ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

ווי זאגט יענער...מרבים /מרבין בשמחה' מ'קען זאגן ביידע, ס'נישט קיין חילוק
והא ראי' די רמב"ם, זענען דא וואס זאגן רמב"ם און דא וואס זאגן רמב"ן....
א פרוי איז געקומען צום רב נאך דער חתונה און האט אים דערציילט, אז אין זייער שטוב דאַווענט מען נוסח ספרד, משא״כ איר מאן דאַווענט נוסח אשכנז.
און דערפאר האט זי אַ ספק: צו זי דארף זאגן "מערִיצִין וּמקדישִׁין וּמַמְלִיכִין", אָדער "מערִיצִים וּמקדִּישִׁים וּמַמְלִיכִים"?
האט דער רב געענטפערט: מ׳זעט דאך, אז מענטשן זאגן אמאל רמב״ם און אמאל רמב״ן איז דאך קלאר, אז דאס איז נישט מעכב.
 
image_40262_1.webp


צדיק אחד בסדום,
ר' משה הלל הירש: מ'מעג גיין אנגעטון שיין, "אפי' לויט די מאדע"!
'אור בתוך החושך'....
 
לפענ"ד נעמט זיך אלעס, ווייל מען וויל זיך אליינ'ס איינרעדן אז מען האט בכלל נישט קיין הנאה פון דער וועלט, ווי כאילו מען טוט טאקע נאר אלעס כאילו כפאו שד, סוי אז מען פארגינט זיך נישט אליין הנאה, פארגינט מען אויך נישט פאר יענעם הנאה.

במציאות האט יעדער ב"ה פיין הנאה, סוי פארגין אויך הנאה פאר אן אנדערן איד, פארגין אויך הנאה פאר די נשים צדקניות.
 
לפענ"ד נעמט זיך אלעס, ווייל מ'וויל זיך אליינ'ס איין רעדן אז מ'האט בכלל נישט הנאה פין די וועלט, כאילו מ'טיט אלעס ממש נאר ככפאו שד, אין ממילא אז מ'פארגינט זיך נישט אליין הנאה, פארגינט מען אויך נישט פאר יענעם הנאה
למעשה במציאות האט יעדער ב"ה פיין הנאה, ממילא פארגין אויך הנאה פאר א צווייטע ייד, פארגין אויך הנאה פאר די נשים צדקניות!!!
בלתי ספק אז יעדער איינער זוכט זיך מתענג זיין אהבה בתענוגים (כולל אלע פרומע )אזוי ווי דער ירושלמי זאגט אז מען וועט דארפען גיבען א חשבון פארוואס מען האט נישט הנאה גיהאט פון די בריאה פון גאט, פון יעדע פרי, און הוא הדין יעדע כשר׳ע תענוג , און אויסער דעם איז דא א ענין קדש עצמך במותר לך צו וואס מען קען עווענטועל האבען א שטרעבונג צו צוקומען נאך ווען מען איז ממלא כריסו בש״ס ופוסקים , אבער דאס דרשנט מען נישט אלץ א תביעה אדער חיוב .
 
איך וועל עס איבערחזר׳ן אין איין שורה, ווען מאן און ווייב ענדזשויען זיך אינאיינעם, שפארט עס [כמעט] אלע שלום בית פראבלעמען! קדושה מיינט געבן פאר די ווייב אלעס אלעס!!!
 
בלתי ספק אז יעדער איינער זוכט זיך מתענג זיין אהבה בתענוגים (כולל אלע פרומע )אזוי ווי דער ירושלמי זאגט אז מען וועט דארפען גיבען א חשבון פארוואס מען האט נישט הנאה גיהאט פון די בריאה פון גאט, פון יעדע פרי, און הוא הדין יעדע כשר׳ע תענוג , און אויסער דעם איז דא א ענין קדש עצמך במותר לך צו וואס מען קען עווענטועל האבען א שטרעבונג צו צוקומען נאך ווען מען איז ממלא כריסו בש״ס ופוסקים , אבער דאס דרשנט מען נישט אלץ א תביעה אדער חיוב .
mekor asap
 
איינער ווייסט ווען זיי האבן די נעקסטע יופי קורס?
 
