טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

דער עולם קומט דא אריין אביסל צו שארף. אין די זעלבע צייט @אלפא ביסטו דיר אביסל אליינס שולדיג. דו דארפסט קענען דיין אוידיענץ און וויסן צו וועמען דו רעדסט, מיט וועמען דו טענה'סט זיך א.א.וו.

נישט צו יעדן רעדט די זעלבע זאכן וואס רעדן צו דיר
 
א' בכלל נישט עפעס איהם צו באשולדיגן מיט ליגענט. ער טענה'ט אז די אמעריקאנער אינטעליגענץ (פון האנטערס לעפטאפ) האט אינטערנילי אקצעפטירט דער 4 פראצענט צופרידנהייט ראטע.
ב' זעה איך נישט פארוואס טראמפ איז א ליגענער.
ג' איז ווייטער דיבעיטעבל וואס מיינט אנהייבן א מלחמה....
ד' בין איך נישט קלאר פונקטלעך וואס דארט האט פאסירט, אדרבה, גיב מיר צו פארשטיין. און אויב איז עס ליגענט מה טוב ומה נעים.
 
1. talked the United States of America into spending $350 Billion Dollars” to “go into” an unwinnable war".
2. “The United States has spent $200 Billion Dollars more than Europe.”
3. "I hate to say it, but he's down at 4% approval rating"
4. “You should’ve never started it. You could’ve made a deal.”
5. "'Zelensky “admits that half of the money we sent him is ‘MISSING.
אלע פון די וואס דו רעכענסט אויס זענען דיבעיטעבל צו ס'איז טאקע ליגנט. עכ''פ קיין פרעכע אויסגעשפראכענע ליגענט זענען זיי נישט און אוודאי נישט פּאָטאָלאָגישע.

איך האב שוין געמיינט אז דו האסט עפעס מער קאנקרעט.
 
דער עולם קומט דא אריין אביסל צו שארף. אין די זעלבע צייט @אלפא ביסטו דיר אביסל אליינס שולדיג. דו דארפסט קענען דיין אוידיענץ און וויסן צו וועמען דו רעדסט, מיט וועמען דו טענה'סט זיך א.א.וו.

נישט צו יעדן רעדט די זעלבע זאכן וואס רעדן צו דיר
וואס מיינסטו צו זאגן?
נישט יעדער פארשטייט אידיש ווען מ'בעט א יא/ניין תשובה? וואס איז קאמפליצירט פונקטליך?


והשנית, מיין ציל דא איז נישט צו קאנפערמירן אויב טראמפ איז א ליגנער, איך דארף נישט קיין קאנפירמאציעס, און זיכער נישט פון @טעלעפאן.

איך וויל פשוט אונטערשטרייכן (פאר קומענדיגע דיסקוסיעס און דעבאטעס) אז @טעלעפאן איז נישט קיין מענטש צום טיש.. ס'איז גוט צו האבן אויף די רעקארד ווער די 'טראמפ שטיצער' זענען איידער מ'דיסקוסירט סיי וואס איבער די 'לינקע משוגעים' אדער די 'WOKE מיינד וויירוס'...

און איך פראביר עס נישט צו טון אליין, דערווייל טוט ער עס צו זיך...
 
לעצט רעדאגירט:
אלע פון די וואס דו רעכענסט אויס זענען דיבעיטעבל צו ס'איז טאקע ליגנט. עכ''פ קיין פרעכע אויסגעשפראכענע ליגענט זענען זיי נישט און אוודאי נישט פּאָטאָלאָגישע.

איך האב שוין געמיינט אז דו האסט עפעס מער קאנקרעט.

סא יעצט ביסטו דער ליגנער?

א מינוט צוריק זאגסטו:
זאג עס און איך וועל גלייך אפענטפערן יא אדער ניין.
און דאן ווען איך 'זאג עס', קומסטו מיט תורות?!

איך ווארט אויף א יא/ניין ענטפער אויף יעדע פון די 5 סטעיטמענטס וואס איך האב ציטירט.. מיר גייט אויך נישט אן צו עס איז 'פאטאלאגיש' אדער 'אידיאטיש', איך פרעג צו עס איז 'ליגנט' - וואס מיינט - צו די סטעיטמענטס וואס ער האט געזאגט שטומט מיט רעאליטעט וואס האט זיך ווירקליך אפגעשפילט אדער נישט...

איך ווארט...
 
איין סארי. איך קען דיר נישט ענטפערן יא אדער ניין ווען איך ווייס נישט וואס די מציאות איז.

לדוגמא. נעם די פיר פראצענט צופרידנהייט סטעיטמענט. איך ווייס נישט וואס די אמת'ע מציאות איז. דו ביסט זיכער אז ס'איז נישט אמת. אבער איך פיל נישט אזוי. וויאזוי דו ביסט אזוי פארזיכערט ווייס איך גראדע נישט.
 
איין סארי. איך קען דיר נישט ענטפערן יא אדער ניין ווען איך ווייס נישט וואס די מציאות איז.

לדוגמא. נעם די פיר פראצענט צופרידנהייט סטעיטמענט. איך ווייס נישט וואס די אמת'ע מציאות איז. דו ביסט זיכער אז ס'איז נישט אמת. אבער איך פיל נישט אזוי. וויאזוי דו ביסט אזוי פארזיכערט ווייס איך גראדע נישט.

כל טוב סלה!
 
אז ענק ווייסן שוין יא דער 'אמת' וואס איז מיר אזוי שווער צו אידענטיפיצירן. אפשר ווערט עטץ מיר געוואויר די אמת'ע צופרידנהייט ראטע אין אוקריינא פון זעלענסקי. איך בין באמת נייגעריג וואס ס'איז און וויאזוי מ'ווייסט.
 
@טעלעפאן היות דא איז בעצם די 'טראמפ 47 אדמיניסטראציע' שנירל, בין איך קודם נייגעריג צו דו וויייסט די צופרידנהייט ראטע פון טראמפ. קענסט עס ביטע ברענגן?
 
@טעלעפאן היות דא איז בעצם די 'טראמפ 47 אדמיניסטראציע' שנירל, בין איך קודם נייגעריג צו דו וויייסט די צופרידנהייט ראטע פון טראמפ. קענסט עס ביטע ברענגן?
איך ווייס גראדע נישט. און פון די אנדערע זייט אינטערעסירט מיר עס נישט. וואס מאכט ביי מיר אויס איז צו איך בין צופרידן. און דערווייל בין איך העכסט צופרידן. אויב וועט זיך עפעס טוישן ביי מיר וועט מען זיך לאזן הערן. כל טוב
 
פון וואו זאל איך ברענגען? ס'איז ממש נישט מעגליך צו ברענגען אקוראט סייוויסיי, ווי אויך איז עס נישט נוגע. וואס מאכט מיר עס א נפקא מינה צו 'מזאגט' אז דער עולם איז יא דער נישט צופרידן. אדער אפי' צו דער עולם איז טאקע יא אדער נישט?
 
דא ליגט די הינט באגראבן
סטעפ 1: לייג אריין אנגענומענע סייענס און פאלנע שקרים אין די זעלבע קאטאגאריע
סטעפ 2: 🤷‍♂️ ס׳איז נישט מעגליך צי וויסן די אמת

אין די אלגעמיינע וועלט איז פארהאן א זאך וואס הייסט critical thinking אויב די זעסט נישט די חילוק צווישן אנגענומענע סייענס, חילוקי דעות אין סייענס און א פרעכן ליגנט פון טראמפס פיסק דארף מען ציריקגיין צו קינדערגארטן און אנהייבן פון דארט
 
די סטעיט מידיא
סטעיט מידיא
לינקע סטעיט מידיא
סתם א טעכנישע פראגע.

איך זע זייער אפט ווי אסאך טראמפ שטיצער באנוצן זיך מיטן טערמין 'סטעיט מידיא'. היות דו ביסט זייער אומבויגזאם צו גיין נאר מיט הארטע טרוקענע פאקטן אן קיין פשרות. וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן די פינקטליכע הגדרה פון 'סטעיט מידיא'.

