- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 246
- רעאקציע ראטע
- 1,972
- פונקטן
- 223
שוין א לאנגע צייט וואס די שיעורים פון ר׳ @יצחק לאווי ליגט אויף מיין צו-אויסהערן ליסטע, אבער ווייסטעך, מען איז פארשמייעט מיט דאס און יענץ, דא דארף מען ברענגען פרנסה, דא דארף מען דעקן די טוויטער פיד, און אז מען עפענט שוין יא אמאל אויף יוטיוב ריקן זיי אריין אלע-ערליי נארישע שארטס מכל צרוע וכל זב, און אזוי פארט אריבער איין שעה און נאך שעה, א טאג, א וואך, א חודש, און דאס לעבן גייט פארביי מיט נארישקייטן…
נאר לעצטענס האב איך זיך א נעם געטון אין די האנט אריין און מיט אנ׳ערליכטקייט אנגעהויבן נאכצופאלגן די שיעורים תמידין כסדרן, און וואס זאל איך ענק זאגן? טעמו וראו כי טוב, אזוינע געשמאקע טיפזיניגע שיעורים אין אלע חלקי התורה, ספעציעל די אידישע שיעורים וואס קומען פאר אין די בארא פארקער שול מיט די אנדערע בני החבורה, עס שפירט זיך אזוי אינטים, ממש ווי מען איז דארט אין דעם קליינעם שול׳כל אין עס ווילט זיך מיטשמועסן און אריינווארפען א ווארט, א קשיא, א צושטימונג. אזוי ארום איז יוטיוב מיר געווארן אן עונג רוחני, א טול פאר לימוד התורה, בשבתך בביתך ובלכתך בדרך, אנשטאט שפירן ווי א שטיק דרעק נאכן אנברענגען די צייט מיט גארנישט איז די מח אנגעפילט מיט אזויפיל ערענסטע חומר למחשבה.
צו וואס וויל איך דא צוקומען? איז יא, איך זע אז ר׳ @יצחק לאווי מאכט יעצט א קאמפיין פאר די שול, און איך האב געשפירט אז עס איז נישט מער פון יושר אז מיר אלע וואס האבן אזויפיל הנאה געהאט פון זיין געוואלדיגע אור דורכאויס די יארן זאלן אריינווארפן א נדבה, יעדער איינער כפי יכולתו וכפי נדבת לבו, דאס איז א זעלטענע צוועק פון החזקת התורה וחכמה וואס איז נישטא זיינס גלייכן אין די היימישע וועלט.
איז ציוואס רעדן אזוי לאנג? אט האט עטץ די לינק:
https://thechesedfund.com/orhasechelinc/shvuos85
ווארפטס אריין וואס עטץ קענטס און טיילט מיט די לינק מיט קרובים און פריינט. אלע נדבות ווערן געמעטשט, $36 איז $72, און $18 אלפים איז $36 אלפים, אלזא יעדע דאלער ציילט.

לעצט רעדאגירט: