ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

אהם,,, א גוטן! איך זע ס'איז דא דא א שיינע תוכ'נדיגע שנירל אבער אלע אלע גייען אויף איין דירעקשאן זיך צו אננעמען אויף "זכו" און אראפרייסן די רבנים האוסרים.
איך אין איך גלייב אז נאך אנדערע, גלייכן ווען ס'איז דא ניקים אויף ביידע זייטן זה בונה וזה סותר ס'ווערט א משא ומתן, יעדער געדענקט נאך די 'שחלות\אויווערי שנירל אההה ס'איז געגאנגען פייער פון די באלאטעס!
איז האב איך געקלערט צו פרובירן מסביר זיין א טראפ וואס די רבנים האוסרים האלטן.
אוודאי נישט יעדע רב רעדט ממש צום זאך, ס'איז אבער דא געוויסע פראמינענטע רבנים וואס צו אונז ווילן יא צו נישט זענען זיי די היינטיגע גדולים, ת"ח וגאונים, יא א דור צוריק זענען נאך געוועהן אמת'ע גדולים, אבער דאס איז די דור אין וואס אונז זענען, פארפאלען!
די לעצטע צוויי זייטן איז מען דן אויף די בריוו פון רבי מענדל זילבער מ'פריימאן, וואס איז א גאון עצום מאד און היות ער פירט שוין ד"ת פאר צענדליגע יארן האט ער אויפגעבויעט א שכל הישר צו קענען גוט צונעמען די שווערסטע קאמפלצירטע שאלות, נישט יעדער ווייסט, אבער היינטיגע צייטן טוהן אסאך רבנים וואס האבן א שווערע הלכה שאלה זיך ווענדן צו רבי מענדל'ן.
[ יא אסאך איז שוין געשריבן געווארן דא אויף קרעמל טענות אויף איהם, איך מיין אז ס'נעמט אבער נישט אוועק למעשה, ואין כאן הזמן להאריך, איז מ'דארף נישט יעצט ארויף קומען זאגן 'ווער ר' מענדל? איך האב אליין געהערט פון איינעם אז ער....אהער און אהין, מיין פוינט יעצט איז ער און נאך אנדערע זענען די גדולים איז לאמיר זען וואס זיי זאגן]

די ארגענזאציע "זכו" זאגט נישט נאר אז טו נישט סתם די מצות עונה און נאך וואס דו האסט גענדיגט, דו ביסט שוין מסודר, האסט מזריע געוועהן און גייסט דיך אוועק, נאר מ'דארף אויך מאכן זיכער אז די ווייב פילט אויך איהר חלק וכד' ווי מ'האט געשריבן דא אויבן
ווען א פלעין פשוטע אינגערמאן הערט די שיעורים פון זכו עפענען זיי איהם אויף א נייע וועלט הנקרא "אינדזשוימענט" זיי נישט סתם א נער אזויווי ביסט געוועהן ביז יעצט אז האסט געטוהן עונה סתם, וועק דיך אויף ס'איז דא א ריזיגע וועלט אויף די נושא, וואס ס'געשענט איז מ'הייבט זיך אריינצולייגן אז מ'זוכט טרעפט מען! ס'איז דא אזא וועג וואס מ'קען טוהן, אין אזא אין אזא אופן האט מען נאך מער תענוג אין אויב מ'טוהט קודם דעיס און נאכדעם יענץ איז די הנאה דאפעלט, עכ"פ מ'גריבלט און מ'ווערט איינגעזינקען ס'נעמט אוועק אינגאנצן די ריינקייט און תמימות פון די וואוילע חסידישע אינגעלייט, אלע אלע ספרים רעדן ארום פון דעם אז בשעת תשמיש דארף מען האבן הייליגע מחשבות מ'זאל טראכטן פון ד"ת פון צדיקים און לשם מצוה, משא"כ יעצט טראכט ער און ער רעדט פון תאוה ותענוג!!
איז די אופן ווי זיי לייגן עס אראפ ביי די לעקציעס, מאכט אזעלכע מחשבות און מעשים!
די רמב"ן שרייבט א"כ ימצא בעל התאוה מקום להיות שטוף בזמת אשתו.. וידבר ככל הנבלות..
אוודאי אז ביי א אינגערמאן אין שטוב איז פראבלעמאטיש און ער פילט אז ער קען נוצן העלפ אין די נושא מעג ער און ער זאל, גיין פריוואט צו איינעם וואס וועט איהם ארויסהעלפן אבער די אופן פון מאכן א פאון ליין פאר די רבים 'רבותי קומטס אין די מאסן' יעדער איינער זאל זיך אריינלייגן אין דעם, יעדע כולל איגערמאן זאל זען די פילע וועכנטליכע אדווערטייזמענטס און ווערן אנגערייצט סתם אזוי, פארוואס נישט! לאמיר נעמען די קורס! איי פארוואס פעלט דיך עס אויס?!
ס'שטערט נישט פאר די רבנים אז שעפטל אדער אנדערע גרויסע חשובע קרעמל ניקים הערן עס אויס! מ'רעדט פון מאכן א ליין פאר די גאס כל דיכפין ייתי ויתענג..

איך האב געשריבן מער אבער ס'האט זיך נעכטן פארמעקט איך האב א געוואלדיגע צער, איך האב נישט יעצט די כח אין מח צו עס איבער שרייבן!
[איך האף אז די עולם דא וועט הנאה האבן פון די תגובה, איך האב עס נאר געשריבן ווייל איך וויל אז די היימישע קרעמלער זאלן זיך מחי' זיין [אז מ'וועט עס נישט לייקן שטעל איך מיך גלייך אפ פון שרייבן מער אויף די דרך, ס'פעלט מיך נישט אויס!]
מיט פארשטענדעניש א דאנק!! :love:
שיינע דברי מליצה, אבער עס פארענטפערט נישט
די גימיינע אויסדרוקן פון די מתנגדים קעגן די שיעורים , ווען עס איז וועהן גיוועהן געשריבן, אויף די וועג פון דברי חכמים בנחת נשמעים, אז עס איז דא אן ענין פון קדושה און מען שוקל זיין מיט א בעלענס קדושה און פרישה מיט תענוג און עונה, וואלט עס גיוועהן אהקעי , דער רמב״ן האט דאך אויך נישט גיהאנגען צעטלעך פון פרישות ער האט גיזאגט א פשט אין קדושים תהיו- (אנדערש ווי רש״י וואס זאגט אז דער פסוק מיינט סתם הוו פרושים מעריות-)אז עס איז דא א מצוה פון קדושה, איז כל אחד ואחד לפי דרגיה דיליה,עס איז נישט א דירעקטע מצוה אז דאס איז עס, סאו, האט עס גארנישט מיט די שיעורים, וואס איז א נעסעסיטי פאר בעיסיק רילעישענשיפ,ווייל זעהט אויס די מציאות איז,אז עס איז דא א חסרון ידיעה אין דעם ענין און עס קען אויך זיין אז די רבנים מוחים האבען אליינס אויך נישט גיהאט די ידיעה און זיי האבען געמיסט די באוט, ווייל ווען זיי זענען גיוועהן אין די נעורים איז נישט גיוועהן בנמצא די דאזיגע זשאנער פון שיעורים, און עס איז טאקע חבל, אבער גלויבט צו גאט אז היינט איז דא אזעלכע
שיעורים פון יידן יראי אלהים, און מען דארף נישט גיין נישטערן אין לייברערי ווי אמאהל, אדער אויף אינטערנעט ווי היינט, און מען שטעלט עס צו אויף א פריוואטען אופן וואס איז דער גרעסטער דרך צנוע,מען הערט א רעקארדינג און מען פארבעסערט די אהבה און מען פאר שטערקערט די צוגעבינדענקייט מיט די אשת נעורים כדת משה וישראל,ווי קען מען עס אפרייסען און זאגען דברי נבלות וטיפשות, אז דער וואס גיט דער שיעור איז א ״רשע מרושע״ און נאך ענליכע ביטויים חריפים ומגועלים, ווען די שיעורים זענען באמת מאירות עינים ומשמחי לבב פאר די ערליכע אברכים און
נשים צדקניות חכמים הזהרו בדבריכם.
 
גיי מיר ווארטן מיט געדולד צו הערן אויב ער רעדט טאקע אויף דעם אופן ווי צורבא שרייבט,
ביז דערווייל איז נאך גארנישט געווען מער ווי די חתן רבי.....
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לויטן אור החיים הק' ערשטן פשט, איז געווען מעשה צחוק וחיבה ביום

View attachment 11389
די הלכה איז דאך קלאהר, תלמיד חכם מאפיל בטליתו ומשמש ביום , די אחרונים זאגען , אז לגבי דעם ענין
איז מען היינט א תלמיד חכם, מאפיל בטליתו מיינט א צודעק א כיסוי אויף די גוף
דאס איז די הלכה, עונת תלמידי חכמים ליל שבת ושבת , נאכט און טאג .יומם ולילה לא ישבותו.
 
כתובות סה:
 
@צורבא דרבנן די הנחה אז רוב אינגעלייט דארפן דאס נישט, און עס איז בלויז נוגע פאר 'יחידים' וועלכע האבן 'פראבלעמען' איז געבויט אויף א בליק דיטעטשט פון מציאות אינגאנצן. דאס פרובירן זיך איינצורעדן אז מיר זענען 'הייליגער' און פארמאגן נישט די 'פראבלעמען' די 'נידריגע תאוות' קומט פון אינסעקיורעטי מיט די אייגענעם סעקסואלע צרכים, פון נישט פארשטיין די גרויסקייט דערפון און אז עס איז בכלל נישט קיין שוואכקייט.
דער אייבערשטער האט באשאפן דאס מענטש מיט די צרכים, און עס דערדרוקן - אדער אפילו נישט דעוועלאפן כראוי, לאזט איבער א לאך אינעם מענטש און איז בכלל נישט געזונט.
ממילא, עס איז יא א צרות רבים - ווייל רוב אינגעלייט ווייסן יא אז עס פעלט זיי עפעס, און די שיעורים זענען נישט דאס וואס ברענגט זיי נייע תאוות, אדרבה די שיעורים העלפט זיי דאס נעוויגעיטן אויף א געזונטע אופן. און אפילו די וואס ווייסן נישט אז עס פעלט זיי עפּעס, פארמאגן אבער נאכאלץ א חלל וואס דארף ערפילט ווערן.
 
אלע אלע ספרים רעדן ארום פון דעם אז בשעת תשמיש דארף מען האבן הייליגע מחשבות מ'זאל טראכטן פון ד"ת פון צדיקים און לשם מצוה, משא"כ יעצט טראכט ער און ער רעדט פון תאוה ותענוג!!
שקר גס!
דאס איז א פרימיטיווע גלויבונג, און אונזער תורה וספרי חסידות שרייבן דאס נישט!

אפשר וועסטו ערגעץ טרעפן א רמז פאר דעם, אבער די מקורות פאר ג' אייר זענן נאך שטערקער דערפון.
 
שקר גס!
דאס איז א פרימיטיווע גלויבונג, און אונזער תורה וספרי חסידות שרייבן דאס נישט!

אפשר וועסטו ערגעץ טרעפן א רמז פאר דעם, אבער די מקורות פאר ג' אייר זענן נאך שטערקער דערפון.
ס'איז א בפירוש'ע שו"ע
וישמש באימה וביראה כמ"ש על ר"א שהיה מגלה טפח ומכסה טפח ודומה כמי שכפאו שד פי' באימה וביראה כאילו כפאו שד וי"מ מגלה טפח ומכסה טפח שלא היה ממרק האבר בשעת תשמיש כדי למעט הנאתו ודומה כמי שכפאו שד שעושה הדבר באונס וי"מ מגלה טפח שבאשה כלומר עכשיו מגלה אותה לצורך תשמיש ועכשיו מכסה אותה כלומר שלא היה מאריך באותה מעשה ודומה לו כמו שבעתו השד ונבעת והניח המעשה כל כך היה מקצר בתשמיש ויש מפרשים מגלה טפח על הסינר שהיתה חוגרת בו שאף בשעת תשמיש היה מצריכה לחגרה ומגלה רק טפח ממנה ומכסה מיד כדי למעט הנאתו וכולהו פירושי איתנהו וצריך בעל נפש ליזהר בהם:

הנאה איז נאר פאר גוים, אדער פאר כופרים..
 
לעצט רעדאגירט:
דער רמב"ן שרייבט א"כ ימצא בעל התאוה מקום להיות שטוף בזמת אשתו.. וידבר ככל הנבלות..
איך ווייס נישט פון וואס די רמב"ן רעדט אבער איך בין זיכער ער רעדט נישט פון דאס וואס זכו זאגט.

זכו קומט פשוט לערנען פשט פאר אינגעלייט און קאפל'ס פשט פון די ערשטע מצוה אין די תורה - א מצוה וואס איז אין די לעצטע דורות אויסגעריסן און געטוישט געווארן צו עפעס א שבירת התאוות עקסערסייז.

יא קאפלס דארפן און מוזן וויסן אז די מצוה מוז זיין א ענדזשוימענט פאר ביידע!!

עס איז דא טויזענטער מענער און פרויען וואס לעבן א דערביטערט לעבן, ווייל זיי האבן באקומען מיסאינפארמאציע און פאלשע הדרכה איבער די נושא.

און זאגן אז אינגעלייט קענען פארדארבן ווערן ווען מען איז מסביר די הייליגע מצוה, איז ווי זאגן אז מיטן מסביר זיין מצוות אכילת מצה ברענגט מען צו אז אינגעלייט זאלן זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין תאוות אכילה און אינגאנצן פארדארבן ווערן....

פארקערט, דאס רעדן און אויפלעבן די מצוה, ברענגט צו אז אינגעלייט זאלן צוריק טרעפן סיפוק אין זייערע ווייבער, און פרויען פון זייערע מענער, און אפלאזן די נידריגסטע שמוץ אין וואס מען ליגט פאר'ן נישט באקומען וואס מען דארף..
 
די רמב"ן נוצט די לשון חז"ל שלא יהיו מצויין אצל נשותיהם כתרנגולים. דו ווייסט וואו אפט תרנגולים מעיטן? בערך צווישן 10 ביז 30 מאל א טאג! און אויף אזא סארט הנהגה זאגט די רמב"ן אז ער איז א נבל ברשות התורה, ווייל ער איז טאקע א נבל. דאס קומט נישט נאנט צו וואס זכו רעדט.
 
וישמש באימה וביראה כמ"ש על ר"א שהיה מגלה טפח ומכסה טפח ודומה כמי שכפאו שד פי' באימה וביראה כאילו כפאו שד וי"מ מגלה טפח ומכסה טפח שלא היה ממרק האבר בשעת תשמיש כדי למעט הנאתו ודומה כמי שכפאו שד שעושה הדבר באונס וי"מ מגלה טפח שבאשה כלומר עכשיו מגלה אותה לצורך תשמיש ועכשיו מכסה אותה כלומר שלא היה מאריך באותה מעשה ודומה לו כמו שבעתו השד ונבעת והניח המעשה כל כך היה מקצר בתשמיש ויש מפרשים מגלה טפח על הסינר שהיתה חוגרת בו שאף בשעת תשמיש היה מצריכה לחגרה ומגלה רק טפח ממנה ומכסה מיד כדי למעט הנאתו וכולהו פירושי איתנהו וצריך בעל נפש ליזהר בהם:
ווען גייט דער שו"ע דערמאנן 'בפירוש' אז מ'דארף טראכטן פון ד"ת און צדיקים?
איך וועל נעמן א באקוועמע בענקל און ווארטן ביז דו טרעפסט עס.
 
ס'איז א בפירוש'ע שו"ע
וישמש באימה וביראה כמ"ש על ר"א שהיה מגלה טפח ומכסה טפח ודומה כמי שכפאו שד פי' באימה וביראה כאילו כפאו שד וי"מ מגלה טפח ומכסה טפח שלא היה ממרק האבר בשעת תשמיש כדי למעט הנאתו ודומה כמי שכפאו שד שעושה הדבר באונס וי"מ מגלה טפח שבאשה כלומר עכשיו מגלה אותה לצורך תשמיש ועכשיו מכסה אותה כלומר שלא היה מאריך באותה מעשה ודומה לו כמו שבעתו השד ונבעת והניח המעשה כל כך היה מקצר בתשמיש ויש מפרשים מגלה טפח על הסינר שהיתה חוגרת בו שאף בשעת תשמיש היה מצריכה לחגרה ומגלה רק טפח ממנה ומכסה מיד כדי למעט הנאתו וכולהו פירושי איתנהו וצריך בעל נפש ליזהר בהם:

הנאה איז נאר פאר גוים, אדער פאר כופרים..
הנאה איז פאר יידן, זיי זענען אויך ברואים וואס גאט
האט באשאפען הנאה צוהאבען פון די וועלט, ווי מען זאגן אין די ברכת חתנים שמח תשמח רעים האהובים, ונערים ממשתה נגינתם, מען טרונקט און מען זינגט און מען האט הנאה, פון כמער לויות הנאת חיבה וחדוות ביאה ,די תלמוד ברענגט מען זאל זאגען די נוסח ברכה ווען די בוימער זענען מלבלב, צו דאנקען גאט שלא חיסר בעולמו כלום,וברא בריות טובות (שיינע פרויען) ואילנות טובות ליהנות בהם בני אדם , גאט האט באשאפען דוקא יא הנאה צו האבען ,און יא, פאר יידן אוודאי, מען מאכט נישט די ברכה פאר גוים ,דער שולחן ערוך אז תשמיש זאל זיין באימה וביראה (- קודם דארף מען האלטען דערביי-)מיינט ער צוזאגען אז די הנאה זאל זיין מיט יראה פאר גאט ,ער דארף בשעת די גוטע הנאה, גידענקען פון גאט, אז ער האט גיגעבן די פריווילעגיע צוזיין מיט זיין אשת נעורים מיט א פולע אהבה, וואס פאר ביידע איז עס די מערסטע הנאה אויף די ערד,צו גידענקען , אז עס קומט נישט פון זיך אליין אזוי ווי א בהמה טראכט,נאר מיט אנערקענונג אז גאט גיט איהם די הנאה , ואידך פירושא זיל גמור ,דאס איז אלעס זיל קרי בי רב
און פון די הערה, אז הנאה באלאנגט פאר גוים,משם
הוכחה, אז עס הערשט א חסרון ידיעה ביי אפרוחים שלא נפתחו עיניהם און די שיעורים זענען ממש א צורך און שוה לכל נפש.
 
גיי מער ווארטן מיט געדולד צוהערן אויב ער רעדט טאקע אויף דעים אופן ווי צורבא שרייבט,
ביז דערווייל איז נאך גארנישט געווען מער ווי די חתן רבי.....

נו ברענג ווארע, וואס זאגט ער דארט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין די מאנסי בתי מדרש הענגט א חזרה פון ר‘ ב”ט וועטנשטיין בעלזא דיין ער צוט צוריק פון זיין הסכמה
 
ס'איז א בפירוש'ע שו"ע
וישמש באימה וביראה כמ"ש על ר"א שהיה מגלה טפח ומכסה טפח ודומה כמי שכפאו שד פי' באימה וביראה כאילו כפאו שד וי"מ מגלה טפח ומכסה טפח שלא היה ממרק האבר בשעת תשמיש כדי למעט הנאתו ודומה כמי שכפאו שד שעושה הדבר באונס וי"מ מגלה טפח שבאשה כלומר עכשיו מגלה אותה לצורך תשמיש ועכשיו מכסה אותה כלומר שלא היה מאריך באותה מעשה ודומה לו כמו שבעתו השד ונבעת והניח המעשה כל כך היה מקצר בתשמיש ויש מפרשים מגלה טפח על הסינר שהיתה חוגרת בו שאף בשעת תשמיש היה מצריכה לחגרה ומגלה רק טפח ממנה ומכסה מיד כדי למעט הנאתו וכולהו פירושי איתנהו וצריך בעל נפש ליזהר בהם:

