יוסקע ווארטעמאן
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 25
- רעאקציע ראטע
- 276
- פונקטן
- 48
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט ג' - "תאוות און נגיעות": די מאטיוון פון שכל'דיגער אויפוואכונג
מען קען געפינען די פאריגע ארטיקלען אין דער סעריע דא און דא.
אינעם פאריגן ארטיקל האבן מיר גערעדט וועגן דעם פסיכאלאגישן דורכבראך וואס מען מוז דורכגיין כדי צו דערגרייכן שכל'דיגע אויפוואכונג. מיר האבן גע'טענה'ט אז שכל'דיגע אויפוואכונג איז עפעס וואס פאדערט זיך לאגיש פונעם בר־שכל לויט קלארע און פשוט'ע עפיסטעמאלאגישע פרינציפן. אבער דער מענטש איז נישט קיין ריין לאגישע בריאה און זיין שכל'דיגע אנטוויקלונג פאלגט נישט נאך לויטערע פילאזאפישע פארשריפטן. דער מענטש איז א פסיכאלאגיש באשעפעניש, וואס ווערט באווירקט נישט נאר דורכן שכל־הישר, נאר אויך פון זיינע געפילן, פחדים, רצונות, נגיעות אא"וו, צי באוואוסטזיניג, צי אומבאוואוסטזיניג. זאל עס אונז דערפאר נישט זיין קיין חידוש אז נישט בלויז ריינע לאגישע מאטיוון ברענגען דעם מענטש צו שכל'דיגער אויפוואכונג, נאר אויך פסיכאלאגישע, ווי @קץ דוחק האט אנגעמערקט אויפן פאריגן ארטיקל (בתיקון הלשון קצת):

פון אנדערע האב איך געהערט אז זײ רופן די "ראדיקאלע שכל'דיגע אױפװאכונג" מאלעסטעישן (באלעסטיגונג) אדער אביוז (בא'עוול'ען). אבער באמת, ס'קען זײן אז ס'איז פארבונדן. װײל אָן װערן אביוזד (בא'עוול'ט), טראכט מען אז יעדער װאס איז דײן מקור און אױטאריטעט מײנט דײן טובה אדער מײנט דעם אמת. מען האט שטארקער צוטרוי אין יעדעם. װערן אביוזד באיזה אופן שהיא װײזט דיך אז אױטאריטעט קען דיך אױכעט זוכן אױסצונוצן, אדער באהאלטן פון דיר דעם אמת, פאר אָלטעריער מאטיװן (זייטיגע פניות). און במילא, הױבט דער מח דעמאלס אָן טראכטן.
דא רירט @קץ דוחק אן אינעם ענין פונעם פסיכאלאגישן דורכבראך וואס מיר האבן דארט דורכגעשמועסט. שטארקע פסיכאלאגישע מניעות פארמיידן פונעם מענטש צוצוקומען צו שכל'דיגער אויפוואכונג, און אמאל פעלט אויס א קעגנזייטיגן פסיכאלאגישן מאטיוו צו ווירקן ווי אן אַנטידאָט צו די מניעות און אים ערלויבן דורכצוגיין דעם פסיכאלאגישן דורכבראך, וואס ערשט דאן קען ער זיך ערנסט באציען צו די לאגישע סברות און איינזען זייער גערעכטיגקייט.
און דא איז דאס ארט זיך צו באציען צו א טענה וואס ווערט אסאך איבערגעזאגט אין דער היימישער געזעלשאפט אויף די וואס זענען מטיל־ספק אינעם חרדי'שן וועלטבאנעם. די טענה הערט מען אין פארשידענע נוסחאות, אבער הצד־השווה־שבהן אז זיי טענה'ן אז דאס וואס מיר רופן דא אן שכל'דיגע אויפוואכונג, קומט באמת נאר פון אומראציאנעלע מאטיוון, ווי תאוות און נגיעות, אדער – ווי פיל מחנכים און אזוי־גערופענע מומחים האבן ליב צו זאגן – פון ווייטאג, אביוז און לערן־שוועריקייטן.
איידער מיר אנאליזירן די טענה, קענען מיר אנמערקן אז איר ציל איז א פשוט'ער. ווען א פארשטאנדיגער מענטש איז מערער אינעם וועלטבאנעם פון אזא פארמאכטער און אפגעזינדערטער סביבה, שטעלט דאס פאר א געוואלדיגע געפאר פאר דער אמונה־פשוטה פון אירע אנדערע אנהענגער. נאטורליך, וועלן זיך די אנדערע מיטגלידער מאכן א חשבון אז אויב איינער פון דער חבריא, וואס איז לאו־דוקא א שוטה, איז צוגעקומען צו מטיל־ספק זיין אין זייער געמיינזאמען וועלטבאנעם, טא, אפשר טאקע איז די אמונה גארנישט אזא פְשוּטה. דערפאר, אלס באשיץ־מעכאניזם, מאכט מען גלייך אוועק די דערשיינונג, קלאר־מאכנדיג אז דאס האט גארנישט צו טון מיטן שכל, נאר אלץ מיט אומ'שכל'דיגע עניינים, וואס דאס שטעלט שוין נישט פאר אן ערעור אויף דער אמונה.
