וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

איינער קען מיר אידיש'ן וואס "עראטיקע" מיינט?
 
איינער קען מיר אידיש'ן וואס "עראטיקע" מיינט?
זאכן וועלכע ערוועקן די סעקסואלע געפילן. ווי עס ווערט אנגערופן אין חז"ל "דברי חשק", געווענליך איז עס ווען עס איז אויף א גראפישע און מער רייצנדע פארמאט, נישט ברמיזא
 
אקעי, כ'האב שוין גענוג לאנג געווארט.

די צוויי וואכן איז דאכצעך שוין לאנג פאראיבער.

אויב ביז דאנערשטאג איז קאווע שטיבל נישט גענצליך אפן, שטעל איך ארויף דא די ערשטע ארטיקל פון קאווע שטיבל בעזהשי"ת.
 
אי"ה גייט היינט ארויפגיין די ערשטע ערטיקל פון קאווע שטיבל.

קען איינער מלמד זכות זיין פארוואס ס'איז נאך פארשפארט?

לכתחילה האט די מנהל געגעבן 2 וואכן פאר ניקים צו בעטן ארטיקלען און אויסמעקן זייערע תגובות. ער הטט עס שפעטער פארקורצערט צו איין וואך. (לכאורה נאך די קליינע צאל פארלאנגען)

יעצט זיצט עס סתם פארשפארט. קודם איז געשטאנען אז מען "גרייט עס אן" פאר אן ארכיוו. וואס דארף מען אנגרייטן? דער וואס האט געבעטן צו מעקן האט מען דאך שוין געמעקט, וואס יעצט? וואס נאך דארף ער טון עס "אנצוגרייטן"? וואס גייט ער אלץ אויסמעקן?

פארוואס נישט געבן אן עפן אויף און פארטיג?
 
איך האב זיך פארגעשטעלט אז מיט דעם גייט אויך געשעהן דאס וואס איז געשעהן מיט אלע צייטווייליגע טוישונגען וואס קאווע שטיבל האט געהאט סוף ימיו.

אבער דאך וואלט איך דיר געזאגט צו ווארטן נאך אביסל, אפשר דאך האבן זיי א פלאן עס צו עפענען.

קען זיין אז זיי ווארטן אז דו זאלסט דא איבערשרייבן זאכן פון דארט ווייל זיי ווארטן אויף א תירוץ נישט צו עפענען די ארכיוון.

און אגב איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון דיין סטעיטמענט וואס דו האסט געזאגט אויף קאווע שטיבל אז למעשה זענען זיי די גרעסטע צענזורירער, ווייל זיי פארמעקן די מערסטע אידישע שרייבעריי...
 
אה, מי יגלה עפר עיניך לעיקוואד... פאר דעם האט ער דאך מורא געהאט...
 
איך וועל דא אראפברענגען וואס די קאווע שטיבל הנהלה האט געענטפערט. הגם עס וואלט געווען ריכטיג צו זיך מסבר'ן געהעריג אויפן הויפט בלאט, און נישט סתם לאזן די עולם הענגן, דאך האבן זיי זיך מסביר געווען ווען מען האט זיי אנגעפרעגט.

למעשה האב איך צוגעזאגט ארויפצושטעלן אן ארטיקל, און כדי נישט צו לאזן דער עולם דיסעפוינטעד, גיי איך באלד ארויפשטעלן אן ארטיקל וואס איך האב רשות פונעם שרייבער ארויפצושטעלן.

אט איז זייער תשובה:

עס זענען אריינגעקומען אן ערך פון 50 באזונדערע בקשות צו פארמעקן אלע הודעות. אויף די הצעה און פארלאנג פון כמה חברים האבן מיר מחליט געווען נישט אינגאנצן צו פארמעקן, נאר צו מאכן די הודעות אנאנים. דאס אויסצופירן נעמט פיל צייט, און מיר טוען דאס, און וועלן ממשיך צו זיין עוסק צו זיין דערין ווען מיר האבן די צייט דערפאר.

צו אילוסטרירן ווי לאנג זאכן קענען נעמען פאר וואלונטירן: איינע פון די הויפט סיבות פארוואס "קרעמל" האט זיך געעפענט איז געווען צוליב די טענה אז כאטש די פאבליק קען מיטהאלטן די נושאים און אשכולות אויף קאווע שטיבל, קען דער פאבליק נישט מיטהאלטן די ווייטערדיגע תגובות. קרעמל איז שוין אפן קנאפע 5 חדשים און איז נאך בכלל נישט אפן פאר'ן פאבליק ווייל די סייט איז נאך נישט גרייט. אזוי גייט עס ווען וואלונטירן ארבייטן שלא על מנת לקבל פרס, און מ'קען נאר אריינלייגן די ארבייט ווען מ'האט די צייט און געדולד דערפאר.
 
מיין בעסטע ארטיקל אויף ק''ש איז געווען, די מעשה פון די צוויי אויפגעקלערטע חברים, וכו',
(איך געדענק נישט ווער ס'האט עס געשריבן)
איך האב עס געליינט עטליכע מאל

אויב איינער האט עס, זאל עס מיך ביטע אריינשיקן
ש'כח
 
מיין בעסטע ארטיקל אויף ק''ש איז געווען, די מעשה פון די צוויי אויפגעקלערטע חברים, וכו',
(איך געדענק נישט ווער ס'האט עס געשריבן)
איך האב עס געליינט עטליכע מאל

אויב איינער האט עס, זאל עס מיך ביטע אריינשיקן
ש'כח
דו מיינסט די ארטיקל פון לייבש שרייבער? איך מיין קענסט עס זעהן דא
 
ועדיין לא נושענו
 
Back
Top