הנאה איז נאר פאר גוים, אדער פאר כופרים..
נאך א וויכטיגער הערה - דער שולחן ערוך פון אימה ויראה און כאילו כפאו שד,איז גיזאגט פאר די מאן
דאס טהוט איהם נישט פטר׳ן פון זיין חיוב מצות עונה צו גיבען די פולסטע מעגליכע הנאה פאר זיין
פרוי, און אויב איז ער זיך מונע איז עס פשוט בגדר
חסרון פון זיין חובת אישות. עס איז אן עקסטרע סאך וואס מען פארלאנגט פון דעם מאן אימה מיט יראה , כמבואר לעיל וזה פשוט.
 
לגבי דאס וואס איינער האט געברענגט וועגן טראכטן פון ד"ת האב איך געזען 'בפירוש' - און איך געדענק נישט וואו, אז דאס מיינט פאר מ'הייבט אן בכלל די מצוה אבער ח"ו נישט בשעת מעשה

לגבי די משנ"ב פון 'ככפאו שד' איז זייער אינטערסאנט פארוואס ער ברענגט נישט פון רב און מס' ברכות דשח ושחק ועשה צרכיו, און זיין תלמיד האט זיך אויסגעדריקט אז עס האט אויסגעזען (זיין פלעשור) כאילו ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט ס*ס

אויך איז דא די באקאנטע גמ' אין מס' שבת וואס מיין חתן מדריך -זאל געזונט זיין האט געלערנט מיט מיר, ווי רב חסדא -דאכצעך- האט אויסגעלערנט פאר זיינע טעכטער וויאזוי צי אנרייצן די מאן עיי"ש

און אז מ'רעדט שוין פונעם רמב"ן איז דא א גאנצע לשון הרמבן אז די שכינה רוהט נאר ביניהם אויב עס איז דא א אויפגעלעבטע מצחק'דיגע vibe און דורך דעהם זענען די קינדער אויפגעלייגטע פרייליכע קינדער, (און אויב איז עס א ציגעלייגטע מצב זענען די קינדער פארביטערטע -און שפעטער העלן זיי האקן אויף זכו...)
עס איז אפי' דא עפעס א תפילה פון די רמב"ן אז 'מען זאל זיין בכח צי קענען הנאה האבן אינגאנצען, און די אבר זאל נישט אפגעשוואכט ווערן וכו' (איך וועל בל"נ אויפזיכען) הלל וויינבערגער וואלט געשריגען אויף אזא תפילה 'רשע מרושע' וכו'

בקיצור עס איז פשוט די געדאנק....ואטו כי רוכלא.....

בכלל דארף מען קענען די הלכה פסיקה פון רמב״ם וואס איינער האט שוין ציגעברענגט, וואס איז נוגע פאר יעדעם איינער אין די היינטיגע דור, ולא עם הארץ חסיד, ואל תיהו צדיק הרבה....

און צום אויספיר בשם ראפשיצער רב:
פרו"ם איז ראשי תיבות, פול רשעות ווייניג מצוות, וכן נקטינן
 
אפשר גאר פארקערט, מיט דעם וואס מ'טראכט בשעת מעשה בד"ת (און דוקא יא בשעת מעשה) די שמחה פון די ד"ת געבט אזא שטארקע הנאה פון די ס**ס גופא.
אנדערע האבן אפילו א גמרא אפן בשעת מעשה (ארום געוויקלט מיט דארכזיכטיגע פלסטיק, משום מחיצה)

און אזוי אויך די כאילו כפאו שד איז כעין BDSM.

אזוי אויך, שלא היה ממרק האבר בשעת תשמיש כדי למעט הנאתו מיינט כדי צו פארמיידן פרי עדשעקולעישן.
 
Back
Top