ס'געפעלט מיר ווי טעלעפאן ברענגט פאר די "טראמפ דערעידזשמענט סינדראם", עפעס א אנאנימער אויף X וואס האט א טויזנט פאלאויערס, אלס קעגן-רעאקציע צו וואס מ'ברענגט דא, פון די פירער'ס פון די רעפובליקאנער פארטיי.
אבער, איך וויל דא מקדים זיין. די מציאות איז, אז ווען א מענטש זעהט א געוויסע עוולה (אדער אפילו א מאדנע זאך - עקסטרעם מאדנע) וואס איז געווארן געטון דורך זיין זייט, וועט ער עס אוועק מאכן, אפלאכן, און זאגן וואס ברענגסטו א ראיה פון איין יחיד. אבער ווען מ'זעהט די זעלבע (סארט) זאך ביים צווייטן צד, ווערט מען אויפגעקאכט 'היתכן?' וכו'. דאס איז סיי ביי חסידות'ן, סיי ביי קהילות און עדות, און אזוי אויך ביי פאליטישע פארטייען.
כ'וועל געבן א פשוט'ע משל (פון די איזרעילי פאליטיק), ווען איך זעה א לינקער רעדן אקעגן איינע פון די חטופים, וועגן איר "עוולה" צו גיין רעדן צו ביבי אדער (נאך ערגער) צו שרה. וועל איך עס פארשטייט זיך שטארק אראפרייסן. אבער זהו. ווען איך וועל זעהן עפעס א רעכטער דאס ברענגען צו א ראיה, אז די לינקע מיינען נישט די חטופים, נאר אנטי ביבי. וועל איך מיך אויפרעגן, וואס הייסט די לינקע מיינען נישט די חטופים, נאר אנטי ביבי?! איך בין א לינקער, און איך מיין יא די חטופים! און אזוי ווי מיר איז דא נאך צענדליגער טויזנטער לינקע, וואס מיינען בעיקר די חטופים, און נישט אנטי ביבי.
אבער ווען איך וועל זעהן א רעכטער רעדן אקעגן איינע פון די חטופים, וועגן איר "עוולה" צו רעדן אקעגן ביבי אדער (נאך ערגער) אקעגן זיין ממשלה. וועל איך מיך ממש אויפרייסן, 'זעסט? די רעכטע האבן פארלוירן יעדע צורת אנוש. אפילו די חטופים ווערן נישט געשוינט, ווען ס'קומט צו זייער אפגאט'.
די שאלה איז, פארוואס טראכט איך נישט דעמאלט'ס, אז ס'איז א יחיד וכו', אזוי ווי איך וואלט, און איך טראכט ווען א לינקער טוט די זעלבע זאך.
פארשטייט זיך אז דער לינקער שבתוכי וועט ענטפערן, אז ביי די רעכטע זעהט מען עס אסאך מער, און מער פון די מעינסטרים רעכטע. נישט ווי ביי די לינקע וואס איז טאקע גאר ווייניג, און פון די ווייטע עקסטרעמע לינקע, און נישט די מעינסטרים.
אבער אפילו דאס זאל אלס זיין אמת, איז נאכאלס די אמת'ע תירוץ, אז איך אלס לינקער, ווייס וואס די לינקע האלטן, וועגן דעם וועל איך אפלאכן ווען איינער קומט מיר זאגן, אז די לינקע מיינען נישט די חטופים נאר אנטי ביבי. אבער אלס לינקער, ווייס איך נישט וואס די רעכטע האלטן, און ווען איך זעה א רעכטער רעדן אקעגן די חטופים, פארשטיי איך פון דעם אז די רעכטע האבן פארלוירן יעדע צורת אנוש, ווען ס'קומט צו זייער אפגאט.
וואס איך וואלט געדארפט בעצם טון, גיין פרעגן א נארמאלער רעכטער (ווי תרמב...) וואס האלטסטו, א חטוף וואס רעדט אקעגן ביבי אדער זיין ממשלה, איז אונטערגעקויפט פון די אנטי ביבי'ס, וואס נוצן איר פאר זייער אגענדע, אדער זיי מעגן האבן (גערעכטע) טענות אויף ביבי און זיין ממשלה, וואס האבן מפקיר געווען זייערע קינדער אין עזה? די פראבלעם איז, אז אפילו ער וועט מיר זאגן, יא, זיי מעגן האבן טענות, וועל איך נאכאלס טראכטן, אקעי, דאס איז א יוצא מן הכלל, אבער די רוב רעכטע, טראכטן נישט אזוי. אדער וועל איך טראכטן, עכט האלט ער נישט אזוי, ער שעמט זיך עס נאר צו זאגן.
בקיצור, די הקדמה האט זיך פארצויגן, וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז מ'דארף באטראכטן די צווייטע זייט, פונקט ווי דו וואלסט אנגעקוקט דיין זייט.
און ס'איז נישט נאר ביי פאליטיק. די זעלבע זאך, איז ביי צוויי קריגערישע חסידות'ן, ווען דיין חסידות וועט א בחור נאכשרייען (וכדו') דעם צווייטנ'ס רבי/רב/ראש הקהל וכו', וועסטו זאגן, שוין בעיבי'ס מאכן זיך איבעראל. אבער אויב אין די אנדערע חסידות וועט א בחור נאכשרייען דיין רבי/רב וכו', וועסטו ברענגען א ראיה פון דעם אז יענע חסידות ציען אויף חיות רעות.
וכן הוא, בקהילות ועדות, ווען איינער זעט א גוי, טון עפעס מיאוס. וועט ער ברענגען א ראיה אויף די חשיבות פון די אידן, און די געלונגענקייט פון זייער חינוך. אבער ווען א היימישע איד וועט עס טון, וועט מען זאגן: יא, אז מ'ארבעט זיך נישט אויס אין די יונגע יארן, קוקט מען אזוי אויס. (דא אויף קרעמל, וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן טון פארקערט, און ס'איז אויך נישט גערעכט...)
על כל פנים. אבער ווען מ'ברענגט א ראיה פון לינדזי גרעהעם א סענאטאר, און א קאנגרעס מאן, פון די פירער'ס פון די פארטיי. און די ברענגסט א ראיה פון עפעס אן אנאנימער יוזער. איז סתם חוזק געמאכט. און נישט אז ס'פעלט ראיות אויך פון די לינקע פירערס.