גראדע דאכט זיך אז ס'שטייט אין שבט הלוי אז היינטיגע צייטן איז חיבוק ונישוק אסור שלא במקום מצווה ווייל ס'איז לא ימלט אז ס'זאל נישט קומען אביסל זרע חלילה
דאס אויסלערנען אינגעלייט זיך אפצוהאלטן פון חיבוק ונישוק, איז לדעתי א אומגעהויערע עוולה שאין כדוגמתה. ווער עס איז באקאנט מיט מענטל העלט, וועט וויסן אז מענטשן דארפן חיבוק, פיזישע נאנטקייט און ליבשאפט. האֳגן איז גאר געזונט פאר עמאציאנאלע רעגולאציע. בפרט אין די שווערע סטרעספול לעבן וואס מיר היימישע אידן גייען דורך - גרויסע משפחות וכו' איז דאס גאר וויכטיג. עס איז בעיסיק חלק פון רילעישנשיפ בין איש לאשתו.
 
ירושלמי קידושין ד.יב. בשם רב עתיד אדם ליתן דין וחשבון על כל שראת עינו ולא אכל ,דער מפרש זאגט פשט משום שאינו נותן לבו לחזור אחריהן לברך ולהודות השם ב״ה שברא מינים אלו להחיות בהם בני אדם וכו׳, ער זאגט אז גאט האט עס באשאפען דער מענטש זאל האבען הנאה האבען פאסט נישט צוזאגען עס איז נישט פאר מיר , קומט אויס קלאהר אז מען קען טהון לשם שמים הנאה צוהאבען פון די וועלט, מען דארף נישט זיין פרומער פון גאט .
פארשטייט זיך מיט א בעלענס והחכם עיניו בראשו .
 
דאס אויסלערנען אינגעלייט זיך אפצוהאלטן פון חיבוק ונישוק, איז לדעתי א אומגעהויערע עוולה שאין כדוגמתה. ווער עס איז באקאנט מיט מענטל העלט, וועט וויסן אז מענטשן דארפן חיבוק, פיזישע נאנטקייט און ליבשאפט. האֳגן איז גאר געזונט פאר עמאציאנאלע רעגולאציע. בפרט אין די שווערע סטרעספול לעבן וואס מיר היימישע אידן גייען דורך - גרויסע משפחות וכו' איז דאס גאר וויכטיג. עס איז בעיסיק חלק פון רילעישנשיפ בין איש לאשתו.
נישט נאר יונגע לייט , עס גייט אהן פונקט אזוי ביי
עלטערע אויך , וודאי באופן צנוע, אזוי ווי עונת תלמיד חכם איז ליל שבת ושבת , צוויי מאהל שבת אפילו ביי עלטערע ( לויט א טייל שיטות ) , הוא הדין מיט כל המסתעף און עס איז א פארט פון די חיובים .
 
איינער קען אהערברענגען א רעקארדירטע שיעור?

וואָס איז ער שוין מחדש?
 
ר׳ מענדל זילבער
ליבער גאט אין הימל איי בעג אוו יו:
🎵השיבה שופטינו כבראשונה, ויועצינו כבתחילה... אוי והסר ממנו, ממנו, ממנו יגון ואנחה, ומלוך עלינו מהרה, מהרה, אתה ה', אוי אתה ה' לבדך...
 
לעצט רעדאגירט:
אסאך טינט זענען שוין פארגאסן געווארן צו דערגרינטערן די ענין פון פרישות אין יהדות, און לענ"ד אפילו אויב ס'איז טאקע אמת אז מיר האבן דאס אפגעקויפט פון אונזערע קריסטליכע גאסטגעבער דארף מען אבער פארשטיין אז דאס איז נישט עפעס א חידוש וואס די חכמי הנוצרים זענען אליין אויפגעקומען מיט איין שיינעם טאג, נאר דאס איז אן אור-אלטער רעליגיעזע/מאראלישע נאושען ביי פילע (און אפשר גאר אלע) פעלקער איבער דער וועלט, און איך מיין אז די קלארסטע וואס מ'קען טרעפן אין חז"ל איז אויפ'ן פסוק "ובחטא יחמתני אמי", אז ס'איז לא ימלט אז ביי תשמיש זאל נישט זיין קיין פונטעלע חטא פון תאוה (און טאקע די נוצרים האבן דערפאר באשאפן זייער משיח נישט פון תשמיש), באט העווינג סעד אלל דעט, דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס.
יעדער פארשטייט אז ליגן אין תאוה איז נישט גוט (ויש להאריך בזה) אבער צו גיין מאכן הלכות נוקשות דערפון ווי כאילו מ'רעדט פון מקושש זיין עצים אדער מברך זיין שם ה', איז טפשות און רשעות ביינעזאם.
איך האב אמאל געהערט פון א בריליענט ישיבה'שער מורה הוראה, זאגט ער אז מיר דארפן אלץ כאפן די קאנטעקסט אין וואס די פריעדיגע האבן גערעדט, למשל, די ראשונים וואס זענען מאריך וויפיל מ'דארף זיך מקדש זיין בשעת תשמיש וכולי וכולי, זיי רעדן צו מענער וואס פון די דרייצן ביז די צוואנציג האבן זיי נאטורליך מקיים געווען דעם שמח בחור בילדותיך ושמח באשת נעוריך, אזוי ווי גאט האט אינטענדעט, נאר איינמאל זיי וואקסן אויף קומען די ראשונים און זאגן אז ס'איז צייט צו אויפוואקסן אביסל, בארוהיגן אביסל די תאוה וכולי. אבער דאס צו פארלערנען פאר אונזערע טייערע אפרוחים שלא נפתחו עיניהם, די אומשולידגע נשמה'לעך וואס ביז די צוואנציג האבן זיי נישט קיין אהנונג פון גארנישט און מ'דעליווערט די אלע גדרי קדושה ופרישות ווי סאמע הלכות מחייבות, אויסער וואס דאס איז בל תוסיף פאר עקסעלענס, איז דאס טפשות און רשעות שאין כדוגמתה, נאך דעם וואונדערט מען זיך פארוואס אידישקייט האלט ביים אונטערגיין.
אויב דארף דער גרויסער פוסק אהערשלעפן א רמב"ן על התורה און מיט דעם מכריע זיין א ברענעדיגע דיני נפשות'דיגע שאלה, האב איך מורא אז מארגן וועט ער ברענגן אן אוצר פלאות התורה צו פשט'לען איבער די שאלה צו מיר דארפן דינען אין מיליטער (עקטועלי, דאס געשעהט שוין אין גרויסן...)
ובשולי היריעה, די ענין פון שלא יהיו ת"ח מצויין אצל נשותיהן כתרנגולין, דאס האט גארנישט מיט פרישות צו טוהן, נאר מיט די אור-אלטע נאושען אז פרויען זענען שוואך מאראליש און שכל'דיג און "תלמידי חכמים" דארפן שטיין ווייט פון זיי, שוביניזם מיט זאפט, דעטס אלל.
 
