ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

איך דערמאן זיך טאקע יעצט ווי מיין חתן רבי האט מיר אנגעווארענט אז ס'איז דא א נייע מאדע צי קישן די ווייב שלא במקום מצווה, און איך זאל עס ח"ו נישט טון.
אויך נישט אין יחוד שטיבל?
 
מיין חתן רבי האט מיך געזאגט אז דאס איז די ערשטע מאל מען קישט די ווייב ממילא דארף עס זיין מיט די גאנצע הארץ.
 
פארוואס דארף דאס קאסטן $200 דולר?
סתם צו רייטן אויפן ציבור
איין דאלער איז פאר די קורס, אין די איבריגע 198$ איז צי פאטן אפ מיט די ערדיגע רעבנים.. שטימט?

א כשר שטיקל פלייש קאסט אויך מער
 
ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט פריער, שטעלט די מערכה ספעציפיש א היפש קלארע בילד איבער אונזערע רבנים, מ'קען זעהן דא א קלארע חילוק צווישן עקסטרעמע רבנים, עליטיסט וואס פארשטייען נישט צום דור, פארשפארטע מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געטון מיט יונגעלייט. לעומת מער פארשטענדליכע רבנים וואס האבן זיך יא פארשטאנדיגט מיטן דור, האבן א קלארערע בליק אויפן מצב, און זוכן סעלושנס. כ'מיין אז ס'איז גאנץ זעלטן וואס ס'איז אזוי קלאר צוטיילט.
דאס האט גארנישט מיט פארשטייען די דור.

די היתר פון קושן שלא בשעת מצוה, וכדו', איז נישט עפעס א נויט פאר אונזער שוואכער דור וואס האט נישט די אויגן וואס האבן געזען אויגן וואס וכו' וכו'. נאר אזוי איז די הלכה! מ'מעג און מ'זאל קושן די ווייב ווען אומער מ'קען און וויל! ווייל עס איז נישט אסור, נישט ווייל די אנדערע ברירה איז זוכן אויף די אינטרנט.
 
אבער ס.. קען צוברענגען!!
 
איך האב געשריבן מער אבער ס'האט זיך נעכטן פארמעקט איך האב א געוואלדיגע צער, איך האב נישט יעצט די כח אין מח צו עס איבער שרייבן!
עפעס רינגט מיר א מעשה אין קאפ מיט עפעס א צדיק וואס האט אראפגעשריבן עפעס א בריוו אין די טינט האט זיך אויסגעגאסן אויף עס, האט ער געזען אז ס'באשערט ער זאל עס נישט שרייבן, ווער קען מיר העלפן?

איך מיין גארנישט צורבא דרבנן, אבער דו זאגסט דאך אליין אז דו ווילסט דזשאסט מאכן מער אינטערעסאנט די נושא, וויל איך דיר אבער זאגן אז דאס איז וואס זיי ווילן, אז ס'זאל זיין א אנדערע צד.

פאר די רבנים איז שוין א געווינס אז זיי האבן געקענט אנפילן 24 פעידזשעס מיט זייער גארבידזש אויף א נושא וואס איז א בעיסיק האמען ניד.

ווי זאגט טראמפ? קענסט רעדן שיין וועגן מיר קענסט רעדן ש*ט וועגן מיר אבער אבי זאלסט רעדן פון מיר..

און ווען די רבנים זעהן נאך אז איינער אויף קרעמל נעמט זיך נאך אן פאר זיי, אפילו ס'נאר לחדודי בעלמא, רייבן זיי זייער בויך מיט נצחון.
 
לויטן אור החיים הק' ערשטן פשט, איז געווען מעשה צחוק וחיבה ביום
ס'גלייבט זיך שווער אז אחשורש איז געווען הייליגער ווי יצחק אבינו... :)

  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דאס האט גארנישט מיט פארשטייען די דור.

די היתר פון קושן שלא בשעת מצוה, וכדו', איז נישט עפעס א נויט פאר אונזער שוואכער דור וואס האט נישט די אויגן וואס האבן געזען אויגן וואס וכו' וכו'. נאר אזוי איז די הלכה! מ'מעג און מ'זאל קושן די ווייב ווען אומער מ'קען און וויל! ווייל עס איז נישט אסור, נישט ווייל די אנדערע ברירה איז זוכן אויף די אינטרנט.
קענט עגרי מאר.
דאך אבער איז די סאציאלאגישע הבחנה נאך אלס אין אפעקט, דוק ותשכח.
כ'מיין אז דער איינציגסטער מצד האוסרים וואס האט בכלל אמאל געטון אין הדרכה, איז יוסף בנימין וואזנער, און פארוואס ער איז אעפ"כ יא נמנה בין האוסרים איז נישט קיין קושיא פאר ס'קען אביסל זיין פערסאנאלעטי, (כך הבנתי מפי השמועה בלבד, כ'קען נישט דעם ברנש).
 
זאלי בית דין
90963.webp
 
פארוואס דארף די זאלי בי״ד ארויסלייגן א צעטל מיט זייער לגלות דעתנו, איז דא איינער וואס האט א ספק וואס ר׳ זלמן לייב פילאפ און ר׳ חיים דוד כ״ץ און ר׳ שלמה לייב וויינבערגער דעה איז? האט שוין איינער אמאל געהערט פון זיי עפעס וואס איז מותר חוץ האבן פינף און זיבציג קינדער?…
 
פארוואס דארף די זאלי בי״ד ארויסלייגן א צעטל מיט זייער לגלות דעתנו? איז דא איינער וואס האט א ספק וואס ר׳ זלמן לייב פילאפ און ר׳ חיים דוד כ״ץ און ר׳ שלמה לייב וויינבערגער דעה איז? האט שוין איינער אמאל געהערט פון זיי עפעס וואס איז מותר חוץ האבן פינף און זיבציג קינדער?…
היות דו רעכנסט אים אויס די ערשטע, איז אינטערעסאנט צו פארצייכענען וואס כ'האב געהערט, אז שלא כצורתו וואס גיט א זויערן רושם כלפי חוץ, איז הרב פילאפף בכלל נישט די ערשטע צו לויפן אונטערשרייבן אזא קול קורא (כמדומה אז ביי בילגריי האט ער טאקע נישט גע'חתמ'ט), די מערסטע ביטער איז ר' שלמה לייב וויינבערגער, (כך שמעתי יעצט, און ס'זעלביגע האט די גאס געשמועסט ביי שירים ושיעורים סומאטוכע)
 
ר' שלמה לייב וויינבערגערס ווייב לעבט שוין נישט 20 יאר און ער האט קיינמאל נישט נאכאמאל חתונה געהאט, וועלכע רעכט האט ער בכלל צו האבן א מיינונג אין דעם?
 
איך האב נאכנישט אדורך געלייענט פון דא און ווייטער, קען זיין אז מ׳האט שוין גערעדט דערפון.

איך פארשטיי נישט, ער ברענגט א רמב"ן וואס רעדט פון פרושה וואס איז א הויכע מדרגה, און מיט דעם אסור׳ט מען זאכן פאר דעם פשוטן מענטש??? ס׳גייט מיר נישט אריין און קאפ.
 
ווי לאנג עס איז נאר ר׳ הילל וואס קומט ארויס קעגן, זעמיר גוט. ער איז א הייליגער איד, אבער נישט פאר די סארט זאכן
ר׳ הילל איז א הייליגע איד? דא דארף מען לאכן? חוץ אויב דו האלסט אז איינער מיט אביסל פאוער הייסט הייליג, ער איז כמעט אזוי הייליג ווי ר׳ מענדל זילבער…

שלא כצורתו וואס גיט א זויערן רושם כלפי חוץ, איז הרב פילאפף בכלל נישט די ערשטע צו לויפן אונטערשרייבן אזא קול קורא
וועגן אינטערן שרייבן קול קורא׳ס ווייס איך נישט, אבער איך האב אמאל געהאט א חבר וואס האט מיך געבעטן צו גיין צו זיין שיעור און איך גיי מיך באלעקן די פינגערס, נאך פופצן מינוט האב איך געדארפט ארויס לויפן, ער האט גערעדט פון תאוות, אויף יעדע זאך האט ער געזאגט ״ס׳נישט אויסגעהאלטן״
 
ס'גלייבט זיך שווער אז אחשורש איז געווען הייליגער ווי יצחק אבינו... :)

ער האט נישט משמש געווען נאר ארום גענומען אין געקישט
 
פארוואס דארף די זאלי בי״ד ארויסלייגן א צעטל מיט זייער לגלות דעתנו, איז דא איינער וואס האט א ספק וואס ר׳ זלמן לייב פילאפ און ר׳ חיים דוד כ״ץ און ר׳ שלמה לייב וויינבערגער דעה איז? האט שוין איינער אמאל געהערט פון זיי עפעס וואס איז מותר חוץ האבן פינף און זיבציג קינדער?…
ר' אריה רויזנפעלד האט געהאט געשריבן להתר
 
ער האט נישט משמש געווען נאר ארום גענומען אין געקישט
מפרשים זאגען אזוי , נאכמער איז דא וואס זאגען ער האט צו געמאכט די בליינדס פאר פרייוועסי האט ער פארשטאנען ,דער שפתי חכמים אלא שסגר את החלון .
 
דער איסור האט נישט קיין ענפארסמענט מעקאניזם
זיי סטראשען נישט קיינעם , סך הכל זענען זיי מגלה זייער מיינונג (דעת תורה) ווער עס וויל ,קען עס הערן און טוט וואס ער פארשטייט , די חותמים האבען געטון וואס איז גוט פאר זיי, און דער עולם וועט אויך טון וואס איז גוט, הנח לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם.
 
דער שפתי חכמים אלא שסגר את החלון .
די מסתת הרים איז מפרש: פי' ששימש מיטתו, וכי תימא הרי באחשורש אמרו להגיד שבחו שלא שימש ביום, וכ"ש יצחק? אלא שנסתרים דרכם של האבות ובסודם על תבא כבודי, וכמו שאמרו עבירה לשמה, וכ"ש קודם מתן תורה.
ובכזה אמרו לעולם יאמר אדם מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי.
 
Back
Top