עכט וויל איך טאקע נישט ענטפערן, סאו ס'ברענגט טאקע ארויס קלאר וואס איך וויל, איך האב געברענגט איין דוגמא ווי איך האב ארויסגעברענגט פארוואס דיינע טענות זענען נישט גערעכט אבער איך האב נישט געוואלט ענטפערן אלעס ווייל איך האב נישט אזויפיל כוח און צייט.
1. צייט
2. כוח
3. ווערטער סאלאט
לאל
ער האט אויסגעפירט אסאך קאמפיין פראמיסן, א חלק נאכנישט, א חלק קוקט אויס ווי ער גייט נישט קענען, אבער ער פרובירט
לאמיר דיר פרעגן און ס'איז א פשוט'ע יא צו ניין, צו זעהן צו דו קענסט זיין אביעקטיוו, קענסטו קאנסידן אז ביידן אדער אבאמא אדער עף די אר קען אויך נישט אויספירן אלעס. די אמת.
איין דוגמא איז די אימיגראציע, מיענווייל וואס דו ביסט ביזי שעלטן אויף זיינע אימיגראציע פאלעסיס, פארגעסטו אז ער האט דאס צוגעזאגט און געהאמערט אויף דעם נאך פון 2015, סאו זאג מיר נישט אז ער פירט נישט אויס זיינע קאמפיין פראמיסעס.
ווי קומט אריין אימיגראציע? ער האט נאך אלס נישט אויסגעפירט זיין ארגינעלע צוזאג סא קיין סוקסעס קען עס נאכנישט זיין, און ס'האט זיך אסאך געטוישט נאכדעם וואס ער האט געוואלט גיין ממש מיט בארב ווייערס און הייסע ווענט. דיין פארשטאנד איז צו אמעריקאנע פאליטיק איז אזוי שוואך ווי מיין איזרעלי...
אבער אז דו וועסט צוריקגיין צו 2015 וועסטו זעהן ווי מ'האט נישט גערעדט פון דיפארטאציעס נאר פון צוריקהאלטן מענטשן פון אריינקומען, שפעטער האט ער פאר 5 מינוט געפליפט פלאפד ווייל א עדווייסער האט אים געצה'ט נאכן זיג צו זאגן ס'גייט האבן א טיר ווי מ'וועט יא קענען אריינמקומען, אבער באלד צוריקגעשפרונגען צו די רעטאריק פון זינאפאביע
אזוי צו אזוי, ער האט פארשפראכן "א טויזנט מייל" און די טויזנט מייל איז קיינמאל נישט געבויט געווארן, נישט ווייל עדעם שיף לאזט נישט, ניין קענסט נישט נוצן די תירוץ ווי שטארק דו ווילסט, וויבאלד די וואנט קען נישט רעאליסטיש
קיינמאל געבויט ווערן און אפערירן ווי א בארדער אין א אנדערע לאנד!
ס'איז ביטער טייער, און אינוואלוד לייגן כמו טעריפ'ס אויף אלע רענטשער'ס און פארמערס וועלכע וואוינען אין די שטחים. גייט נישט געשעהן. נישט היינט, נישט ביי דעמעקראטן, נישט ביי סאושליסט נישט ביי בני יואל, קיינער קיינער גייט נישט וועלן האבן דאס אויף זייער פיקל און ווי גרויס טראמפ רעדט ער וויל דאס אויך נישט סא זאג מיר נישט וואס דו טראכסט, ווייל דו טראכסט עס נישט גוט! דו קענסט נישט די פעקטס! גיי פאר אהין ווייל דו האסט דאך נישט קיין צייט צו ליינען און ריסורטשן און וועסט זעהן אפאר זאכן: 1. די בארדער פעטראל זענען א באנדע לצים וואס שיקן אוועק מענטשן וואס האבן נישט קיין "documentation" די גרעסטע דזשאוק. פרעג א רעפובליקען פון וואו באקומט מען די documentation? ער וועט נישט וויסן וואס דו ווילסט פון אים... ער קען דיר נאר איבערזינגען די נענועים פון "קרימינאל'ס קומען אריין" וויאזוי ווערט מען אויס קרימינאל? האט ער נישט די first clue
און דו וועסט אויך זעהן וויפיל מענטשן וואוינען אין די שטחים ווייל פשוט זיי וואוינען דארט און ווען דו פרעגסט א מענטש ווי פונקטליך מ'זאל רוקן די גאזענס... פרעג אויך ווי מ'זאל רוקן די טעקסענ'ס ווייל כרגע שטערן אפאר מיליאן מענטשן דעם מלך כבוד קדושת אדמו"ר שליט" א אפילו אויב ער זאגט עס נישט... אזוי גייט די פאקט! מיך אינטערעסירט גאנץ ווייניג ווייל איך בין ליידער woke און איך ווייס בעסער ווי אים!
