וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

@שמן למאור וויאזוי האסטו געקאפיעט דיינע ארטיקלען? (אויסער נעמען סקרין-שאַטס ווייס איך נישט פון א בעסערן וועג) ווייל אריינגיין צו יעדע ארטיקל און סעלעקטן+קאפּי & פּעיסט איז א ריזיגע ארבעט
כ׳וואלט מכיר טובה געווען צו הערן אן עצה

איך האב יא אזוי געטון, אריין אין יעדע אשכול און געקאפי פעיסטעד.

ס'נישט אזוי שווער, מען גייט אריין און מען קאפיט די גאנצע זאך. ס'נעמט טאקע צייט, אבער קיין אנדערע ברירה איז נישטא, קוק וואו זאכן האלטן יעצט.

כ'וועל זאגן נאכמער, כ'האב נישט געוואלט רעדן דערפון ווייל כ'ווייס אז וואס מען שרייבט דא ווערט געזען ביי די קאווע שטיבל מנהל, און עס וואלט געקענט טריגערן די מצב ווי מען האלט יעצט. אבער אז מען האלט שוין דא וועל איך זאגן.

די לעצטע פאר טעג האב איך שוין געשמעקט אז מען גייט קומען צו אזא מצב, האב איך געקאפי פעיסטעד וויפיל כ'האב נאר געקענט פון אמאליגע שטארקע אשכולות, לאו דוקא מיינע. כ'וואלט געדארפט טון מער, אבער ס'דאך אזא ריזיגע אוצר אז כ'האב נישט געקענט כאפן אלעס.

און אז קאווע שטיבל גייט זיך נישט צוריק עפענען אכ"פ צום ליינען, דאן וועל איך אי"ה פאוסטן דא קאווע שטיבל ארטיקלען. (איך האב פון מאחורי אויך)

איך האלט נישט אז ס'איז אן עוולה, ובפרט אז קאווע שטיבל איז פארשלאסן לגמרי. די שרייבערס האבן עס געשריבן אויף א פאבליק פלאטפארמע אז כלל ישראל זאל עס קענען זען, און עס געהערט נישט מער פארן מנהל פון קאווע שטיבל מער ווי פאר שמן למאור. כמובן וועל איך צושרייבן אז עס קומט פון קאווע שטיבל און געבן קרעדיט פאר די ניק שרייבער.

דאס פארשפארן קאווע שטיבל אויף צום ליינען איז נאך אזא עוולה נוראה ווי די אזוי געריפענע עוולה פון קאפיען ארטיקלען פון דארטן. אויב עפעס איז עס אסאך א גרעסערע עוולה, ממש הימל און ערד. שרייבערס האבן עס געשריבן אז מען זאל עס דווקא יא ליינען, נישט אז עס זאל פארשלאסן ווערן און אריין אינעם אפגרינד.

איי קאווע שטיבל איז נאר פארשפארט פאר 'צייטווייליג'? יא יא... איינער גלייבט נאך די מנהל? פאר 'טעכנישע סיבות' קען מען אויך מער נישט אננעמען קיין נייע ניקים פאר 'צייטווייליג' און קוק וואו מען האלט. אלע צייטווייליגע זאכן האבן זיך ארויסגעשטעלט צו בלייבן פערמענאנט, ובפרט אז כ'האב געהערט אז קרעמל האלט זיך נישט ביים צושטעלן צום מנהל'ס פארלאנגען.

הגם איך האב געשטימט אז מען זאל יא נאכגעבן זיינע פארלאנגען, איי איגאו? עס איז נאך א רינגעלע אין זיינע געזלייטינג און נארסעסיזום? איך הער די טענה, אבער וואס גייט מיר אן? זאל ער זיך פילן גוט אז ער האט נאך עפעס א קאנטראל אויף קרעמל, נאק יורסעלף אוט וויט איט זאגט מען אין אזא פאל. פיל זיך גוט מיט דעם, אבער למעשה וועט מען האבן די אלע אוצרות צו ליינען.

כ'האף אז מיט די תגובה שטיפ איך נישט אז עס זאל פאסירן, אבער כפי הנראה לי האלט מען שוין דארטן און ס'איז א שאד צו טאנצן ארום דעם בוש.

נאך א שטיק צייט אויב קאווע שטיבל עפענט זיך נישט אויף, גייט דא אנפאנגען ארויפצוגיין קאווע שטיבל ארטיקלען תמידים כסדרן אי"ה. און מנהל טייערע, וועסט פארגעסן ווערן פונעם האריזאנט צוזאמען מיט דיין הערליכן אוצר. אריין אין קבר צוזאמען מיט די גאנצע געלט, מורא'דיג! פון דיין אלע יארן שווערע, הייליגע - יצא שכרו בהפסידו'דיגע- ארבעט, וועט גארנישט פארבלייבן. אריין אין היסטאריע אלס דער 'גרעסטע' מעקער פון אינהאלטסרייכע הויעכע קאליבער אידישע ווירטואלע לייען מאטריאל זייט ששת ימי בראשית! עס לייגט אין שאטן די ארבעט פון פירן די סייט די פאר יאר.

