציבור און נאך, האט נישט איבערגעהיפט די אוקריינער געמיינדע

זעהט אויס מען דארף נאכאמאל געבוירן ווערן צו פארשטיין די תאוה פון שטיצן טראמפ, וואס איז גענוג איבערצוקומען די פערזענליכע, געמיינדע, פאליטישע און נאציאנאלע אינטערעסן
 
פאלט דיר נישט ביי אז אפשר איז דאס פון די 96 פראצענט אוקריינער וואס האבן שוין אנערקענט צו וואס דער זעלענסקי האט זיי געטויגט......
 
לאל - אפילו דער בולי האט דאס נישט געוואגט צו זאגן פאר זעלענסקי'ן בפניו
 
איז עפעס שלעכט מיט די טוויט? 🤔

5055503522363190879.jpg
 
ווען טראמפ האט פארלוירן אלע קארטלעך מיט מעקרון, יעצט איז ער זייער סוספישעס..

ער האט געלאזט זיין guard down און ס'איז געקומען פעקט טשעקינג... א וואונדער א טאג דערויף האט ער געמוזט האבן ווענס דארט ס'זאל נישט צוקומען צו דעם :p
 

גאנץ אקוראט
דו גלייבסט מיר טיווי, דו דארפסט נעבעך א איבערטייטשער זאל דיר זאגן וויאזוי חוזק צו מאכן, ביזט אזוי סלאו האסט נישט דיינע אייגענע שיטות, מיט דיין אייגענע פעקטארי פון פעקטס:ROFLMAO::rolleyes: מיינסט מ'קען אזוי אנקומען מיט א סעטורדעי נייט וואס האט סייווי פיינט טראמפ און וועט קיינמאל נישט זאגן א גוט ווארט אויף אים בטעות... אפילו ווען ער איז דארט מאכט מען אים צונאר בפניו...

כ'גיי דאס אפילו נישט קוקן! פוי. היינטיגע מידיא.
 
אינטליגענט. זעהסט מיר אויב זייער אויפגעהייטערט און ווילד. טוען איך בין ווען דיר וואלט איך אביסל אויסגעווארט שטילערהייט און נישט געפייערט זיג יעדע צוויי מינוט אויף א נייע ספעקיולאציע. וואס וועסטו זאגן ווען ס'ווערט שלום? וואס וועסטו טוהן אויב ס'האלט אן. איך קען דעם טראמפן אז ער זאגט זעלענסקי האט נישט קיין קארטלעך איז עס א דאן דיעל. אייראָפּע וועט איהם שטיפן אבער און אהין פאר נאך צוויי וואכן. אבער זעלענסקי וועט זיך אדער ברעכן אדער אפזאגן. לינדזי גרעהעם האט אסאך מער ליעב די בלוט פארגיסונג וואס קומט פאר אין אוקריינא ווי דיר. און אז ער זעהט ס'איז גענדיגט איז א סימן אז ס'איז צרות.
 
בו בעת being the key word

נאכדעם וואס די ראבערט'ס קאורט האט אין 18' קלאר געמאכט אז זיי האלטן זיך נישט ביים אריינמישן, טראץ דעם אומגעהויערן חורבן וואס דאס מאכט אן, האבן די דעמאקראטן זיך ענדליך אויפגעוועקט אז מען קען זיך נישט איינזייטיג אנטוואפענען נאר מען דארף שפילן דעם געים וואס די עקסטרעמע רעכטע פארטיזאנס שטופן אראפ אמעריקע'ס האלז, צי מען וויל צי נישט
2018 איז נישט קיין יאר וואס מ'קען געררימענדערן, ס'איז נאר איינמאל אין צען יאר..... און 2010 איז נ''י געווען געררימענדערד לטובת די דעמאקראטן.
 
Back
Top