פארוואס זאג איך עס, ווייל איך האלט אינאיין אריינבאמפן אין געוויסע לאנגע תגובות, וואס האבן ווערטער וואס עקזיסטירט אפילו נישט, און איך מוטשע מיך צו פארשטיין וואס יענער ברענגט צום טיש, מ'האלט אינמיטן א שמועס אדער א טענהריי, און די עי איי קומט געבן א גאנצע סך הכול פון די נושא, און קיינער ווייסט נישט צו ער קומט ברענגען א ראיה צו א צד, אדער ער וויל אפפרעגן.
אזוי ווי איינער קומט דיר עפעס זאגן ביי א חתונה ווען די מוזיק באמבערט און דו שמייכלסט צוריק און מ'שאקלט יא, אפילו מ'ווייסט נישט צו יענער זאגט עפעס אדער ער פרעגט, אזוי איז מען די מערסטע סעיף...
איך האב מיך נישט געוואלט אויפרעגן אבער איך באמפ צופיל אריין דערין, און ס'פארגייט מיר די אפעטיט.
סארי פאר ווער ס'גייט באטראפן ווערן, איך פיל אז ס'מוז געזאגט ווערן.