איך הער.
קודם איז דאס די בריטיש טײמס װאס געהערט פאר רוּפּערט מוּרדאַק װעלכער איז דאך א רעפובליקען.
נאכדעם רעדט מען דאך דא פון די חדשים פאר אפריל מאי און יוני. מיט טראמפס טאריף אהנשרעקענישן דורכאױס די װאלן פארװאס קען נישט זײן אז דאס אלעס איז א רעזאלץ פונדעם? די זאכן קריגן גאר שנעלע פידבעק. פרײזן װערן געהױבן צוליב אַן ערװארטונג אז סופלײ װעט ארױפגײן גאר בקרוב. ד.ה. געשיפֿטעד די קאסט ארױף אױף די קליענט. ממילא ספענדן מענטשן װײניגער, ממילא געשעהט א סלאָוּדאַוּן צו קאנסטראקשן.
װעגן אינטרעסט ראטעס, קען זײן ביסט גערעכט, בין איך נישט דער גרױסער מבין, אבער אױב איך געדענק גוט נוצט מען זי צו קאנטראלירן אינפֿלאציע - די העכערונג פון פרײזן אױף אײטעמס װעלכע זענען נישט אין לײן מיט די אמתע קאסט פון דעם אײטעם. א פראצעס װאס קען אױך געשעהן צוליב װאס ס'דא צופיהל איבעריגע געלט אין די עקענאמיע. נו, אינפלאציע ציטערט דאך יעדער פון, װי פון דעם דעװיל. און די טשעינדזשעס װעלכע װערן אהנגעברענגט דורכ'ן אפדעיטן די אינטערעסט רעיט געדױערט אביסל לענגער צו אהנגעזען װערן אױף די עקענאמיע. כאטש 12 חדשים.
די קאנסטרוקציע קאמפאני װעט גארנישט האבן פון אַן אינקריעסד פלוס פון געלט אװעילעבל צו די קאנסומערס אױב דאס רעפלעקטירט אַן אינפלעיטעד און פארחובתע עקענאמיע װאס האט געפרינט געלט און זיך אהנגעבארגט פון די בענק װײל די אינטערעסט ראטעס זענען נידעריג, װײל די קאנסטרוקציע קאמפאני ברױך צאלן טשײנע אדער סײ װעלכע לאנד פון װאנעט זי אימפארטירט, פאר איר סופלײ װאס זי ברענגט ארײן קײן אמעריקע ממילא װיל זי קענען צאלן מיט א שטארקע קאָרענסי. סאױ ס'איז אױך אין זײערע אינטערעסע אז די אינטערעסט רעיטס זענען סטאביל.
עפעס זאג איך?
און אגב, איבעראל לײדט אצינד קאנסטראקשן. נישט נאר אין טשײנע װאס דארט איז ממש געהאקטע צרות, נאר דא אין די יוּ-קעי אױכעט.