אהם,,, א גוטן! איך זע ס'איז דא דא א שיינע תוכ'נדיגע שנירל אבער אלע אלע גייען אויף איין דירעקשאן זיך צו אננעמען אויף "זכו" און אראפרייסן די רבנים האוסרים.
איך אין איך גלייב אז נאך אנדערע, גלייכן ווען ס'איז דא ניקים אויף ביידע זייטן זה בונה וזה סותר ס'ווערט א משא ומתן, יעדער געדענקט נאך די 'שחלות\אויווערי שנירל אההה ס'איז געגאנגען פייער פון די באלאטעס!
איז האב איך געקלערט צו פרובירן מסביר זיין א טראפ וואס די רבנים האוסרים האלטן.
אוודאי נישט יעדע רב רעדט ממש צום זאך, ס'איז אבער דא געוויסע פראמינענטע רבנים וואס צו אונז ווילן יא צו נישט זענען זיי די היינטיגע גדולים, ת"ח וגאונים, יא א דור צוריק זענען נאך געוועהן אמת'ע גדולים, אבער דאס איז די דור אין וואס אונז זענען, פארפאלען!
די לעצטע צוויי זייטן איז מען דן אויף די בריוו פון רבי מענדל זילבער מ'פריימאן, וואס איז א גאון עצום מאד און היות ער פירט שוין ד"ת פאר צענדליגע יארן האט ער אויפגעבויעט א שכל הישר צו קענען גוט צונעמען די שווערסטע קאמפלצירטע שאלות, נישט יעדער ווייסט, אבער היינטיגע צייטן טוהן אסאך רבנים וואס האבן א שווערע הלכה שאלה זיך ווענדן צו רבי מענדל'ן.
[ יא אסאך איז שוין געשריבן געווארן דא אויף קרעמל טענות אויף איהם, איך מיין אז ס'נעמט אבער נישט אוועק למעשה, ואין כאן הזמן להאריך, איז מ'דארף נישט יעצט ארויף קומען זאגן 'ווער ר' מענדל? איך האב אליין געהערט פון איינעם אז ער....אהער און אהין, מיין פוינט יעצט איז ער און נאך אנדערע זענען די גדולים איז לאמיר זען וואס זיי זאגן]

די ארגענזאציע "זכו" זאגט נישט נאר אז טו נישט סתם די מצות עונה און נאך וואס דו האסט גענדיגט, דו ביסט שוין מסודר, האסט מזריע געוועהן און גייסט דיך אוועק, נאר מ'דארף אויך מאכן זיכער אז די ווייב פילט אויך איהר חלק וכד' ווי מ'האט געשריבן דא אויבן
ווען א פלעין פשוטע אינגערמאן הערט די שיעורים פון זכו עפענען זיי איהם אויף א נייע וועלט הנקרא "אינדזשוימענט" זיי נישט סתם א נער אזויווי ביסט געוועהן ביז יעצט אז האסט געטוהן עונה סתם, וועק דיך אויף ס'איז דא א ריזיגע וועלט אויף די נושא, וואס ס'געשענט איז מ'הייבט זיך אריינצולייגן אז מ'זוכט טרעפט מען! ס'איז דא אזא וועג וואס מ'קען טוהן, אין אזא אין אזא אופן האט מען נאך מער תענוג אין אויב מ'טוהט קודם דעיס און נאכדעם יענץ איז די הנאה דאפעלט, עכ"פ מ'גריבלט און מ'ווערט איינגעזינקען ס'נעמט אוועק אינגאנצן די ריינקייט און תמימות פון די וואוילע חסידישע אינגעלייט, אלע אלע ספרים רעדן ארום פון דעם אז בשעת תשמיש דארף מען האבן הייליגע מחשבות מ'זאל טראכטן פון ד"ת פון צדיקים און לשם מצוה, משא"כ יעצט טראכט ער און ער רעדט פון תאוה ותענוג!!
איז די אופן ווי זיי לייגן עס אראפ ביי די לעקציעס, מאכט אזעלכע מחשבות און מעשים!
די רמב"ן שרייבט א"כ ימצא בעל התאוה מקום להיות שטוף בזמת אשתו.. וידבר ככל הנבלות..
אוודאי אז ביי א אינגערמאן אין שטוב איז פראבלעמאטיש און ער פילט אז ער קען נוצן העלפ אין די נושא מעג ער און ער זאל, גיין פריוואט צו איינעם וואס וועט איהם ארויסהעלפן אבער די אופן פון מאכן א פאון ליין פאר די רבים 'רבותי קומטס אין די מאסן' יעדער איינער זאל זיך אריינלייגן אין דעם, יעדע כולל איגערמאן זאל זען די פילע וועכנטליכע אדווערטייזמענטס און ווערן אנגערייצט סתם אזוי, פארוואס נישט! לאמיר נעמען די קורס! איי פארוואס פעלט דיך עס אויס?!
ס'שטערט נישט פאר די רבנים אז שעפטל אדער אנדערע גרויסע חשובע קרעמל ניקים הערן עס אויס! מ'רעדט פון מאכן א ליין פאר די גאס כל דיכפין ייתי ויתענג..

איך האב געשריבן מער אבער ס'האט זיך נעכטן פארמעקט איך האב א געוואלדיגע צער, איך האב נישט יעצט די כח אין מח צו עס איבער שרייבן!
[איך האף אז די עולם דא וועט הנאה האבן פון די תגובה, איך האב עס נאר געשריבן ווייל איך וויל אז די היימישע קרעמלער זאלן זיך מחי' זיין [אז מ'וועט עס נישט לייקן שטעל איך מיך גלייך אפ פון שרייבן מער אויף די דרך, ס'פעלט מיך נישט אויס!]
מיט פארשטענדעניש א דאנק!! :love:
 
צורבא דו שרייבסט גוט, און אויב נאר דאס וואלט געווען די טענה,
קען מען אויך טעהנ'ן אויף די קדושת הבית שיעורים פון מרגליות, און פון בנין בדעת, און נאך וואס איך געדענק נישט פונקטליך די נעמען,
בנוסף לזה אפילו אויב דאס איז נאר אויף איהם דירעקט, וואלט נאכאלץ נישט געמעגט זיין די נושא פערזענליך איבער דעם מענטש, אדער איבער זיינע שיעורים, וואס איז מורא'דיג וויכטיג, פאר אסאך מענטשן [אפילו צווישן די גאר געהויבענע אינגעלייט, און גאר פרומע, ביודעי ומכירי קאמינא, האבן געדארפט צוקומען דערצו] און יעצט וועלן זיי מורא האבן דאס צו הערן ווייל עס איז טריפה, די בריוון וואלטן געדארפט פאוקעסן אויף די חלק פון אלע אזעלכע שיעורים, אויב איז דאס אויף א טעלעפוין ליין פאר'ן פובליק איז דאס נישט גוט, און פאר'ן יחיד ווער עס פילט אז זאכן זענען נישט ווי עס דארף צו זיין, זאל גיין,
 
לויטן אור החיים הק' ערשטן פשט, איז געווען מעשה צחוק וחיבה ביום



1766765803905.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
@צורבא דרבנן שתי תשובות בדבר,

א. כ'ווייס נישט פון ווי דו נעמסט די הנחה אז זכו מאכט יונגעלייט זאלן גיין זוכן נייע תאוות וכו', אדרבה הרב זכו טענה'ט אז ער האט מאסן יונגעלייט וואס ער האט ארויסגעשלעפט פון די מבואות המטונפות בתהום האינטערנעט ווי זיי האבן זיך ארומגעדרייט זוכן פאר עצות צו האבן א בעסערע לעבן, נישט באקומענדיג די מינמאלע ידיעות פון זייער א.ג. "מדריך".

והשנית, אז ס'איז ווייט נישט קיין יחיד'ישע פראבלעם פון בלויז פלוני און אלמוני, ס'איז לצערינו א עכטע צרת רבים, און זייער אסאך יונגעלייט קומען נישט פרעגן מחמת בושה אדער ווייל זיי האבן נישט וועם צו פרעגן אדער אנדערע סיבות שונות, הצד השוה אז ווער ס'טוט מיט יונגעלייט און ווייסט אפילו נאר אביסל וואס גייט פאר, פארשטייט די געוואלדיגע תועלת פון די שיעורים, געוויסע עלטערע לייט ווילן עס נישט פארשטיין.