איז פאקס ניוז יעצט סטעיט מידיא? וואס איז מיט ניוז מעקס אדער די געיטוועי פּונדיט? וויאזוי ווייס איך אויב איינער איז יא אדער נישט סטעיט מידיא?
 
אין די אלגעמיינע וועלט איז פארהאן א זאך וואס הייסט critical thinking אויב די זעסט נישט די חילוק צווישן אנגענומענע סייענס, חילוקי דעות אין סייענס און א פרעכן ליגנט פון טראמפס פיסק דארף מען ציריקגיין צו קינדערגארטן און אנהייבן פון דארט
ווי איך האב אים געשריבן:
דיר איז טאקע נישט מעגלעך אויפציווייזן. דו פארמאגט נישט די 'קריטיקל טינקינג' אייגנשאפט. זיראו, נאדא, זילטש, נאָן. און די תגובה וואס האט מיר דאס איבערצייגט איז דאס:
עס איז נישט פשט אז ער איז יא אדער נישט גערעכט. ער האט פשוט נישט די אייגנשאפט דערצו.
 
פון וואו זאל איך ברענגען? ס'איז ממש נישט מעגליך צו ברענגען אקוראט סייוויסיי, ווי אויך איז עס נישט נוגע. וואס מאכט מיר עס א נפקא מינה צו 'מזאגט' אז דער עולם איז יא דער נישט צופרידן. אדער אפי' צו דער עולם איז טאקע יא אדער נישט?

1. איך האב קיינמאל נישט געבארגט פון דיר קיין שיילער,
2. כ'האב דיר עס שוין לאנג צוריקגעגעבן,
3. ס'האט זיך עניוועי צוברעכן
4. איך האב סייווי נישט קיין געלט דיר צו באצאלן
5. און בכלל, דיין שיילער הייבט נישט אן צו קענען שיילן



פארט גיי איך יעצט פראבירן נאך איינמאל, (וואס זאל איך טון אז מיין אינסטינקט לאזט מיר נישט גלייבן @איש יהודי אז א הינט איז דא באגראבן נישט קיין מענטש... :p)


דו האסט געלייגט דעם טשעלענדזש אז איך זאל לייגן סיי וועלכע סטעיטמענט פון טראמפ און דו וועסט ענטפערן מיט א יא אדער א ניין:
איך בין נישט אזוי בתוך הדברים מיט אלעס וואס ער האט געזאגט בנוגע אוקריינא. און איך האלט נישט קיין ספעציפישע חשבון אויף די אויםריכטיגקייט פון זיינע דיבורים. האסט א פראבלעם מיט א ספעציפישע סטעיטמענט, זאג עס און איך וועל גלייך אפענטפערן יא אדער ניין.

קומען @כספי און מיר, מ'לייגט ארויס א ליסטע פון סטעיטמענטס, והנה, דער בחור האט נישט קיין אהנונג וויאזוי מ'קען בכלל געוואר ווערן וואס איז א פאקט און וואס איז א ליגנט.. (אפשר אויב איך נוץ די ווארט 'פעיק ניוז' וועט ער שוין יא וויסן?! כ'ווייס נישט.)

די נקודה איז אז יעצט בין איך שוין נישט נייגעריג איבער טראמפ, יעצט וויל איך וויסן צו @טעלעפאן קען מסכים זיין אז ער אליין האט דא געזאגט א ליגנט ווען צוערשט זאגט ער אז ער גייט ענטפערן 'גלייך', און ווען ס'קומט למעשה דרייט ער מיטן צינג.
רעבעניו, אויב ווייסטו נישט וויאזוי מ'ווערט בכלל געוואר פאקטן דאן פארוואס נעמסטו אן דעם טשעלענדזש אין פורסט פלעיס? האסט נעבעך נישט געכאפט אז די פאקטן שטייען אנקעגן דיר? דאן געב אויף און זיי מודה - אזויווי האסט געזאגט אז דו האסט נישט קיין פראבלעם צו טון..


