טאמער טראמפ גייט מאכן מארגן א גוטע דיעל צו ענדיגן די מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקראינע גייסטו נישט זיין צופרידן ווייל טראמפ האט געזאגט 24 שעה, דו גייסט זעהן צו ספינען ווען מ'קען אז ס'איז נישט גוט.
ס'איז אקעי
רוב מענטשן קוקן עס נישט אן אזוי, גאר אסאך זענען יעצט זייער דאנקבאר פאר טראמפ פאר די מעכטיגע סוקסעס וואס ער האט דעליווערט, אריינגערעכנט אסאך פון די לינקע און דעמאקראטן.
אלעס קען זיין
עגעין, פון מיין זייט זאל ער עס טוהן דו ביזט דאך דער וואס האט אים אויסגעלויבט די לעצטע 2 יאר אויף טעלעגרעם און דא אז ער גייט עס באווייזן... און דו האסט מיר "מסביר" פאר שעות ארוכות ווי גוט ס'גייט זיין מיט אים.
און ווי טאף ער איז, ער באווייזט זיך
משא"כ ביידן וואס מ'האט אינגאנצן נישט געזעהן. און מ'גיט דיר איין פוינט ארויס וואס ער אליינס (נישט איך) האט אויף זיך שטאלצירט נישט איינס נאר צענדיליגע מאל ביי יעדע ראלי, און ביי יעדע אינטערוויא, און דו ווערסט פארלוירן אויף אזוי ווייט אז איך בין דער וואס ספינט עס און איז גאר אין די קולט... סאונדסטו ווי א צובויגענער אידיאט.
ער האט נישט קיין שום אקאונטיביליטי וואס ער זאגט, נאר ער מעג עס זאגן, מ'טאר אים חלילה נישט פארהאלטן דערויף
אבער ניין, דו ביזט די קלוגער און איך בין אין די קולט, פארוואס קען איך נישט זיין סתם אין א דיסעגרימענט? ווייסט פארוואס? ווייל קיינער אין א קולט איז קיינמאל נישט מודה אז ער איז, און זיך צו ראטעווען פון דעם איז נישט גענוג אז דו ביזט סתם א העיטער און א מענטש מיט דיסענט נאר דו מוזט זעהן אז יענער איז גאר די בלינדער, אז נישט איז דאך צרות.
ביי די וועי אין זיין סטעיט אף די יוניען וואס דו מסתם צוליב גרויס דרוק אין צייט נישט אויסגעהערט האט ער געפרעגט ווילט עטס עס זאל נאך נעמען 5 יאר ביז די אוקריינא מלחמה איז ריסאלווד? אה, 24 שעה, אפשר אז ס'וועט נעמען 4 וועסטו זאגן ער האט דאך געזאגט 5? אדער דאס וואלסטו שוין געזאגט איז טאקע זייער לאנג, און פארגעס נישט איך האב נישט געזאגט איך גיי עס ענדיגן... זייער שנעל ווערסטו דיסטרעקטעד צו מיר... כאילו איך בין דער וואס האט געמאכט די קלעים.