דוד שריפטליך
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 18, 2024
- מעסעדזשעס
- 310
- רעאקציע ראטע
- 532
- פונקטן
- 123
wHat is the number from zuchee
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
א שאד איך האב נישט געסעיווד די נאמבער, איך האב איינמאל געקאלט צו הערן וואס זיי זאגן ווייל מהאט זיי גע׳אסרט (א בחינה ווי wet paint), די ערשטע זאך טוהן זיי פרעגן אפאר שאלות צו מאכן זיכער ביסט א יונגערמאן און מ׳דארף דריקן די ריכטיגע נאמבער צו קענען הערן ווייטער, ווי למשל, דריק די נאמבער וויפיל טעג דארף מען ציילן ריינע טעג… און אזוי ווייטער. און זיי האט מען גע׳אסר׳ט
איך זיך נישט צי דיפענדן דא די רבנים, אבער איך האב שוין געכאפט פארוואס זיי זענען נאך נישט ארויס קעגן איר, ווייל זי פארקויפט דיר נישט הלכה, זי געבט דיר עדווייס בעיסט אויף דיין הלכה באונדריס, משא"כ זכו.ווי אזוי האט יענער געזאגט, (איך מיין ס׳איז געווען @איש מבקש ), אויב איינער האט א פראבלעם בעניני אישות דארף מען גיין צו פעגי גרינפעלד, זי איז די איינציגסטע וואס טוט אין דעם און די רבנים האבן נאך נישט ארויסגעקומען אקעגן איר.
פאר אלע וואס האבן געדארפט דא זכו בחינם, @מן הסתם אפשר?די נאמבער פון זכו איז 845-209-1818
און ער האט דעי וואל מודיע געווען, אז איינע פון די צוהערער זענען אזוי נתפעל געווארן, ווי אויך געוואלט ארויסווייזן זיין הכרת הטוב, אויף וואס ער האלט זיך אזוי שטארק אפילו מען לייגט אזויפיל דרוק אנטקעגן איהם, האט ער איהם געשיקט א גרויסע סכום געלט, אבער אזוי ווי ער וויל נישט נעמען קיין מתנות, האט ער עס געוואלט צוריקשיקן, און זיי זענען זיך דורכגעקומען אז ער וועט נוצן די סכום צו געבן די געלעגנהייט פאר רבנים אדער מדריכי חתנים, וואס ווילן אויסהערן זיינע שיעורים זאלן דאס קענען הערן בחנם,
איז אויב איר ווייסט פון א רב אדער דיין, וואס איר וואלט געוואלט יענער זאל דאס הערן, קענט איר דאס מודיע זיין
אלעס פארשטיי איך... נאר וואס האט דאס מיט בען שפירא?נאכן ליינן אביסל די קונטרסים, זעט זיך אויס ווי ווייט דער 'בען שפירא' סינדראם איז פארשפרייט.
מענטשן מיינן אז ארגאזם איז 'ריבוי תאווה', און מאכן ליצנות פון דעם אז מ'זאגט אז אמאל האט מען עס געהאט און היינט שוין נישט. עס זעט זיך אויס אז די חברה האבן געלעבט א לאנגע לעבן, געבוירן צוואנציג קינדער, און זייער ווייבער זענן אייביג געלעגן ווי א קלאטץ פאר זיי. נעביך אויף זיי און נעביך אויף זייער ווייבער. מ'קען שוין אנהויבן פארשטייען די פנים פון גאנץ יהדות החרדית עפ"י דער גילוי.
די ענין פון די פרוי'ס הנאה איז נישט געווען ברייט באקאנט אין די אלגעמיינע גאס ביז אזא 50 60 יאר צוריקנאכן ליינן אביסל די קונטרסים, זעט זיך אויס ווי ווייט דער 'בען שפירא' סינדראם איז פארשפרייט.
מענטשן מיינן אז ארגאזם איז 'ריבוי תאווה', און מאכן ליצנות פון דעם אז מ'זאגט אז אמאל האט מען עס געהאט און היינט שוין נישט. עס זעט זיך אויס אז די חברה האבן געלעבט א לאנגע לעבן, געבוירן צוואנציג קינדער, און זייער ווייבער זענן אייביג געלעגן ווי א קלאטץ פאר זיי. נעביך אויף זיי און נעביך אויף זייער ווייבער. מ'קען שוין אנהויבן פארשטייען די פנים פון גאנץ יהדות החרדית עפ"י דער גילוי.
סקולס זענן א נייע ערשיינונג אין דער וועלט. אין 1500 האט מען אליינס געטראפן די וויכטיגע פונקטן.אין סקול רייסט מען אויס די גאנצע פעמעניניטי פון די מיידלעך, בדרך הטבע וואלטן זיי אלע עס אויסגעפיגערט ווען נישט מען מאכט זיי קאליע, מילא מוז מען זיי פיקסען נאכן חתונה.
דער באר משה איז געווען א זיסע תמימות'דיגע אידל,דער איד רבי משה שטערן, בעל באר משה, איז געווען א ירא שמים און אן אויסערגעוויינליכער בקי אין די שו"ת פון חתם סופר. ער איז אויך געווען אזא תמים אז מען האט אים געקענט אלעס פרעגן און ער האט געענטפערט.
ביי די מיני שאלות פון אינטימע ענינים, האט ער פארשטאנען אז עס פאסט אנצושטעלן א פנים - אז "פלצות אחזתני", אדער "נבהלתי ונשתוממתי", "לא האמנתי אם לא שמעתי" וכדומה - און ער האט געמיינט אז מען גלייבט אים אז ער האט נישט געהערט. איז ער דען געבוירן אויף דער לבנה? די אלע שאלות זענען נארמאלע שאלות וואס אידן, יונגע נאך די חתונה, זענען פארנומען דערמיט. מען האט אלעמאל גערעדט דערפון, נאר עס איז געווען מפה אל פה.
דער באר משה האט אלעס געשריבן, איז דארט טאקע דא א שלל פון ידיעות אין די ענינים, מאיר עיני חכמים.
ווענדט זיך וויפיהל מען איז מחדשעס איז זייער אינטערסאנט,
איך זעה אז עס איז דא נאך וואס אדווערטייזען אז מען קען הערן קדושת הבית שיעורים אויפ'ן ליין,
זיי לייגן נישט ארויס קיין נעמען פון רבנים, וואס שטיצן זיי, אדער רבנים וואס גייען אדורך זייערע שיעורים צו זעהן אויב עס איז אויסגעהאלטן, אבער אין פוצה פה ומצפצף,
אפילו נאך אלע טענות, אז עס באלאנגט נישט אויפ'ן ליין, וכדו' וועט קיינער נישט האבן קיין פראבלעם, קיינער האלט נישט קיין דרשות, נאר אויב איין טומלער איז מחליט זיך צו נעמען אויף איינעמ'ס ביינער, דעמאלטס מוז יעדער מיטשפרינגען, און אויב נישט אך און וויי!
אינטערסאנט צו הערן ווער
איך וואלט נישט געוואלט שרייבן נעמען, ווען איך האב נישט אליינס געהערט וואס זיי זאגן,