(וויסן בעסער ווי א טאטע בעבי
that's not a high bar to reach btw)
איך האלט, די דיווייד זענען די רעפובליקענס אסאך מער שולדיג, ווי די דעמאקראטן, כמעט אינגאנצן שולדיג, וויבאלד זייער זייט איז נאר צו שטראפן און ארויסשטויסן, זיי זענען אינגאנצן נישט אינטערסירט אין די עשה טוב. גייט זיי אן ווי די צולאזטע שניי... אז מענטשן האבן דא א רעכט צו זיין, און אז די גאווערמענט היינט, מאכט עס אוממעגליך צו קומען די גראדע וועג דאס איז א ערנסטע פעקטאר וואס די רעפובליקענס היפן איבער, זיי לערנען נישט די דקדוק רש"י... די פיקס? אה... דארפט עטס גיין צו קאנגרעס, דרעפטן א ביל וואס וועט העכערן די quotas וואס נאר זיי קענען באשליסן און די געריכטן טוען עס איבערקוקן, א פרעזידענט קען נישט האבן קיין ווארט אויף דעם, דאס האט א פראצעס פון דורכגיין די DHS און די USCIC די אגאנטורן וואס טוען אין דעם,און אז ס'ווערט פארפלאנטערט אין א לאוסוט וואס געשעהט אסאך מאכט מען א טעמפארערי פראגראם אזוי ווי אבאמא האט געמאכט DACA צו פראטעקטן מענטשן ביז וואס ווען.
איינמאל מ'טוט דעס קען מען בכלל אנהייבן די שמועס, אבער נעמען פארמאסקירטע פאליציי וואס פארכאפן גואטאמאליענ'ס וואס קומען אן מיט די רעקל און שניפסל פון די סטעיט קאורטהאוז הייסט נישט געטוהן, דאס הייסט פעשיסם.
לאזטס מיך וויסן ווען זיי נעמען זיך צו דרעפטס וואס האט צוטוהן מיט אנהייבן פארעכטן די אימיגראציע פאליסיס פון within און מ'וועט זיך נאכאמאל ריקאנווינע'ן צו זעהן צו די רעפובליקענס האבן געטוהן זייער פארט צו זאגן אונז זענען נישט די וואס שטערן, ווייל יעצט זענען זיי פול אפ איט. און קיין פאנדינג פאר די בארדער האבן זיי ניטאמאל געגעבן צופיל פאר די צוים אין די גרויסע ביל, רוב זענען געגאנגען פאר זייטיגע שטותים אייס, בארבערישע דיטענשן באראקן, 46 ביליאן דאלער איז עלאוקעטיד געווארן פאר די בארדער, ס'סאונדט ווי אסאך געלט, אבער ווי געזאגט די טיפישע מענטש כאפט נישט ווי
סך מער די גאנצע פראיעקט פון אנהייב ביז צום סוף קאסט! רעלאטיוו צו 0 איז 46 ביליאן אסאך אבער די גאנצע צוים ענדיגן? פאר סורוועליענס פאר טעק, פאר פעטראל, נאר די שווערע קאנסטראקשן פון פלאך ביז וועלדער און בערג? 90 ביליאן דאלער. מ'האלט אין ערגעץ.
דו ווייסט וואס וועלט געהאלפן אימיגראציע יא? דורכפעסן די ביל וואס ער האט בכבודו ובעצמו פיליבאסטערט נאך 4 חדשים שווערע הארעוואניע און דוקא
ביי פארטיסזן צוזאמענארבעט אין שפיץ פון מיטש מעקאנעל - דער פארפלוכטער ריינאו וואס האט געהאט די חוצפה צו טראגן טראמפ'ס וואסער און וועלן סעיוו'ן די אישאו, און האט נאך גרויס דרוק זיך פארעקלט פון סיי וועלכע אימיגראציע וואס די לינקע מעסיגע האבן געשטיצט. דאס איז וואס איז געווען, אין האב דיך זייער ליב, און דו ביזט זיסע שרייבער, און ביזט א געשמאקע מענטש אויך, אבער דו ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך און ביזט זייער דיסהאנעסט און נאכדעם קומסטו מלא טענות אונז לעקשור'ן וועגן ווי פארפיינטעט און פארהאסט און סתם שויעדערליך בייעסד אונז זענען אבער דו וועסט אין דיין לעבן נישט מודה זיין אז דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אין א נושא ווייל פון טראמפ'ס מויל האסטו אליינס געהערט אנדערש... איימסארי, אבער נישט אזוי קען מען האבן א האנעסט קאנווערסעישן
ביזט דאך אזא ביליגע שקרן, יעדע פאר חדשים זאגסטו איבער די זעלבע פאר שקרים וואס דו ווייסט אז אונז האבן שוין דורכגעשמועסט באריכות, און כאילו לא היה זאגסטו עס איבער ווי א קינד וואס האט בכלל נישט געפראסעסט וואס מ'האט אים מסביר געווען. אמאל טראכט איך דו האסט מיך אזוי ליב אז דו ווילסט סתם זיכער מאכן אז איך פיל אן די בלעטער.
אונז האב מיר שוין גערעדט... די בארדער זענען די רעפובליקענס זיך אליינס שולדיג וויבאלד זיי ווילן נאר טוהן זייערס, (לויט זיי) די ענעמי וויטין, ארויסשטויסן יעדעם ווייל זיי נעמען צו אונזערע דזשאב'ס וואס די רעפובליקענס געבן אונז נישט .. לאל נישט פיקסן די צובראכענע סיסטעם זעלבסט, אויך האבן זיי נישט ליב צו ספענדן אסאך גאווערמענט געלט נאר אויב ס'גייט פאר פייניגן ארעמעלייט, אדער מבטל זיין די אי איי. טאקע ס'איז שוין כאטש צען יאר און מ'האט זיי עפעס נאכנישט באוואויגן צו געבן אזא 70 ביליאן דאלער פאר דעם הייליגן פראיעקט, צו בויען א וואנט סארי סארי היינט איז עס א די "וואנט" איז קיינמאל נישט געבויט געווארן. (עכט גייט עס נאך צוריק צו בוש but I digress)
ס'איז דא נאך, אבער אזוי ווי איך האב געזאגט איך האב נישט קיין כוח צו קיין אריכות'ן
איך ווייס נישט, דו שרייבסט און שרייבסט און נאכדעם זאגסטו ווי ווייניג צייט דו האסט, איך וויל דיר נישט שטיין און רופן ליגענער אבער זאג דו מיר פארוואס איך זאל נישט?
פארוואס קענסטו נישט פרובירן צו זיין האנעסט, דו האסט נישט קיין צייט? צו דו האסט נישט די מוח צו טראכטן טיפ און געדרייטע דיטעילס וואס איז אבסעלוטלי וויכטיג.
די אייראן דאום האב איך געשריבן אלס א משל איך האב נישט דאס געמיינט, מיין פוינט איז געווען אז אויף נאקעטע נומבערס קען מען נישט בויען, מ'דארף אריינקוקן אין די דיטעילס.
דאס פרוביר איך דיר צו זאגן אויף א איידעלע וועג, מ'זעהט אז די טאפיק איז נישט דיין ספעשעלטי...
און בין זייער באקוועם צו קאנסידן ווען איך ווייס נישט , טאקע פארדעם אינווייט איך דיר צו טוהן די זעלבע, ס'נעמט גארנישט אוועק פון וואס דו ווייסט
לאמיר דיר עס מסביר זיין בקיצור נמרץ, ס'זיצט א געווערמענט אין ירושלים און זיי פירן מלחמות, אבער זיי ווייסן אז ס'איז דא א גאווערמענט אין אמעריקא וואס זיי מוזן זיך זייער אסאך רעכענען, דאס איז א זאך וואס איז ידוע לכול, פאר זיי טוען עפעס מעיזשאר, פרעגן זיי אדער מעלדן זיי איין אין וואשינגטאן.
