ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

דאס איז פין אביסל ווייטער

ווען די גייסט אויף די גאס און די זעסט איינעם מיט לאנגע פאות ביז צו די קניען צו מיט ווייסע זאקן צו מיט שווארצע זאגן, און צו מיט א ספאדיק צו מיט א שטריימל, און די זעסט אז ער טראגט, זאלסטו זיך נישט אפשרעקן... די שרייסט אויף א פראסטן יונגאטש! זאל זיך דיר דאכטן אז די שרייסט אויף א "מילך קעסטל"!! זאל זיך דיר דאכטן אז די שרייסט אויף א "צוויי פיסיגן בהמה"!! און די שרייסט גיי דיר פון דא, שבת קודש,
ווא זעהסטו ער רעדט פון פרויען?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז נישט די זעלבע ווי קאפיען א סידי,
אבער אין כאן המקום להאריך
 
עס איז נישט די זעלבע ווי קאפיען א סידי,
אבער אין כאן המקום להאריך
אדרבה, שמועס אויס דער חילוק, אויב האט נישט א פראדוצירער פון א סידי א כח צו אסר'ן צו קאפיען, וואס מאכט דעם שיעור זאגער שטארקער אז ער קען יא אסר'ן? לכאורה זענען זיי די זעלבע בעלי זכויות,

בדרך כלל איז אנגענומען אז פאר אייגן געברויך מעג מען קאפיען, אבער אויף צו פארקויפן נישט, ווייל אויף די פראדאקשען און דיסטריביושען האט דער אריגינאל בעה"ב די בעלות, אויב מען קאפיעט און מען דיסטריביוט אפילו בחינם, איז מען דאך גורם א הפסד, איז עס בכלל מזיק שעבודו של חבירו.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איינער וואס געט ארויס אן אלבום איז עס פאר פּי.אר., ער פלאנט נישט עכט צו מאכן געלט דערפון, משא"כ דא איז די רעקארדירונג'ס זיין פרנסה,
ועוד, אהערברענגען די שיעורים מיינט אז זכו פארלירט און די רעבנים זענען די געווינערס.
 
היות דו רעכנסט אים אויס די ערשטע, איז אינטערעסאנט צו פארצייכענען וואס כ'האב געהערט, אז שלא כצורתו וואס גיט א זויערן רושם כלפי חוץ, איז הרב פילאפף בכלל נישט די ערשטע צו לויפן אונטערשרייבן אזא קול קורא (כמדומה אז ביי בילגריי האט ער טאקע נישט גע'חתמ'ט), די מערסטע ביטער איז ר' שלמה לייב וויינבערגער, (כך שמעתי יעצט, און ס'זעלביגע האט די גאס געשמועסט ביי שירים ושיעורים סומאטוכע)
איך האב געהערט אז די "עסקנים" האבן געוואלט מ'זאל ארויסשרייבן אויפן קו"ק קלאר די נאמען 'זכו', אבער ר' ז'ל פילאפ האט געזאגט אז ער האט נישט געהערט די אנדערע זייט ממילא קען ער נישט ארויסקומען קעגן א מענטש, נאר בכלליות אז אזעלכע שיעורים איז נישט געמאכט צו געבן אויפן טעלפוין.
 
איינער וואס געט ארויס אן אלבום איז עס פאר פּי אר, ער פלאנט נישט עכט צומאכן געלט דערפון, משא"כ דא איז די רעקארדירונג'ס זיין פרנסה, ועוד אהער ברענגן די שיעורים מיינט אז זכו פארלירט און די רעבנים זענען די געווינערס.
דו רעדסט געפיליש און סברא'דיג, איך רעד הלכה'דיג.
הלכה'דיג איז נישט קיין שום נפקא־מינה.

איינער מיט'ן ריקארדינג?
פרייוועט איז אויך גוט.
 
אויבן אויף איז נישט דא קיין איסור צי קאפיען סידיס, אבער למעשה איז דאס נבל ברשות התורה למהדרין.
 
אויב האט ער נישט געהערט די אנדערע זייט פארוואס זאגט ער בכלל א דעה?
כ'קען הערן אז א רב האלט אז אזאלכע ענינים דארף ווערן געזאגט דווקא גאר פריוואט וכו' וכו' וכו'
אויף דעם דארף מען לאו דוקא הערן א צווייטע צד
אבער ווען מ'רייסט איינעם אראפ פערזענליך דאס פאדערט שוין יא א שמוע בין אחיכם פראצעדור.
אגב, שמעתי אז דער וואס האט שטארק געשטופט אז ס'זאל זיין שארף, און אז מ'זאל ארויסשרייבן זכו איז געווען חיים הערש בן מהרי"י (וואס איז ניטאמאל אליינס אונטערגעשריבן), אויב ס'אמת גיט דאס א שטיקל אריינבליק וואס מ'קען ערווארטן אין זיין עפאכע (אין זיין פראקציע 😉).
 
אויווען אויף איז נישט דא קיין איסור צי קאפיען סידיס, אבער למעשה איז דאס נבל ברשות התורה למהדרין.
נבל ברשות התורה... דו רעדסט שוין באלד ווי די רבנים האוסרים אויף די זכו שיעורים.
 
עס איז נישט די זעלבע ווי קאפיען א סידי,
אבער אין כאן המקום להאריך
איין ריזיגע חילוק איז די שרעקליכע היץ ארום די שיעורים וואס קיין איין סידי האט נישט. כ'שעם מיך אז מענטשן האבן די מאס רש**ת צו בעטן די שיעורים פון א מענטש וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אונטער הייס פייער פאר דעם. און דאס אלעס צו שפארן 200?!? מאדנע - אויב נישט גרויזאם. סאררי פאר מיין אויסברוך.
 
סא די האלטסט אז דער וואס קאפיעט א סידי איז א נערמאלער מענטש. לאז אפ די רבנים. זאג די וואלטסט געגאנוועט איינעמס קאר? אבער די רבנים לאזן נישט גנבינען, סאו יעצט א מוז איך גנבנן.

#טראמע
 
איין ריזיגע חילוק איז די שרעקליכע היץ ארום די שיעורים וואס קיין איין סידי האט נישט. כ'שעם מיך אז מענטשן האבן די מאס רש**ת צו בעטן די שיעורים פון א מענטש וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אונטער הייס פייער פאר דעם. און דאס אלעס צו שפארן 200?!? מאדנע - אויב נישט גרויזאם. סאררי פאר מיין אויסברוך.
די וועלט איז פיל מיט סעלפיש פריקס

מען פארפעלט די נקודה
די שיעורים זענען נישט געמאכט פארן פאבליק. נישט וועגן גניבה אדג. נאר וועגן די מהות פון די שיעור.
ער וויל נישט עס זאל ווערן געהערט נאר אויף דעם פארמאט. פריוואט.

קיין פארגלייך צו א סידי פון מוזיק אדג.

ועוד ער לייגט זיין האלז צום שווערד זיינע ביצים צום פייער לטובת הציבור. דאס פארשפרייטן איז פארראט און א געפערליכע עוולה.
 
די וועלט איז פיל מיט סעלפיש פריקס

מען פארפעלט די נקודה
די שיעורים זענען נישט געמאכט פארן פאבליק. נישט וועגן גניבה אדג. נאר וועגן די מהות פון די שיעור.
ער וויל נישט עס זאל ווערן געהערט נאר אויף דעם פארמאט. פריוואט.

קיין פארגלייך צו א סידי פון מוזיק אדג.

ועוד ער לייגט זיין האלז צום שווערד זיינע ביצים צום פייער לטובת הציבור. דאס פארשפרייטן איז פארראט און א געפערליכע עוולה.
עס איז דא גאנצער אשכול מיט לינקס צו פלעיס און ווידיאוס וואס די פראדוצירער האבן אויסגעלייגט ימ’ן געלט דערויף. פארוואס איז דאס מענטשליך? פארוואס שעלט מען די באריכטער?
 