וואט א שעים פון א לעגעסי!
 
לעצט רעדאגירט:
וואס פעלט אויס צו בוזשעווען מיט צארן און קללות און סטראשערייען די מנהל האט אויסגענומען דאס אפען האלטן די סייט מיט א פארשטענדליכע לעגיטימע בקשה. איז דא א סיבה עס נישט נאכגעבן? איז ער נישט טראסטבאר צו וואס?

עס איז פשוט אשאד עס זאל זיך פארמאכן
 
סאיז דא א אפשען פון דאנלוידן וואס איז א פיצעלע גרינגער
 
וואס פעלט אויס צו בוזשעווען מיט צארן און קללות און סטראשערייען די מנהל האט אויסגענומען דאס אפען האלטן די סייט מיט א פארשטענדליכע לעגיטימע בקשה. איז דא א סיבה עס נישט נאכגעבן? איז ער נישט טראסטבאר צו וואס?

עס איז פשוט אשאד עס זאל זיך פארמאכן
די בקשה איז נישט לעגיטים.
ס'זענען דא עטליכע פארשטענדליכע סיבות פארוואס קרעמל זאל זיך נישט צוטוהן מאכן.
און ניין דער מנהל דארט איז שוין מוחזק שקרן. און זיין ווארט טראגט נישט קיין שום האַפט.
 
ער שרייבט דאך קלאר אז דער מנהל איז נישט טראסטבאר.
פרעגן איך דיר, איז ער דען יא?
 
לויט מיין אבזערוואציע ליידט די איצטגער מנהל פון ערנסטע מאַנגל פון געזעלשאַפט סקילס אין דאס איז סיבה פארוואס ק"ש איז געגאנגן אראפציר ביז יעצט אנשטאט ער זאל זאגן וואס ער וויל אין פארוואס ער איז נישט צפרידן האט ער געטון כל מיני שריט אז די ניקים זאלן אליינס כאפן וואס קוועטשט אים אנגעהויבן מיט די שווערע רעגלאציעס אויף מאחורי דערנאך מיט'ן פארמאכן פאר נישט איינגעשריבנע באניצער ביז צום אויסשפארן די "שריפטשטעלער'ס" אין צומאכן פאר א וואך צלוב וואקאציע.
 
לעצט רעדאגירט:
די בקשה איז נישט לעגיטים.
ס'זענען דא עטליכע פארשטענדליכע סיבות פארוואס קרעמל זאל זיך נישט צוטוהן מאכן.
און ניין דער מנהל דארט איז שוין מוחזק שקרן. און זיין ווארט טראגט נישט קיין שום האַפט.
דעיס איז זיכער אז פאר ער וויל אז איינער זאל זיך רעכנען מיט זיין בקשה זאל ער זיך רעכענען מיט אינזער בקשה.
 
לעצט רעדאגירט:
איך פארשטיי נישט: איז נישט דא כאטש איינער אין אונזער מחנה וועלכער פארשטייט וויאזוי צו מאכן מידיעישן צווישן איינעם וואס האט געארבעט שווער אבער פארלוירן טראָסט ביי א טייל פונ׳ם עולם, און די שרייבער וואס זענען פול מיט שברון לב? עס מוז זיין כאטש איינער וואס קען אזא זאך אויסגראדן
 
איך ווייס נישט ווער איז גערעכט און ווער נישט.
אויב מען בעט צו שטימען, וועל איך אז מ'זאל נאכגעבן די בקשה פון קאווע שטיבל, זיך אונטערצונעמען וואס זיי בעטן.
והרחמן שהעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.
 
עדכון אחרון
 
בייגעלייגטע פיילס

  • F6BC8C0B-D873-49D6-8786-FEC3F0BBDC81.jpeg
    F6BC8C0B-D873-49D6-8786-FEC3F0BBDC81.jpeg
    318.4 KB · געזען: 49
@שמן למאור איך פארשטיי לגמרי נישט דיין אויסברוך, די מנהל שרייבט אז ער שיקט גירן די ארטיקלען פאר די ארגינאלע שרייבער'ס און אויב זיי ווילען קענען זיין עס פאויסטען דא ביי אונז, דאס אז א שרייבער האט געשריבן אין קאווע שטיבל מיינט נישט אז ער איז מסכים צו לייגן זיינע ארטיקלען אויף אנדערע פלאטפורמע'ס, איך קען זעהן דיין צד אויך אבער עכ''פ איך פארשטיי די מנהל'ס צד.