לאמיר יעצט פארזיכטיג אויספאקן די עצם טענה און איר אנאליזירן. מען קען אפטייטשן די טענה אויף דריי אופנים:
- כמעט קיינער איז נישט מערער צוליב שכל'דיגע סיבות
- קיינער איז נישט מערער צוליב ריין שכל'דיגע סיבות
- קיינער איז נישט מערער צוליב שכל'דיגע סיבות בכלל
לאמיר אנהויבן מיטן ערשטן אפטייטש. ביז אהער אין דער סעריע האבן מיר גערעדט וועגן שכל'דיגער אויפוואכונג, אבער נישט יעדער ערעור אדער פארלייקענונג אינעם דערצויגענעם־וועלטבאנעם און לעבנסשטייגער איז אויטאמאטיש שכל'דיגע אויפוואכונג. א מענטש קען בועט זיין אין זיין חינוך פאר כל־מיני סיבות אן דעם וואס ס'זאל האבן עפעס צו טון מיטן שכל. צי איז עס אמת אז כמעט קיינער פון די מערערים טוען דאס נישט פאר שכל'דיגע סיבות? מסתם נישט, אבער וואס די פראפארציע איז און צי די שכל'דיגע מערערים זענען דאס מערהייט, דאס זענען עמפיריש־סטאטיסטישע שאלות וואס מען קען נאר פארענטפערן דורך דאַטאַ.
יעצט צום דריטן אפטייטש. לויט דעם אפטייטש איז בכלל נישטא קיין שכל'דיגע סיבות מערער צו זיין, און דערפאר מוז עס אלץ זיין צוליב הוילע פסיכאלאגישע מאטיוון. אבער ווי מיר האבן געזען אין פאריגן ארטיקל, איז שכל'דיגע אויפוואכונג נישט נאר גאר לאגיש, נאר אויך געוואלדיג וויכטיג. די אנערקענונג אז עס איז מעגליך אז וואס מען האט מיך אויסגעלערנט איז נישט ריכטיג, איז א שכל'דיגע, ווי אויך א גאר קאנסעקווענטע און וויכטיגע אויף זיך צו דערגרינטעווען צום אמת און צו באזירן דאס לעבן אויף פארלעסליכע און באגרינדעטע יסודות. און ווי מיר וועלן עקספלארירן אין די קומענדיגע ארטיקלען, איז דאס נישט נאר א טעארעטישע שאלה אז אפשר זענען אנדערע וועלטבאנעמען די ריכטיגע, נאר עס איז טאקע פאראן שטארקע, פאזיטיווע עפיסטעמאלאגישע סיבות צו מעדיף זיין אנדערע וועלטבאנעמען איבערן חרדישן.
(אגב, איז כדאי צו פונאנדערשיידן צווישן שכל'דיגע געדאנקען און ריכטיגע מסקנות. עס מאכט זיך אפט אז א מענטש מאכט א טעות אין שכל'דיגן אנאליז, אדער אז ער קומט צו צו א פארגרייזטער מסקנא הגם אז זיין הילוך־המחשבה איז געווען א לאגישער. די עבודה פון ביקוש־האמת איז א שווערע און עס איז אן אינטעגראלער טייל דערפון זיך טועה צו זיין פון מאל צו מאל, וואס דאס מיינט נאך נישט אז דער גאנצער גאנג איז נישט קיין שכל'דיגער. וואלט ווען די טענה געווען אז די וואס זענען מערער זענען זיך טועה, הֶחְֶרַשְׁנוּ. פארקערט, מיר ערווארטן אז זיי זאלן זיך אזוי פארהאלטן ווייל זיי גלייבן דאך אין אמונה־פשוטה און אז מערער זיין אין איר איז א טעות. אבער די טענה איז נישט אז עס איז א טעות, נאר אז עס איז אומלאגיש, ריין פסיכאלאגיש. נו, אויף דעם זאגן מיר, נישט נאר איר זענט זיך טועה, נאר אייער טענה, במחילת־כבודכם, קומט נישט פון שכל, נאר טאקע פון פסיכאלאגיע, אלס באשיץ־מעכאניזם קעגן דער געפאר אז אפשר וועלן ביי אנדערע זיך אנהייבן צו אנטוויקלען ספיקות, כמו שביארנו לעיל.)
צום סוף, לאמיר זיך באציען צום מיטעלסטן אפטייטש. און גראדע קען דאס זיין א פאקטיש ריכטיגע אבסערוואציע, און דאך מאכט עס נישט אוועק דעם שכל'דיגן קאמפאנענט פונעם ערעור. מיר האבן אנגעפאנגען דעם ארטיקל מיט דער באמערקונג אז דער מענטש איז נישט קיין ריין לאגישע בריאה. אפילו ווען עס האנדלט זיך אין שכל'דיגע עניינים, האט דאס פסיכאלאגישע אומבאוואוסטזיין א השפעה אויפן מענטש, צי ביודעים, צי בלא־יודעים. אבער דער פאקט מאכט נאך נישט אוועק דעם מענטשנ'ס שכל'דיגע דערגרייכונגען כל־עוד זיינע מסקנות זענען טאקע לאגישע און אז אויף ווי ווייט מעגליך זוכט ער צו באזירן זיינע מסקנות און החלטות אויף שכל'דיגע גרונדן. נו, דערפאר קען טאקע זיין אז נאר ביי יחידי־סגולה טרעפט מען ריין־לאגישע שכל'דיגע אויפוואכונג אן קיין שום פסיכאלאגישע מאטיוון. איז וואס? ווי מיר האבן אנגעוויזן, איז מטיל־ספק זיין א גאר שכל'דיגע אקטיוויטעט, און אמאל פעלט אויס פסיכאלאגישע מאטיוון צו קענען דורכברעכען די פסיכאלאגישע מניעות וואס האלטן אפ דעם מענטש פון צוקומען צום שכל.
אבער באמת ליגט א שטארקע היפאקריטישקייט אין דער טענה. צו די וואס טענה'ן אז ערעור קומט נישט פון ריין שכל'דיגע מאטיוון, נאר אויך פון פסיכאלאגישע, שרייען מיר, טול קורה מבין עיניך! ווי נעמט זיך די חוצפה צו באשולדיגן מערערים אין אומ'שכל'דיגקייט ווען די גאנצע סיסטעם מעיקרא איז דייטליך און באוואוסזיניג געבויט אויף אומלאגישע גרונדן? צי דען גלייבן חרדישע קינדער אין זייער וועלטבאנעם צוליב לאגישע סברות? צי דען זוכט מען צו באגרינדן די 'אמונה פשוטה' מיט לאגיק? פארוואס גלייבן טויזנטער שלומי־אמוני־ישראל אינעם חרדישן וועלטבאנעם? נישט ווייל זיי האבן חוקר־ודורש געווען מיטן שכל און צוגעקומען צום אויספיר אז משה אמת ותורתו אמת, נאר ווייל אזוי האט מען זיי אויסגעלערנט און ווייל אזוי גלייבט יעדער אין זייער סביבה, און ווייל אזוי גלייבט א גוטער, פרומער איד. פרעג איך אייך, וואס האט דאס מיטן שכל איינגעלייגט?
און אז מ'רעדט שוין פון נגיעות, ווי איז פאראן א גרעסערע נגיעה ווי אנצוהאלטן אין די באקוועמליכקייטן פונעם דערצויגענעם־וועלטבאנעם, אן זיך דארפן ארויסלאזן אויפן שווערן און אפמאטערנדיגן וועג פון ביקוש־האמת? דער מערער איז דאך מקריב אלץ וואס ער האט ווען ער דערוואגט זיך טראכטן פאר זיך. פסיכאלאגיש, וועט ער דורכגיין א הארבן קריזיס, זיך שפירן ווי אן אויסווארף, און דארפן אנהייבן דאס לעבן פון פריש; געזעלשאפטליך קען ער פארלירן משפחה, חברים און זיין גאנצן לעבנסשטייגער; מענטאליש דארף ער זיך באפרייען פון דער פון־יוגנט־איינגעבאקענער פארכט פונעם גיהנום. ניין, נישט אין מערער זיין און מטיל־בספק זיין שטעקט נגיעות; נגיעות און פסיכאלאגישע מניעות זענען די וואס האלטן אפ דעם מענטש פון מערער זיין און פון צוקומען צום פסיכאלאגישן דורכבראך און דאן צו שכל'דיגער אויפוואכונג.
אין די ביז־יעצטיגע ארטיקלען האבן מיר אנטוויקלט דעם געדאנק פון שכל'דיגער אויפוואכונג, טענה'נדיג אז דאס איז א נייטיגער און וויכטיגער שטאפל אינעם קומען צום שכל'דיגן באוואוסטזיין און אין פארעמען אן אייגענע און דערוואקסענע עפיסטעמאלאגיע און וועלטבאנעם. אבער וואו גייט מען פון דא ווייטער? דאס, אין די קומענדיגע ארטיקלען.

לעצט רעדאגירט: