וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

פארוואס קען מען נישט זעהן די לייקס ? קימסט ארויף אויף את אשכול און דו זעהסט למשל א תגובה פון קאווע טרינקער און סאיז טויט!! אנע לייקס סאיז עפעס נישט... איינער איז מיט מיר?
 
איך פארשטיין נישט פארוואס מען איז נאך בכלל ביזי מיט ק''ש. לאז עס גיין לעזאזל.
גענוג געווען דערפאר האט זיך קרעמל געגרינדעט. קוקט נישט אויף צוריק. באנדאדזשירן און ווייטער מארשירן
נישט ממש. ווייל דו ווילסט נישט אז מענטשן זאלן זיך אפהאלטן היינט פון שרייבן דאהי אויס מורא אז די הנהלה וועט טראגן אזא גלייכגילטיגקייט צו זייערע הארעוואניע אין צען-פופצן יאהר ארום.
 
אבער די אמת איז: מענטשן דארפן שכל האבן נישט צו שרייבן אויף א פובליק פארום אנלעס וואס זיי נעמען ארויס איז מער פונוואס זיי לייגן אריין. דערפאר האלט איך אז אויב קרעמל האט שכל זאל זי זיך שנעל קאנווערטן צו עפעס א מהלך וואס מאכט געלט פאר זי און פאר די שטענדיגע קאנטריביוטערס. עפעס אזא מין מאמענט אויסגאבע אבער אויף סטערוידס. שוין צייט מ'זאל האבן א וועקער סטייל אויסגאבע אין יידיש דעט פעיס. אן אדווערטייזינג מאדעל אדער א פעיוואל זענן אויך גינסטיגע אפציעס. איך בין מסכים צו ווערן אן עורך פול טיים אויף אנצוהויבן.
אנדערש קען איך שוין זאגן, איך וועל בל"נ נישט תורם זיין מער פון די מינימום אהן באקומען באצאלט. איך האב למשל שוין, ערשט האנטיגע אינפא איבער די ר' אברהם כץ פרשה אבער איים האלדינג בעק ווייל כ'גלייך נישט צו ארבעטן פאר פריה.
 
לייקס איז גארנישט?😉

אויף קאווע שטיבל פלעגט עס זיין גאר אסאך ווערט

אין די גוד טיימס... פרעג נאר שש משזר ...
 
אגב, דוכט זיך מיר אז די מאמענט איז צושטאנד געקומען דורכדעם וואס שרייבער האבן זיך באקענט אויף קאוועשטיבל. איינער קען באשטעטיגן?
 
נישט ממש אבער גאר גוטע שרייבער האבן זיך באקענט דארט און אנגעהויבן שרייבן דארט
 
נו שוין. און וועלעכע מענטשן האבן אנגעוואוירן? דיע וואס האלטן זיך שטרענג צו פרייהייט פון ווארט און זענען קאממיטעד נישט צו העלפן שטופן דעם וואגן פאר אפאר גרינע דאלארן. נישט שיין.
 
נאכן אביסל דורכקוקן ק"ש די לעצטע פאר טעג האב איך באמערקט אז אסאך גרויסע שרייבערס האבן געטוישט אלע זייערע ארטיקלען צו אנאנים, זיי האבן לכאורה געהאט גוטע סיבות. אבער איין שרייבער דאס איז די אלעמען באקאנטע אבטולמוס האט מען גענצליך פארמעקט זיינע ארטיקלען... און דאס איז ממש א ווייטאג ווייל ער האט געהאט אזויפיל שיינע ארטיקלען ספעציעל איין לענגערע ארטיקל וואס כ'האב עטליכע מאל איבערגעלייענט איבער וויאזוי צו מאכן חברים. און יעצט איז דאס אלעס נעלם געווארן 🥲
טאקע? דאס איז טאקע שאקינג! אלץ פארמעקט?
 
עם קשה עורף זענט עטץ. מ'קען ענק נישט צופרידן שטעלן. איין טאג וועט עטץ שפירן ענקער מעדיצין פון די נעקסטע generation.
 
אבער די אמת איז: מענטשן דארפן שכל האבן נישט צו שרייבן אויף א פובליק פארום אנלעס וואס זיי נעמען ארויס איז מער פונוואס זיי לייגן אריין. דערפאר האלט איך אז אויב קרעמל האט שכל זאל זי זיך שנעל קאנווערטן צו עפעס א מהלך וואס מאכט געלט פאר זי און פאר די שטענדיגע קאנטריביוטערס. עפעס אזא מין מאמענט אויסגאבע אבער אויף סטערוידס. שוין צייט מ'זאל האבן א וועקער סטייל אויסגאבע אין יידיש דעט פעיס. אן אדווערטייזינג מאדעל אדער א פעיוואל זענן אויך גינסטיגע אפציעס. איך בין מסכים צו ווערן אן עורך פול טיים אויף אנצוהויבן.
אנדערש קען איך שוין זאגן, איך וועל בל"נ נישט תורם זיין מער פון די מינימום אהן באקומען באצאלט. איך האב למשל שוין, ערשט האנטיגע אינפא איבער די ר' אברהם כץ פרשה אבער איים האלדינג בעק ווייל כ'גלייך נישט צו ארבעטן פאר פריה.
אזא מהלך איז נישט שייך

אז די האסט אינפארמאציע וואס די ווילסט נישט שערן כל הכבוד

די פלאטפארמע איז פאר די וואס ווילן יא הערן און שערן אינפארמאציע אפיניאנס און מדע און אויסשמועסן דורכטוען נושאים ווירטואל
 
