וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

יא איך האב דארט אריינגעברענגט א געוואלד חומר. היינט האב איך דאס געוואלט ציטירן מענין לענין. והילד (ארטיקעל) אינינו כי לקח (מחק)אותו המנהל
גא"מ איך האב אויך געשריבן דארט היפש און א שיינע פאר פון מיינע ארטיקלעך זענען פארשווינדן געווארן בין יום ובין לילה פארוואס פינקטלעך ווייס איך נישט. און נישט נאר מיינע נאר אסאך אנדערע ניקים הער איך די זעלבע. די תירץ וואס דער מנהל האט פארקויפט אז ער האט נאר געמעקט אזעלכע ארטיקלעך וועלכע די ארגינעלע שרייבערס האבן עם געבעטן צו פארמעקן איז סתם שקר ווייל נישט איך און נישט אנדערע ניקס וועלכע האבן מיר געזאגט פריוואט וועגן דעם מעקעריי האבן אמאל נאר געגעבן סיי וואספארא רמז כל שהוא זיי צו פארמעקן. צוויי פון מיינע ארטיקלעך למשל וואס כ'האב לעצטענס געזוכט. טראדישן און שמעלקע מיטן שטן און אויך מיר א וואקאצע איז נעלם געווארן מעיני הקהל. למעשה האב איך קאפיס דערפון אבער אויף ק"ש איז עס נישט.

Screenshot_20240818_232549_Samsung Internet.jpgScreenshot_20240818_232624_Samsung Internet.jpg
 
מ'קען זייער גרינג גיין צו אלע אשכולות.
מ'קליקט אויף עני ניק, און מ'קליקט צו זעהן זיינע הודעות, אלעס קומט ארויף

אפשר יעצט גייען זיי שוין יענס אויך בלאקען
 
מ'קען זייער גרינג גיין צו אלע אשכולות.
מ'קליקט אויף עני ניק, און מ'קליקט צו זעהן זיינע הודעות, אלעס קומט ארויף

אפשר יעצט גייען זיי שוין יענס אויך בלאקען
מעק עס שנעל אויס
 
מ'קען זייער גרינג גיין צו אלע אשכולות.
מ'קליקט אויף עני ניק, און מ'קליקט צו זעהן זיינע הודעות, אלעס קומט ארויף

אפשר יעצט גייען זיי שוין יענס אויך בלאקען
איך ציטער דו האסט ארויסגעגעבן דעם סוד ווייל יעצט האט ער עס הארמאטיש פארמאכט
 
מ'קען זייער גרינג גיין צו אלע אשכולות.
מ'קליקט אויף עני ניק, און מ'קליקט צו זעהן זיינע הודעות, אלעס קומט ארויף

אפשר יעצט גייען זיי שוין יענס אויך בלאקען
וואו איז דיין שכל? וואס האסטו געמיינט? יעצט איז אלעס געבלאקט אדאנק דיר!
 
וואו איז דיין שכל? וואס האסטו געמיינט? יעצט איז אלעס געבלאקט אדאנק דיר!
וואס נעמט זיך יעדער נעבעך צו זיינע ביינער? 😨 אנשטאט צו בלעימען דער וואס טוט די שלעכטס בלעימט מען איינעם וואס האט געמיינט נאר גוטס און געוואלט ארויסהעלפן? וואס איז ער דען שולדיג אז ער האט נישט געכאפט ס׳קען דא זיין שפיאנען
 
פון די אנדערע זייט קען איך פארשטיין די utter frustration
ווייל דא מיינען מענטשן ב"ה מ'האט נאך צוויי וואכן צייט צו נעמען קעיר אויב מ'וויל עפעס סעיוון און פלוצלוג disappeared עס-
אוודאי איז די עגמת נפש ריזיג, אזש איך קען עס אפילו נישט אנהייבן באגרייפן 💔
 
אקעי דערווייל קיקט נישט אויס ווי די מנהל כאפט אז מען קען נאך זעהן לאמיר אריינכאפן און פארמעקן דעי גאנצע זאך דא ...

אפדעיט Ouch אוי ווי ער כאפט 😡
 
לעצט רעדאגירט:
וואס איז די גרויסע פראבלעם? ער שרייבט דאך אז אין צוויי וואכן עפענט ער אלע פורומס, אפילו פאר נישט מעמבערס!
 
איך בין נייגעריג וואס דו האסט געטראכט
איך וויל איבערבעהטן די עולם דא, כ'האב באמת נישט געכאפט ווי א האקעלע זאך דאס איז, כ'האב נישט געכאפט אז א גרויס עולם נעמט דער גאנצע סאמעטוכע אזוי פערזענליך. איים סארי.
 
איך פארשטיי נישט די גאנצע פארמעקונג צארעמאניע, פארוואס זאל איינעם ברענען יעצט צו פארמעקן זיינע ארטיקלן-הודעות?
 
אויפהאלטן א וועבזייטל שלעפט אריין אין הוצאות ווי Hosting וכו'

איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס אין 2 יאר ארום זאל נאך קאוועשטיבל זיין לייוו, ער האט נישט קיין שום אינקאם דערפון.

איך פערזענליך האלט אז די זייטל גייט גיין שלאפן אויף אייביג!
 
ס'קאסט נישט קיין עכטע געלטער אויפצוהאלטן, ס'איז ווייניגער ווי הונדערט דאלער א יאר.
 
איך פארשטיי נישט די גאנצע פארמעקונג צארעמאניע, פארוואס זאל איינעם ברענען יעצט צו פארמעקן זיינע ארטיקלן-הודעות?
ווייל ביז היינט האט ער בשום אופן נישט געלאזט קיינער מעקן זייערע אייגענע הודעות נאך דריי טעג. נאר אויף א גאר לימיטעד אופן אין פאל פון גילוי. יעצט האט ער פיינעלי (פאר זיין אייגענע פרישע אגענדע און אינטערעסע) געגעבן אזא פאני מין אפציע פאר יעדער וואס האט געשריבן זוך צו פארמעקן.
 
וואס איז עס יעצט פארלאסן? וואס דארף מען "אנגרייטן"? פאקן עפן עס אויף און פארטיג!

ס'האט זיך כמעט קיינער נישט אנגעריפן צו מעקן סאו מען קען נישט זיין קיין fool מוז מען זען וואס מען גייט 'סייווי' מעקן?

וואט די העל גייט פאר?
 
Back
Top