טראמפ קולט'יזם - קרישקעלעך

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
741
רעאקציע ראטע
3,015
א שנירל כשמו כן הוא. אלעס ארום די גרעסטע קולט בימנו אלה. וואס נעמט אויך אריין אסאך פון היימישע אחינו בני ישראל.

לינדזי גרעהעם (סאוט קאראליינע סענאטאר): מיט א פארשלאג אז טראמפ זאל ווערן דער נעקסטער פויפסט...
View: https://x.com/LindseyGrahamSC/status/1917331380297478530



און דא א בילד, אויב ווערט עס אראפגענומען:
 

בייגעלייגטע פיילס

  • GpwUGLrWoAA21YZ.png
    GpwUGLrWoAA21YZ.png
    358 KB · געזען: 17
ס'געפעלט מיר ווי טעלעפאן ברענגט פאר די "טראמפ דערעידזשמענט סינדראם", עפעס א אנאנימער אויף X וואס האט א טויזנט פאלאויערס, אלס קעגן-רעאקציע צו וואס מ'ברענגט דא, פון די פירער'ס פון די רעפובליקאנער פארטיי.

אבער, איך וויל דא מקדים זיין. די מציאות איז, אז ווען א מענטש זעהט א געוויסע עוולה (אדער אפילו א מאדנע זאך - עקסטרעם מאדנע) וואס איז געווארן געטון דורך זיין זייט, וועט ער עס אוועק מאכן, אפלאכן, און זאגן וואס ברענגסטו א ראיה פון איין יחיד. אבער ווען מ'זעהט די זעלבע (סארט) זאך ביים צווייטן צד, ווערט מען אויפגעקאכט 'היתכן?' וכו'. דאס איז סיי ביי חסידות'ן, סיי ביי קהילות און עדות, און אזוי אויך ביי פאליטישע פארטייען.

כ'וועל געבן א פשוט'ע משל (פון די איזרעילי פאליטיק), ווען איך זעה א לינקער רעדן אקעגן איינע פון די חטופים, וועגן איר "עוולה" צו גיין רעדן צו ביבי אדער (נאך ערגער) צו שרה. וועל איך עס פארשטייט זיך שטארק אראפרייסן. אבער זהו. ווען איך וועל זעהן עפעס א רעכטער דאס ברענגען צו א ראיה, אז די לינקע מיינען נישט די חטופים, נאר אנטי ביבי. וועל איך מיך אויפרעגן, וואס הייסט די לינקע מיינען נישט די חטופים, נאר אנטי ביבי?! איך בין א לינקער, און איך מיין יא די חטופים! און אזוי ווי מיר איז דא נאך צענדליגער טויזנטער לינקע, וואס מיינען בעיקר די חטופים, און נישט אנטי ביבי.

אבער ווען איך וועל זעהן א רעכטער רעדן אקעגן איינע פון די חטופים, וועגן איר "עוולה" צו רעדן אקעגן ביבי אדער (נאך ערגער) אקעגן זיין ממשלה. וועל איך מיך ממש אויפרייסן, 'זעסט? די רעכטע האבן פארלוירן יעדע צורת אנוש. אפילו די חטופים ווערן נישט געשוינט, ווען ס'קומט צו זייער אפגאט'.
די שאלה איז, פארוואס טראכט איך נישט דעמאלט'ס, אז ס'איז א יחיד וכו', אזוי ווי איך וואלט, און איך טראכט ווען א לינקער טוט די זעלבע זאך.

פארשטייט זיך אז דער לינקער שבתוכי וועט ענטפערן, אז ביי די רעכטע זעהט מען עס אסאך מער, און מער פון די מעינסטרים רעכטע. נישט ווי ביי די לינקע וואס איז טאקע גאר ווייניג, און פון די ווייטע עקסטרעמע לינקע, און נישט די מעינסטרים.

אבער אפילו דאס זאל אלס זיין אמת, איז נאכאלס די אמת'ע תירוץ, אז איך אלס לינקער, ווייס וואס די לינקע האלטן, וועגן דעם וועל איך אפלאכן ווען איינער קומט מיר זאגן, אז די לינקע מיינען נישט די חטופים נאר אנטי ביבי. אבער אלס לינקער, ווייס איך נישט וואס די רעכטע האלטן, און ווען איך זעה א רעכטער רעדן אקעגן די חטופים, פארשטיי איך פון דעם אז די רעכטע האבן פארלוירן יעדע צורת אנוש, ווען ס'קומט צו זייער אפגאט.
וואס איך וואלט געדארפט בעצם טון, גיין פרעגן א נארמאלער רעכטער (ווי תרמב...) וואס האלטסטו, א חטוף וואס רעדט אקעגן ביבי אדער זיין ממשלה, איז אונטערגעקויפט פון די אנטי ביבי'ס, וואס נוצן איר פאר זייער אגענדע, אדער זיי מעגן האבן (גערעכטע) טענות אויף ביבי און זיין ממשלה, וואס האבן מפקיר געווען זייערע קינדער אין עזה? די פראבלעם איז, אז אפילו ער וועט מיר זאגן, יא, זיי מעגן האבן טענות, וועל איך נאכאלס טראכטן, אקעי, דאס איז א יוצא מן הכלל, אבער די רוב רעכטע, טראכטן נישט אזוי. אדער וועל איך טראכטן, עכט האלט ער נישט אזוי, ער שעמט זיך עס נאר צו זאגן.

בקיצור, די הקדמה האט זיך פארצויגן, וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז מ'דארף באטראכטן די צווייטע זייט, פונקט ווי דו וואלסט אנגעקוקט דיין זייט.
און ס'איז נישט נאר ביי פאליטיק. די זעלבע זאך, איז ביי צוויי קריגערישע חסידות'ן, ווען דיין חסידות וועט א בחור נאכשרייען (וכדו') דעם צווייטנ'ס רבי/רב/ראש הקהל וכו', וועסטו זאגן, שוין בעיבי'ס מאכן זיך איבעראל. אבער אויב אין די אנדערע חסידות וועט א בחור נאכשרייען דיין רבי/רב וכו', וועסטו ברענגען א ראיה פון דעם אז יענע חסידות ציען אויף חיות רעות.
וכן הוא, בקהילות ועדות, ווען איינער זעט א גוי, טון עפעס מיאוס. וועט ער ברענגען א ראיה אויף די חשיבות פון די אידן, און די געלונגענקייט פון זייער חינוך. אבער ווען א היימישע איד וועט עס טון, וועט מען זאגן: יא, אז מ'ארבעט זיך נישט אויס אין די יונגע יארן, קוקט מען אזוי אויס. (דא אויף קרעמל, וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן טון פארקערט, און ס'איז אויך נישט גערעכט...)

על כל פנים. אבער ווען מ'ברענגט א ראיה פון לינדזי גרעהעם א סענאטאר, און א קאנגרעס מאן, פון די פירער'ס פון די פארטיי. און די ברענגסט א ראיה פון עפעס אן אנאנימער יוזער. איז סתם חוזק געמאכט. און נישט אז ס'פעלט ראיות אויך פון די לינקע פירערס.
 
דו רייסט מיר אזוי אראפ ווייל איך האב עפעס געברענגט פון א אנאנימע מענטש מיט ווייניג נאכפאלגער. כאילו יענע קאנטענט דארף עפעס קומען פון א אפיציעלע הויכע פראפעסאר מיט מיליאנע נאכפאלגער........ יעדער מיט אביסל שכל ווייסט אז וואס שטייט דארט איז תורת אמת און דארף אפי' נישט קיין קרעדיביליטי.
 
א שנירל כשמו כן הוא. אלעס ארום די גרעסטע קולט בימנו אלה. וואס נעמט אויך אריין אסאך פון היימישע אחינו בני ישראל.

לינדזי גרעהעם (סאוט קאראליינע סענאטאר): מיט א פארשלאג אז טראמפ זאל ווערן דער נעקסטער פויפסט...
View: https://x.com/LindseyGrahamSC/status/1917331380297478530



און דא א בילד, אויב ווערט עס אראפגענומען:
איך בין אויך מסכים. איך וואלט מיך מחי׳ געווען.
איך בין נישט קייט קאטאליק אבער יא אן אמעריקאנער.
 
וואס איך וואלט געדארפט בעצם טון, גיין פרעגן א נארמאלער רעכטער (ווי תרמב...)
א פיינע קאמפלימענט! שכוח!

דו ביסט א נארמאלע לינקער...

א קאמפלימענט אויף צוריק...

די אמת איז בנוגע דיין גאנצע דרשה, אז געווענטלעך וועט מען נישט קיין סאך הערן פון די נארמאלע מענטשן, ווייל זיי מאכן נישט די נויז, קענסט האבן מיליאנען מענטשן אויף ביידע זייטן, וואס זייער מיינונגען זענען באלאנסירט, זיי קענען הערן אמאל א צווייטן און אמאל מודה זיין אויף א טעות פון די אייגענע פארטיי.

אבער פון זיי וועסטו נישט הערן גארנישט ווייל ס'איז נישט אינטערסאנט, זיי מאכן נישט די העכסטע קולות, בעיקר וועסטו הערן פון די עקסטערמיסטן זייערע מיינונגען ווערט אויסגעפויקט אין אלע גאסן, ווייל ס'איז ווילד און פראוואצירנד, ס'מאכט אויסקוקן אז די גאנצע פארטיי האלט אזוי ווען ס'איז פשוט נישט אמת.

מ'קען מיינען אז יעדע רעכטער אין ישראל האלט ווי בן גביר און יעדע לינקער אין אמעריקא האלט אלעס ווי קארטעז, ס'איז קלאר נישט אזוי, אבער די עקסטרעמיסטן מאכן עס אזוי אויסקוקן. און ס'איז נישט אינטערסאנט צו רעדן אויף די מידיא פון פשוטע מיינונגס פארשידנהייטן, ס'איז בעסער צו רעדן פון די ראדיקאלע מיינונגען פון די עקסטערמיסטן פון ביידע זייטן.
 
אויף אייוועלט זע איך האט מען אויסגעמעקט דעם צלם איידערן פאסטן די פיקטשער. איינער געדענקט נאך אזא ריטואל?

לעצם הענין, ווען ביל מאהער האט די וואך אנגעפרעגט א גאסט אויף זיין שאו דערוועגן, האט יענער געזאגט מיט א גלאטקייט - "געזונטערהייט! זאל טראמפ ווערן פויפסט!" די עיקר איז אוועק פון די ווייסע הויז... 🤓
 
Back
Top