Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים , הפוצה את דוד עבדו זאל איהם גיבען הצלחה בים וביבשה ובאויר , דא ביי ווענעזועלע, האט איהם מן הסתם געטריבען די אוצרות פון אויל רעזערוו, וואס ער האפט אויפצוארבעטן אז עס זאל זיין א פארגרעסערטע פראדוקציע , עס ווערט געשאצט אז דארט איז דא די גרעסטע אוצרות פון פעטראליום,ס'גייט אים גוט דעם טראמפן
ארעסטירט דעם מאדורא אן קיין שום אמעריקאנע טויטע
אזוי ווי ס'איז געווען ביים אריינגעבן איראן אין באבנס באבן אריין
אויפן יארטאג פונעם פארלענדונג פון דעם ארכי טעראריסט קאסם סולימאני, וואס טראמפ האט אויך מסדר געווען
מיין שטימע ביי די עלעקשאנס האלט זיך אין איין אויסצאלן מער און מער
די וועלט ווערט א בעסערע פלאץ ווי א טאג ס'גייט אריבער
אוי יעאים ארעסטירן אין ניו יארק 2 טעג נאך מאמדאניס איינשווערונג איז גאר א שטארקע מעסעדזש
אומלעגאל פאר וועם?
די זעלבע אומלעגאל ווי פארכאפן בין לאדין
בין לאדין איז געווען אן ענעמי קאמבעטענט נאכדעם וואס פרעזידעט בוש האט דעקלערט מלחמה.די זעלבע אומלעגאל ווי פארכאפן בין לאדין
איך זאג נישט אז מ'מעג טון אזעלכע שריט, ווייל ס'געבט די גרין לייט צו טון זאכן וואס זענען שלעכט, און ס'וועט א סליפערי סלאופ
אבער בעצם די געדאנק פון לעגאל און אומלעגאל איז א זאך וואס מ'דארף דן זיין
די דייטשן ביי די העלאקאוסט האבן געמאכט געזעצן קעגן אידן, און ס'איז געווען אין די געזעץ אז מ'דארף פייניגן אידן, דאס מיינט נאך נישט אז מ'האט טאקע געדארפט פאלגן די געזעצן.
אויב דורך פארכאפן מאדורא מאכט מען דאס לעבן בעסער פאר גאנץ ווענזועלא, אפשר לוינט זיך צו ברעכן די געזעץ?
און איך רעד שוין נישט פון די 'אמעריקע פירסט' בולש*ט...אגב, ס'איז אינטרעסאנט ווי די אלע וואס האבן יארן געהאט טענות אויף די סי איי עי, פארן איבערדרייען רעזשים'ס איבער די וועלט, יובל'ען יעצט.
לויט טראמפ איז עס אלס אמעריקע פירסט.