טראמפ סוקסעסן

@שבת אחים איך בין א שטארקע מתנגד פאר טראמפ, אבער אויב דו ווילסט איינער זאל דיך אמאל אויסהערן מוזטו אים גיבן קרעדיט וואו עס קומט זיך אים. דו מעגסט נאכאלס טענה'ן אז עס איז יצא שכרו בהפסדו אבער די זאך פאר זיך איז זיכער א גוטע זאך
כאפענער ועוד, האלט איך אויך אז מ'זאל דא נישט שרייבן די אמת איבער טראמפ, אמער ס'דאך דא אשכול איבער טראמפ'ס טערמין, מאיזה סיבה שהוא האבן די טראמפ שטיצער פארשטאנען אז דארט איז נאר פאר דורכפעלער, און מ'דארף א עקסטערן ספעציעלן שנירל פאר סוקסעסן, זאל זיין.
ווען מ'האט עפעס צו זאגן איבער די 'סוקסעסן' זאל עס זיין אין אנדערע אשכולות, און דא לאזן ספעציעל פאר די אלע סוקסעסן.
 
איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס איך געעפענט נאך א אשכול, ווייל אין די אנדערע אשכולות איז דא מענטשן וואס מאכן פיליבאסטערס, איך גיי נישט פורש בשמם זיין פון קיינעם אבער ס'נעמט נישט לאנג עס צו זעהן.

ענטפערן די פיליבאסטערס האב איך זיך שוין אויסגעלערנט איז ממש א שאד, ס'איז א שאד מיין צייט, און זיכער א שאד זייערס, ווייל יעדע שורה וואס איינער ענטפערט קומט א פרישע לאנגע פיליבאסטער דרשה פון א געמיש פון גערעכטע טענות, ליגנט, נעים קאלינג, און סתם ווערטער סאלאטן.

אבער אז איך זאל גיין דארט איבערהאקן מיט עפעס גוטע נייעס פון טראמפ בין איך סתם א פערד פארן איבערהאקן א לאנגע רענט איבער די פאשיזם פון טראמפ.

האב איך געקלערט אז איך וועל גיין די אנדערע וועג, איך וועל מיר עפענען אן אייגענע אשכול וואס גייט זיין נאר פאזיטיוויטי איבער טראמפ, מ'קען זיך טענה'ן מ'קען זאגן פארקערט, נישט קיין פראבלעם, אבער ווען איינער גייט קומען און טענטראמען, גייט אים די הנהלה ארויסווארפן ווייל די הנהלה ווארפט ארויס טראלס, עה... נישט ממש... נאר ווען יענער איז פראו נטורי קרתא... נישט אנטי טראמפ... (איים זשאסט קידינג, איך ווייס אז ס'איז נאכנישט די זעלבע)

איך גיי טאקע נישט פארפירן אז איינער גייט טענטראמען דא, מיט נעים קאלינגס און אנדערע חושעראציע, אבער עטליסט וועל איך קענען קומען גלייך קומען מיט א פרישע גוטע נייעס איבער טראמפ און נישט פילן א אינטרודער אין יענעם'ס אשכול.

הבנת?
 
1754872595628.webp

די טאריפס הייבט אן צו האבן אן אפעקט
 
1754872737537.webp

א געווינס אין די פעלד פון די שופטים וואס פרובירן צו שטעלן פיסלעך פאר די טראמפ אדמיניסטראציע
 
Back
Top