עס איז דא גאנצער אשכול מיט לינקס צו פלעיס און ווידיאוס וואס די פראדוצירער האבן אויסגעלייגט ימ’ן געלט דערויף. פארוואס איז דאס מענטשליך? פארוואס שעלט מען די באריכטער?
קיין פארגלייך,
פירסט אף אלל, זיי האבן געמאכט זייער געלט פון די פראגרעם, און דא איז עס די פראגרעם אליין,
נומבער 2, ער פארדינט שטיצע סתם פאר די עצם פאקט פאר'ן ארויסקומען און זיך צורייסן קעגן די שטראם.
 
ר' שלמה לייב וויינבערגערס ווייב לעבט שוין נישט 20 יאר און ער האט קיינמאל נישט נאכאמאל חתונה געהאט, וועלכע רעכט האט ער בכלל צו האבן א מיינונג אין דעם?
נאך א זאך וואס מענטשן כאפן נישט, אז רוב דיינים וואס האבן אונטערגעשריבן זענען עכטע פרומע מענטשן און זייער קאפ ליגט אין לערנען רוב טאג, ווען דו זאלסט זיי פרעגן צי דו קענסט גיין אין א אידישע ספּא (שוויץ) וואלטן זיי דיך אראפגעקוקט פון לבנה און געזאגט אוודאי נישט, "ס'איז נישט אויסגעהאלטן, סתם בטל'ן צייט"? ווען דו זאגסט זיי אז א גרויסע עולם פלעגט גיין אין גוי'שע מיקסד שוויצן וואלטן זיי אנדערש גערעדט, ווייל בטל'ן צייט איז אפשר א פראבלעם אבער מ'האט שוין געהערט אזאנס, גענוג און נאך מענטשן בטל'ן צייט אפילו זיי גייען נישט אין ספּא, משא"כ מיקסד וואלטן זיי געהאלטן פאר א עכטע הלכה פראבלעם לויט זיי, סוי אויף ביידע זאכן וואלטן זיי געשריבן ריזיג גרויס אז ס'איז אסור, מ'דארף נאר האבן שכל אליינס צו פארשטיין אז ס'דא א חילוק, איין איסור איז נאר ווייל זיי זענען אויף א אנדערע פעידש ווי רוב יונגעלייט און די אנדערע איסור מיינען זיי ערנסט.

אז דו רעדסט שוין פון ר' שלמה לייב וויינבערגער אז ער איז א אלמן, דערמאנסטו מיך פון א זיס ווארט. ווי באקאנט איז דא א עלטערע איד אין וויליאמסבורג ר' יונה זופניק, זיין ווייב איז איינגעשטעלט אין די מיידל סקול אין וויליאמסבורג, זי איז א משוגענע פארפרומטע פרוי, קיין איין מיידל גייט נישט אנגעטוהן אויסגעהאלטן לויט אירע פרומע משגעת'ן, האט אים איינער געפרעגט פארוואס ער געט איר נישט קיין גט, האט ער געענטפערט אז ער וואלט איר שוין לאנג אפגע'גט, "ער האט נאר מורא אז ר' שלמה לייב וויינבערגער גייט איר נעמען פאר א ווייב" 😂😂😂
 
איך האב גערעדט מיט א מעינסטרים דיין, האט ער זיך אפגערעדט פון די ירידת הדורות בעניני אישות, בקיצור וואסארא השגות די היינטיגע אינגעלייט האבן וכו׳.
האב איך עם געבעטן א משל, זאגט ער מיר אז א אינגערמאן האט עם געפרעגט צי ער מעג גיין צוזאמען מיט זיין ווייב אין דזשעקוזי…..
#אוט_אוו_טאטש_אלערט
 
איך האב גערעדט מיט א מעינסטרים דיין, האט ער זיך אפגערעדט פון די ירידת הדורות בעניני אישות, בקיצור וואסארא השגות די היינטיגע אינגעלייט האבן וכו׳.
האב איך עם געבעטן א משל, זאגט ער מיר אז א אינגערמאן האט עם געפרעגט צי ער מעג גיין צוזאמען מיט זיין ווייב אין דזשעקוזי…..
#אוט_אוו_טאטש_אלערט
איך ווייס פון א אינגערמאן וואס האט געפרעגט זיין דיין צי ער מעג האגן זיין ווייב אינמיטן טאג

די דיין האט אים געענטפערט לכתחילה נישט
 
Back
Top