אבער די אמת איז: מענטשן דארפן שכל האבן נישט צו שרייבן אויף א פובליק פארום אנלעס וואס זיי נעמען ארויס איז מער פונוואס זיי לייגן אריין. דערפאר האלט איך אז אויב קרעמל האט שכל זאל זי זיך שנעל קאנווערטן צו עפעס א מהלך וואס מאכט געלט פאר זי און פאר די שטענדיגע קאנטריביוטערס. עפעס אזא מין מאמענט אויסגאבע אבער אויף סטערוידס. שוין צייט מ'זאל האבן א וועקער סטייל אויסגאבע אין יידיש דעט פעיס. אן אדווערטייזינג מאדעל אדער א פעיוואל זענן אויך גינסטיגע אפציעס. איך בין מסכים צו ווערן אן עורך פול טיים אויף אנצוהויבן.
אנדערש קען איך שוין זאגן, איך וועל בל"נ נישט תורם זיין מער פון די מינימום אהן באקומען באצאלט. איך האב למשל שוין, ערשט האנטיגע אינפא איבער די ר' אברהם כץ פרשה אבער איים האלדינג בעק ווייל כ'גלייך נישט צו ארבעטן פאר פריה.
ס'איז טאקע א גוטע זאך ווען מ'קען ווען אויף א געוויסן וועג צאלן פאר שרייבערס, אבער די גרעסטע טובה פאר די וואס שרייבן דא, און די וואס דרייען זיך דא, איז פשוט צו האבן א 'קרעמל' וואו מ'קען זיך צאמשמועסן מיט נאך קלוגע אידישע חסיד'ישע יונגעלייט, ענינים וואס נישט אייביג קען מען רעדן אין (די עכטע) קאווע שטיבל אדער אין די (עכטע) קרעמל.
דאס איז סיי קורצערע הודעות, און סיי לענגערע באשרייבונגען.
ס'אמת אז אסאך מאל לייגט מען אריין אסאך מער ווי וואס מ'נעמט ארויס, אבער ווען מ'שפירט ווי די פינגערס קיצלען אונטער, און מ'וויל זיך ארויסגעבן, דעמאלטס איז דאס די עיקר הנאה, אלעס אנדערש (ווי לייקס, קאמענטס. און ווער רעדט נאך באצאלונגען), איז שוין הכל ריוח.
 
טאקע? דאס איז טאקע שאקינג! אלץ פארמעקט?
יאפס.
און גראדע איז ער ווייט נישט די איינציגסטע, ס'איז דא נאך עטליכע גרויסע שרייבער (כ'ווייס נישט צו כ'זאל ארויסשרייבן אלע מחמת פרייוויסי) אבער דאס באדערט מיך די מערסטע.
 
ס'איז טאקע א גוטע זאך ווען מ'קען ווען אויף א געוויסן וועג צאלן פאר שרייבערס, אבער די גרעסטע טובה פאר די וואס שרייבן דא, און די וואס דרייען זיך דא, איז פשוט צו האבן א 'קרעמל' וואו מ'קען זיך צאמשמועסן מיט נאך קלוגע אידישע חסיד'ישע יונגעלייט, ענינים וואס נישט אייביג קען מען רעדן אין (די עכטע) קאווע שטיבל אדער אין די (עכטע) קרעמל.
דאס איז סיי קורצערע הודעות, און סיי לענגערע באשרייבונגען.
ס'אמת אז אסאך מאל לייגט מען אריין אסאך מער ווי וואס מ'נעמט ארויס, אבער ווען מ'שפירט ווי די פינגערס קיצלען אונטער, און מ'וויל זיך ארויסגעבן, דעמאלטס איז דאס די עיקר הנאה, אלעס אנדערש (ווי לייקס, קאמענטס. און ווער רעדט נאך באצאלונגען), איז שוין הכל ריוח.
און אז איך בין נישט חסיד׳יש אדער איך פיר מיך נישט אויף אידיש צו איך בין נאך נישט קיין אינגערמאן איז די פלאץ נישט פאר מיר???

(זייטץ נישט קיין סאקמערע בהיימות און ליינטס עס נישט כפשוטו)
 
איך האב געהאט א ניק דארט
איינער ווייסט אויב מען קען באקומען עקסעס צו מאחורי דארט?
 
נישט ממש. ווייל דו ווילסט נישט אז מענטשן זאלן זיך אפהאלטן היינט פון שרייבן דאהי אויס מורא אז די הנהלה וועט טראגן אזא גלייכגילטיגקייט צו זייערע הארעוואניע אין צען-פופצן יאהר ארום.
די שרייבער די קאנטריביוטערס דארפן זיך לערנען א לקח ווי אזוי צו פראטעקטן זייער אייגענע חומר נאך אזא דורכפאל.
 
וואס האסטו פון עס אוועקלייגן?

האסט דאך עס נישט געשריבן אז ס'זאל ליגן ביי דיר אין דרייוו, ווילסט דאך אז מענטשן זאלן האבן עקסעס דערצו, ניין?

אז קרעמל מאכט זיך צו מארגן האסטו גארנישט פון אלע דיינע אוועקגעלייגטע ארטיקלעך, ווילאנג דו האסט נישט קיין פרישע פלאץ עס צו פאוסטן.

א גוטע משל, קטלא קניא האט געשריבן מעכטיגע ארטיקלעך דורכאויס די יארן אויף בלאגס, יעצט שרייבט ער אויף סובסטאק.

אז ס'ליגט אויף קאווע שטיבל אדער קרעמל ווערט עס געלייענט יארן שפעטער, די אלע אנדערע פלעצער ווערט עס פארלוירן,

יעצט מיט די אפשפארונג פון קאווע שטיבל שפירט זיך אזא אומזיכערקייט אז גארנישט איז פארזיכערט.
 
איז שייך צו ליינען דעם מאחורי פארום אין ק"ש?
 
Back
Top