איך וויל נישט אריינרעדן צו עלאן אדער טראמפ זענען יא אדער נישט קיין נאציס, טראמפ פשוט גלייב איך נישט איז גענוג קלוג פאר דעם, און עלאן קען איך נישט גענוג גוט אפצולערנען זיינע הענט פאכערייען.
איין קאמאן טעות וואס די רעכטע און אסאך אנדערע מאכן כסדר איז אז די שעלט ווארט 'נאצי' דארף צו באדייטן אז מ'הרג'ט אידן.
ס'איז א טעות, סיי ווייל ווי געזאגט באשולדיגט קיינער נישט עלאן (אדער טראמפ) און וועלן הרג'נען - אדער אפי' פיינט האבן - אידן, אבער נאך מער, די פראבלעם מיט נאציאיזם איז די איידעאלאגיע און נישט אזוי ווייט די ספעציפישע מעשים זייערע. היטלער אין 1937 איז געווען די זעלבע סכנה און רוצח ווי צוויי יאר שפעטער, און נאציזם איז א סכנה אפגעזען צו זייער ציל ברעט איז אידן אדער אנדערע מינאריטעטן און אנדערע 'עליענס'. העפענס טו בי אז מיר אידעלעך זענען געווען פארעכנט ווי די עליענס און דייטשלאנד פאר 80 יאר צוריק (צוזאמען מיט האמאסעקסואלן און ציגאנער), און העפענס טו בי אז די 'פיינעל סאלושען' איז געווען א שוידערליכע ג'ענאסייד/האלאקאוסט. דאס מיינט אבער נישט אז די פריערדיגע סאלושענס זענען געווען האניג (נעם די גזירות אנקעגן ביזנעסער אלס משל), און עס מיינט נישט אז ווילאנג נאציזם באגייט נישט קיין ג'ענאסייד זענען זיי צדיקים, און זיכער מיינט עס נישט אז אויב די טארגעט פון היטלער וואלט געווען סיי וועלכע אנדערע גרופע וואלט עס אים געמאכט ווייניגער בארבאריש...
סוף דבר, מ'קען זיין א נאצי אן פיינט האבן אידן, און מ'קען האבן נאצישע אנשויאונגען אן דיירעקט באגיין אן האלאקאוסט. די עצם געדאנק פון פאשיזם און שטארקע 'נאציאנאליזם' דאס איז די קערנדל פון די סכנה אין די אלע גרופעס וויאזוי עס זאל זיך נאר פארמירן, און דאס איז מסוכן נאך לאנג פאר זיי ווערן אבסאלוט קארופטירט און עווארבן די ענדגילטיגע מאכט צו טון וואס זיי ווילן אומגעשטערט..