וועלכע רב ?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
וועלכע רב ?
און ער פרובירט אויך פארדרייען זיין שטימע, רעדן מיט זיין ארגינאלע א"י'דיגע אקצענט, מען זאל נישט דערקענען תיכף ווער עס רעדטפאר דער וואס כאפט נישט: ער הייסט נישט האראוויץ אין ער ער האט גארנישט מיט האראוויץ...
ער האט סתם ליצנות געמאכט ווייל ער האט מורא געהאט אז ווען מען וועט הערן זיין נאמען וועט מען אראפהאקן די טעלעפוין.
עיין פרק דרך המסורהדי קונטרס זכו שכינה שרויה פון הרה"ג ר' משה עבער שליט"א
זכו שכינה שרויה - פנימי לרבנים ומדריכים.pdf
א רחמנות אויף זייער ווייבער.......דאס איז געווען די גאנצע מלחמה וואס די קנאים האבן געפירט קעגן אים
די מיינסט טאקע... וועלקאם טא דע קלאב
בקיצור, אסאך גדולים האבן געפינגערט.
די גמרא זאגט בפירוש (שבת קמ: ) אז רבי חסדא האט געלערנט זיינע טעכטער ווי אזוי זיי זאלן קאנפארמען צו די געשלעכטליכע באציאונגען מיט זייערע מענער. און זיי האבן געהאט זייער חשוב'ע מענער, רמי בר חמא און רבא, אבער לא עלתה על דעתו אז עס איז דא א ענין פון פרישות דערין. אזוי איז פשוט, ווי רש"י איז מפרש די גמרא "נקיט מרגניתא בחדא ידיה וכורא בחדא ידיה". וואס איז דען אפילו די שאלה?זייער טענה איז טאקע אט דאס, אז רעדן פנים אל פנים פריוואט איז ערלויבט, אבער נישט אין פובליק, און אוודאי נישט שרייבן.
אשתגע דרא...
לאו דווקא. רוב סאטמאר האט זיך שוין אפגעלאזט פון די נארישקייטן, זיי נויטיגן זיך אין א געזונטע שלום בית גארנישט ווייניגער ווי די בעלזע...דער שורש פון דער גאנצער מהומה איז בלויז א פאר סאטמאר קליינקעפיגע, מן הסתם פון די "גרויס סאטמאר" קאמפאני, וואס זיי דאכט זיך נאך כאילו זיי פיהרן כלל ישראל, און וויבאלד "זכו" קומט פון בעלז, דארף מען טרעפן עפעס א וועג עס אפצורוימען. איז דאך היינו טעמא דזכו, היינו טעמא דעירוב, היינו טעמא דתפילין. ודו"ק.
טייל ביטע מיט אביסל מער.
לך וזכה במקחך