אגב: איך בין א מעמבער אין קאווע שטיבל זייט 2013 איבער 11 יאר
 
איך פארשטיי @שמן למאור זייער גוט
גערעכט טאקע אז אין פרינציפעל איז בעסער צו גיין בדרכי נועם און מיטארבעטען מיט יענעם, @שמן האט געשריבען אז ער איז אויך מסכים צו די מהלך און האט טאקע געשטימט אויף דעם, אבער דא רעדט מען פון א שקרן און א שלעכטער וואס האלט אין איין טוישן זיין מיינד, איז פארוואס זאל איינער איהם טראסטען ?!
 
נאך א פוינט איז א גרויסע חלק פון די גוטע שרייבער זענען שוין לאנג אויסגעשפארט איז פון ווי זאלן זיי וויסן אז זיי קענען בעטען פאר זייערע ווערק
 
איינער דא דארף א געוויסע ארטיקל פון ק״ש, אז די עולם רעדט זיך אזוי אפּ?
 
לאו דווקא א ספעציפישע ארטיקל

מרעדט פון אן אבנארמאלע מאגר פון אידישע ליטעראטור/וויסענשאפט/פאעזיע/עמקות המחשבה/ וכו וכו
און יעדע תחום וואס דו קענסט נאר טראכטן

חבל על דאבדין
 
@שמן למאור איך פארשטיי לגמרי נישט דיין אויסברוך, די מנהל שרייבט אז ער שיקט גירן די ארטיקלען פאר די ארגינאלע שרייבער'ס און אויב זיי ווילען קענען זיין עס פאויסטען דא ביי אונז, דאס אז א שרייבער האט געשריבן אין קאווע שטיבל מיינט נישט אז ער איז מסכים צו לייגן זיינע ארטיקלען אויף אנדערע פלאטפורמע'ס, איך קען זעהן דיין צד אויך אבער עכ''פ איך פארשטיי די מנהל'ס צד.

אגב: איך בין א מעמבער אין קאווע שטיבל זייט 2013 איבער 11 יאר

מען רעדט נישט נאר פון די וואס זענען נאך אקטיוו און ריספענסיוו, די קענען דאך זאגן וואס זיי ווילן און קענען אויך זאגן אז מען זאל אראפנעמען זאכן פון קרעמל אויב זיי ווילן און איך גלייב אז קרעמל וועט נישט ארויפלאזן עפעס וואס די כותב לאזט נישט דא זיין. מען רעדט בעיקר פון אשכולות פון אומאקטיווע ניקים, זיי זענען שוין נישטא צו זאגן א דעה. ס'איז מער מסתבר אז אזא איינער זאל וועלן זיינע זאכן זאלן זיין ליינבאר - אפילו אויף אנדערע פלאטפארמעס, ווי איידער פארשלאסן אינגאנצן.

די יעצטיגע מהלך פון געבן צוויי וואכן פאר חברה צו הערן די נייעס, און פארלאנגען צו מעקן וכדומה הערט זיך ריזענעבל. נאר דאס אז שפעטער וועט מען נאר עפענען "געוויסע" אשכולות, דאס איז עפעס א ווילד מאדנע זאך וואס איז ניטאמאל די מנהל איינגעפאלן, נאר עפעס א "מיטגליד". פארוואס נישט אלעס עפענען נארמאל?
 
איך האב יא אזוי געטון, אריין אין יעדע אשכול און געקאפי פעיסטעד.

ס'נישט אזוי שווער, מען גייט אריין און מען קאפיט די גאנצע זאך. ס'נעמט טאקע צייט, אבער קיין אנדערע ברירה איז נישטא, קוק וואו זאכן האלטן יעצט.

כ'וועל זאגן נאכמער, כ'האב נישט געוואלט רעדן דערפון ווייל כ'ווייס אז וואס מען שרייבט דא ווערט געזען ביי די קאווע שטיבל מנהל, און עס וואלט געקענט טריגערן די מצב ווי מען האלט יעצט. אבער אז מען האלט שוין דא וועל איך זאגן.

די לעצטע פאר טעג האב איך שוין געשמעקט אז מען גייט קומען צו אזא מצב, האב איך געקאפי פעיסטעד וויפיל כ'האב נאר געקענט פון אמאליגע שטארקע אשכולות, לאו דוקא מיינע. כ'וואלט געדארפט טון מער, אבער ס'דאך אזא ריזיגע אוצר אז כ'האב נישט געקענט כאפן אלעס.

און אז קאווע שטיבל גייט זיך נישט צוריק עפענען אכ"פ צום ליינען, דאן וועל איך אי"ה פאוסטן דא קאווע שטיבל ארטיקלען. (איך האב פון מאחורי אויך)

איך האלט נישט אז ס'איז אן עוולה, ובפרט אז קאווע שטיבל איז פארשלאסן לגמרי. די שרייבערס האבן עס געשריבן אויף א פאבליק פלאטפארמע אז כלל ישראל זאל עס קענען זען, און עס געהערט נישט מער פארן מנהל פון קאווע שטיבל מער ווי פאר שמן למאור. כמובן וועל איך צושרייבן אז עס קומט פון קאווע שטיבל און געבן קרעדיט פאר די ניק שרייבער.

דאס פארשפארן קאווע שטיבל אויף צום ליינען איז נאך אזא עוולה נוראה ווי די אזוי געריפענע עוולה פון קאפיען ארטיקלען פון דארטן. אויב עפעס איז עס אסאך א גרעסערע עוולה, ממש הימל און ערד. שרייבערס האבן עס געשריבן אז מען זאל עס דווקא יא ליינען, נישט אז עס זאל פארשלאסן ווערן און אריין אינעם אפגרינד.

איי קאווע שטיבל איז נאר פארשפארט פאר 'צייטווייליג'? יא יא... איינער גלייבט נאך די מנהל? פאר 'טעכנישע סיבות' קען מען אויך מער נישט אננעמען קיין נייע ניקים פאר 'צייטווייליג' און קוק וואו מען האלט. אלע צייטווייליגע זאכן האבן זיך ארויסגעשטעלט צו בלייבן פערמענאנט, ובפרט אז כ'האב געהערט אז קרעמל האלט זיך נישט ביים צושטעלן צום מנהל'ס פארלאנגען.

הגם איך האב געשטימט אז מען זאל יא נאכגעבן זיינע פארלאנגען, איי איגאו? עס איז נאך א רינגעלע אין זיינע געזלייטינג און נארסעסיזום? איך הער די טענה, אבער וואס גייט מיר אן? זאל ער זיך פילן גוט אז ער האט נאך עפעס א קאנטראל אויף קרעמל, נאק יורסעלף אוט וויט איט זאגט מען אין אזא פאל. פיל זיך גוט מיט דעם, אבער למעשה וועט מען האבן די אלע אוצרות צו ליינען.

כ'האף אז מיט די תגובה שטיפ איך נישט אז עס זאל פאסירן, אבער כפי הנראה לי האלט מען שוין דארטן און ס'איז א שאד צו טאנצן ארום דעם בוש.

נאך א שטיק צייט אויב קאווע שטיבל עפענט זיך נישט אויף, גייט דא אנפאנגען ארויפצוגיין קאווע שטיבל ארטיקלען תמידים כסדרן אי"ה. און מנהל טייערע, וועסט פארגעסן ווערן פונעם האריזאנט צוזאמען מיט דיין הערליכן אוצר. אריין אין קבר צוזאמען מיט די גאנצע געלט, מורא'דיג! פון דיין אלע יארן שווערע, הייליגע - יצא שכרו בהפסידו'דיגע- ארבעט, וועט גארנישט פארבלייבן. אריין אין היסטאריע אלס דער 'גרעסטע' מעקער פון אינהאלטסרייכע הויעכע קאליבער אידישע ווירטואלע לייען מאטריאל זייט ששת ימי בראשית! עס לייגט אין שאטן די ארבעט פון פירן די סייט די פאר יאר.

וואט א שעים פון א לעגעסי!

איך טו תשובה אויף די תגובה.

ס'איז געשריבן געווארן מתוך ריגזא יתירה, נאכן זען אז קאווע שטיבל שפארט זיך אפילו פארן ליינען, און ס'האט שטארק אויסגעזען אז די מנהלים וועלן עס קיינמאל נישט געהעריג צוריק עפענען.

למעשה זענען די פירערס אריינגעקומען מיט א שכל'דיגע מהלך פון שפארן נאר פאר צוויי וואכן כדי צו געבן צייט פאר ווער עס וויל מעקן די אייגענע תגובות. און זיי פארפליכטן זיך אז דערנאך וועלן זיי עס צוריק עפענען געהעריג מיט אלע פארומס.

אי משום הא איז מיין ארגינעלע תגובה נישט אין פלאץ. וויאזוי מעק איך עס אויס? ס'שוין נישט בידי צו מעקן. קען מען אריינגעבן א ריקוועסט פאר די באהערדע דא צו מעקן די תגובה?
 
איינער דא דארף א געוויסע ארטיקל פון ק״ש, אז די עולם רעדט זיך אזוי אפּ?
יא איך האב דארט אריינגעברענגט א געוואלד חומר. היינט האב איך דאס געוואלט ציטירן מענין לענין. והילד (ארטיקעל) אינינו כי לקח (מחק)אותו המנהל
 
Back
Top