און ב.ד.וו. טראמפ איז א ליגנער ממה נפשך, ווייל לויט דיר ווייסט ער דאך אויך נישט די 'עכטע' ציפערן פון זעלענסקי'ס צופרידענהייט ראטע, ניטאמאל ווייסט ער וויאזוי מ'קען וויסן - ווייל קיינער ווייסט דאך נישט (אויסער געיטוועי פונדיט - מעגליך). סא די מצב איז screwed וויאזוי מ'זאל עס נאר דרייען...


וואס איז דיין פרישע פשעטל?
 
אלפא איך ווינדער זיך אויף דיין דרוקן צום וואנט אז מ'זאל ענטפערן א יא אדער א ניין תירוץ

ביי די אמונה אשכולות איז מען גאר ביזי דן זיין אויף יעדע פיצעלע דעטאל, צו די אמת איז דא, צו די אמת איז דארט, און ביי רוב שאלות בלייבט מען אז מ'ווייסט נישט עכט, יעדער האט זיך זיין אייגענע אמת וואס איז פאר אים עכט אמתדיג, אבער דער צווייטער קען האבן א צווייטע אמת וכו'

פארוואס געבסטו נישט דעם רעכט פאר טעלעפאון? פארוואס קען נישט זיין אז א סטעיטמענט וואס איז פאר דיר ליגנט איז פאר אים אמת אין א אנדערע דימענסיע?

ס'איז דא אזויפיל זאכן וואס איז נישט קלאר פונקטלעך די כללים וואס גייט אריין אין יענע גדר, למשל וואס מיינט צופרידן, וויאזוי ווייסט א מענטש אליינס אז ער איז צופרידן? וויאזוי זאל ער וויסן ווען ער ענטפערט אויף אן אנקעטע צו ער איז צופרידן פון זעלענסקי צו ער איז טאקע צופרידן? אויב ווייסט ער נאכנישט קלאר אויף זיך אליינס אויב ער איז א צופרידענע מענטשן צו נישט, זאל ער וויסן צו ער צופרידן פון די פרעזידענטס ארבעט?

וויאזוי ווייסט מען וואס שקר איז? וואס א פאטאלאגישע ליגנט איז?

איך בין אביסל סארקאסטיש, אבער ס'ליגט עפעס אין די טענה אויך, טעלעפאון זעהט זאכן אינגאנצן אנדערש פון דיר, נישט דווקא ווייל ער וויל חושן מיט דיר, אבער דו שטופסט אים אריין יא אדער ניין שאלות וואס איז שווער צו ענטפערן.
 
@תרמב דו האסט געפרעגט אלפא, אבער איך וועל דיר געבן מיינע צוויי צענט.

די נומבער 1 פראבלעם וואס איך האב מיט אזעלכע ווי טעלעפאן איז נישט זייערע שיטות, פער סע. עס איז זייער היפאקריטסטווע. אויב איז עס אמת אז ער איז טאקע נישט קלאר צוליב וואס ער איז מדייק מיטן אמת כחוט השערה, און עס איז אים נישט קלאר פונקטלעך די כללים, דאן איז ער גערעכט און זאל אים וואויל באקומען.

די פראבלעמען הייבן זיך אן ווען ער קויפט אפ אלעס וואס ער הערט פון זיינע משפיעים. וואו ווערט דארט זיין סקעפטיציזם פארשוואונדן? דארט האט ער פון אונטער דער ערד עפעס אן אבנארמאלע קלארקייט. ניט דא קיין ספקות, נישטא קיין סקעפטיציזם, נישטא קיין פארנעפלטע כללים פון וואס פונקטליך דער אמת לאמיתו איז עכט. דארט ווייסט ער קלאר וואס שקר איז יא אדער נישט.

נאכמער, ווען מען דריקט אים צום וואנט מיט עפעס וואס ער האט אליינס פראקלאמירט, טאמער זעט ער כי כלתה אליו הרע, ווערט ער פלוצלינג אומקלאר. ער ציט מיט די אקסלען. ער ווייסט נישט, ער איז נישט אויסגעקאכט. ער האט נאך נישט אריינגעקוקט וכדו'.

זאג דו, אלס איינער וואס איז רעכט געשטימט, האלטסטו אז ער האט געפירט אן אויפריכטיגן שמועס?
 
Back
Top