מסכים
מ'קען זעהן ווי זייערע פאלעסיס פארעמען זיך לויט וואשינגטאן.
איז אונטער ביידען האבן זיי געהאט א הארד טיים און אונטער טראמפ מאכן זיי א לעבן,
ס'איז אסאך מער נואנסד און לענגער ווי סימפל ווי דו האסט עס דא געשריבן, אבער ביידן איז טאקע פאר א 2 סטעיט סאלושן האט ער זיי געלייגט מער דריק, אבער מיין פוינט איז 2 זאכן: ביידן איז נאך אזא אידן פריינט ווי טראמפ און נאך אזוי אינפלוענסד פון עיפעק ווי טראמפ פלעגט זיין פון עיפעק און קושנער און פון די אנדערע זייט אויב עפעס האט טראמפ אויך אסאך מאל (אויב ווי דו זאגסט אז ער פירט יא אן די מעדזשאריטי פון די סטראטעגיעס) זיי געלייגט דרוק בכלל נישט ווי א עליי און ער האט נאך אזוי געזאגט אין 2015 אז ער פלאנט צו זיין נייטראל, סא ס'מאכט סענס מיט זיין אייסעלעשעניזם.
דו דארפסט אויך כאפן אז ער האלט נישט פון קיין מלחמות ווייל ער וויל נישט זיין בוש, און דאס איז אויך געווען א פוינט אין 2015 ווען מ'האט אים געמאכט פאר א מלחמה מענטש, דו דארפסט דאס אויך אריינעמען אין דיין קאפ ווען דו פארמירסט אן האנעסט אפיניען, סא קיין גרויסע מלחמות פירט ער נישט. ער ווייסט אפילו נישט וועם צו טראסטן,
דו האסט אפילו אויסגעהערט זיין 3 שעה מיט ראוגן? ער האט אפילו נישט קיין מושג וואס מארק מילי טוט, און ווער ס'טוט וואס... עטס גלייבסט נאך אז ער פירט אן אדער זאגט ביבי וויאזוי צו פירן... וואס קען ער? וואס טוט ער?
איך זעה נישט זיין קאמפיטענס אין דעם בכלל. נישט אין סטראטעגיע פון קאמבעט, און זיכער נישט אין ניגאושיעישן וואס איז קלאר היינט אז רוסלאנד און כאמאס לאכן זיך אויס. נארט קארעא לאכט זיך אויס.
עטס האטס דאך ליב צו נוצן דעם "אונטער ביידן איז געשעהן" לאגיק, לאמיר דאס ארומדרייען גוגל זיי מוחל וויפיל נוקלער מיסילס קים דזשאנג אן האט געלאונטשד אין די לעצטע האלבע יאר.
יעצט מ'קען פונקטלעך דן זיין וואס ס'מיינט אז טראמפ קאלט די שאטס, און ווער ס'פירט וועם ביי די נאז, אבער דאס איז עס מער ווייניגער.
איך בין נייגעריג צו דו פארשטייסט טאקע נישט אדער דו ווילסט דווקא נישט פארשטיין.
איך האב געזאגט אזוי, בעצם קען מען נישט קוקן אויף די נאקעטע נומבערס אן פארשטיין די דיטעילס, אבער דאן האב איך געזאגט אז אפילו ווען מ'קוקט אויף די נאקעטע נומבערס ווייזט עס אז טראמפ האט געגעבן מער געלט (לויט מיין סיערטש אויף טשעט זשי פי טי).
דיין קשיא איז פארענטפערט?
איך טאר נישט זאגן אז דו מאכסט ווערטער סאלאטן אבער דו שפרונגסט גלייך זאגן אז איך בין נעריש...
קענסט זאגן וואס דו ווילסט, דו מוזט אבער זיין קאנסיסטענט, קענסט נישט זאגן צייט, כוח, סאלאט, בייעסד, און ווילסט בכלל נישט ענטפערן אין די זעלבע מינוט.
מאך אפ
12 טריליאן איז אבוועיעסלי א טעות הדפום, אז דו וועסט איבערקוקן מיינע ווערטער וועסטו זעהן אז ס'שטימט נישט מיט 12 טריליאן נאר מיט 12 ביליאן, באט דו שפרונגסט שוין מיט גרויס קוועשאן מארקס...
View attachment 9168