אבער, ועל כולם שלא לגופו של השיעורים, אויב בסך הכל איז עס בעצם גוטע און נוצליכע שיעורים, אבער "נאר פאר ווער ס'דארף עס" (צווישן אונז גערעדט - מסתמא איבער 80%), איז וואס וואלט געווען אזוי שלעכט ווען די אוסרים הייבן אויף א טעלעפאן צו הרב עבער זיך באדאנקן פאר די הערליכע שיעורים און די געוואלדיגע תוכן וכו', און ספעציעל פארן טון זייער (שמוציגע) ארבעט וואס זיי אלע יארן איגנארירט, און דערנאך קענען זיי איידעלערהייט אויפמערקן אז די סגנון פון די אדווערטייזמענט'ס איז אביסל צו בלאנט און ס'רופט ארויס צו שרייעדיג "יעדן איינעם", און אויב ס'וואלט געווען שייך צו טרעפן עפעס א מהלך צו גיין צווישן די טראפן, וכו' וכו', האלטס באמת אז זכו וואלט זיך אנגעפיפן?!?
נאר וואס דען, קיינער האט אים נישט גערופן - ווייל זייער פראבלעם איז מיט די עצם שיעורים, אדער בעסער מיט די עצם מצוה אשר קדשנו ה' במצוותיו וצוונו לתת לה עונה כדת וכדין.
 
לעצט רעדאגירט:
תשמיש בא ע"י צחוק

לשון 'מצחק' אשכחן בכמה דוכתי דקאי אתשמיש, לפי שהוא בא ע"י צחוק
, כמו יצחק מצחק את רבקה אשתו, (בראשית כ"ו, ח'), וכדמתרגמינן וכומז (שמות ל"ה, כ"ב) ומחוך, [ודרשינן עלה] (שבת ס"ז, א), דבר המביא לידי גיחוך.

(פירוש מהר"י איסרלן - בעל תרומת הדשן, שמות ל"ב, ו')



תשמיש אפילו בקדושה ופרישות נקרא "צחוק"

דבר זה ידוע כי הערוה הוא בעצמו צחוק וכמ"ש הכתוב (בראשית ל"ט) הביא לנו האיש לצחק בנו ופירושו ערוה, וזה בכמה מקומות שנקרא הערוה שחוק כמו הביא לנו האיש לצחק בנו, ואף התשמיש שהוא בקדושה ובפרישות נקרא צחוק, ... כי הפועל הזה הוא צחוק לגמרי, וזהו לשון דברי חכמים ז"ל בכל מקום (נדה י"ג, ב') המשחקים בתינוקות קראו התשמיש שחוק.

(דרך חיים, מהר"ל אבות – פ"ג משנה י"ג)



מצחק את רבקה זה שעשוע ושמחה

צחק. למה זה צחקה שרה (בראשית י"ח, י"ג.), לא צחקתי (שם ט"ו.), כל השמע יצחק לי (שם כ"א, ו.), ותצחק שרה בקרבה (שם י"ח, י"ב.), כלומר צחקה ואמרה בקרבה לא שהוציאה דבר מפיה על כן כחשה בעבור היראה. או פירוש ותצחק שרה בקרבה שצחקה בינה לבין עצמה שלא ראה אותה אדם צוחקת. והשם צחק עשה לי אלהים (שם כ"א, ו.), זה צחוק בפה. והכבד ויצחק לפניהם (שופטים טז, כה.), מצחק את רבקה אשתו (בראשית כ"ו, ח.), ויקמו לצחק (שמות ל"ב, ו.), וזה שעשוע ושמחה.

(ספר השורשים לרד"ק - ערך צחק)



לשמחה ולהתקשר עמה בדברי חיבה – בלא זה הוא מעשה הפקירות

אגב אורחא אשמועינן עוד באומרו את רבקה ולא אמר עם רבקה, לאשמעינן אורח ארעא דצריך לבסמא לה במילין לאתקשרא עמה בחביבותא דלא תשתכח גביה כהפקירא [זוה"ק ח"א קמ"ח ע"ב], וז"ש מצחק את רבקה, שהביא אותה לידי צחוק, כהא דרב שח ושחק וכו' [ברכות ס"ב.], וז"ש אשתו, דלא תהוי גביה כהפקירא, רק אשתו המיוחדת, וליכא מידי דלא רמיזא באורייתא:

(ספר אגרא דכלה - פרשת תולדות)
 
Back
Top