ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

ווי זאגט יענער...מרבים /מרבין בשמחה' מ'קען זאגן ביידע, ס'נישט קיין חילוק
והא ראי' די רמב"ם, זענען דא וואס זאגן רמב"ם און דא וואס זאגן רמב"ן....
א פרוי איז געקומען צום רב נאך דער חתונה און האט אים דערציילט, אז אין זייער שטוב דאַווענט מען נוסח ספרד, משא״כ איר מאן דאַווענט נוסח אשכנז.
און דערפאר האט זי אַ ספק: צו זי דארף זאגן "מערִיצִין וּמקדישִׁין וּמַמְלִיכִין", אָדער "מערִיצִים וּמקדִּישִׁים וּמַמְלִיכִים"?
האט דער רב געענטפערט: מ׳זעט דאך, אז מענטשן זאגן אמאל רמב״ם און אמאל רמב״ן איז דאך קלאר, אז דאס איז נישט מעכב.
 
image_40262_1.webp


צדיק אחד בסדום
ר' משה הלל הירש 'ממעג גיין אנגעטון שיין, "אפי' לויט די מאדע"
'אור בתוך החושך '....
 
לעצט רעדאגירט:
לפענ"ד נעמט זיך אלעס, ווייל מען וויל זיך אליינ'ס אנרעדן אז מען האט בכלל נישט קיין הנאה פין דער וועלט, ווי כאילו מען טיט טאקע נאר אלעס כאילו כפאו שד, סוי אז מען פארגינט זיך נישט אליין הנאה, פארגינט מען אויך נישט פאר יענעם הנאה
במציאות האט יעדער ב"ה פיין הנאה, סוי פארגין אויך הנאה פאר אן אנדערן איד, פארגין אויך הנאה פאר די נשים צדקניות
 
לעצט רעדאגירט:
לפענ"ד נעמט זיך אלעס, ווייל מ'וויל זיך אליינ'ס איין רעדן אז מ'האט בכלל נישט הנאה פין די וועלט, כאילו מ'טיט אלעס ממש נאר ככפאו שד, אין ממילא אז מ'פארגינט זיך נישט אליין הנאה, פארגינט מען אויך נישט פאר יענעם הנאה
למעשה במציאות האט יעדער ב"ה פיין הנאה, ממילא פארגין אויך הנאה פאר א צווייטע ייד, פארגין אויך הנאה פאר די נשים צדקניות!!!
בלתי ספק אז יעדער איינער זוכט זיך מתענג זיין אהבה בתענוגים (כולל אלע פרומע )אזוי ווי דער ירושלמי זאגט אז מען וועט דארפען גיבען א חשבון פארוואס מען האט נישט הנאה גיהאט פון די בריאה פון גאט, פון יעדע פרי, און הוא הדין יעדע כשר׳ע תענוג , און אויסער דעם איז דא א ענין קדש עצמך במותר לך צו וואס מען קען עווענטועל האבען א שטרעבונג צו צוקומען נאך ווען מען איז ממלא כריסו בש״ס ופוסקים , אבער דאס דרשנט מען נישט אלץ א תביעה אדער חיוב .
 
איך וועל עס איבערחזר׳ן אין איין שורה, ווען מאן און ווייב ענדזשויען זיך אינאיינעם, שפארט עס [כמעט] אלע שלום בית פראבלעמען! קדושה מיינט געבן פאר די ווייב אלעס אלעס!!!
 
בלתי ספק אז יעדער איינער זוכט זיך מתענג זיין אהבה בתענוגים (כולל אלע פרומע )אזוי ווי דער ירושלמי זאגט אז מען וועט דארפען גיבען א חשבון פארוואס מען האט נישט הנאה גיהאט פון די בריאה פון גאט, פון יעדע פרי, און הוא הדין יעדע כשר׳ע תענוג , און אויסער דעם איז דא א ענין קדש עצמך במותר לך צו וואס מען קען עווענטועל האבען א שטרעבונג צו צוקומען נאך ווען מען איז ממלא כריסו בש״ס ופוסקים , אבער דאס דרשנט מען נישט אלץ א תביעה אדער חיוב .
mekor asap
 
איינער ווייסט ווען זיי האבן די נעקסטע יופי קורס?
 
גראדע דאכט זיך אז ס'שטייט אין שבט הלוי אז היינטיגע צייטן איז חיבוק ונישוק אסור שלא במקום מצווה ווייל ס'איז לא ימלט אז ס'זאל נישט קומען אביסל זרע חלילה
דאס אויסלערנען אינגעלייט זיך אפצוהאלטן פון חיבוק ונישוק, איז לדעתי א אומגעהויערע עוולה שאין כדוגמתה. ווער עס איז באקאנט מיט מענטל העלט, וועט וויסן אז מענטשן דארפן חיבוק, פיזישע נאנטקייט און ליבשאפט. האֳגן איז גאר געזונט פאר עמאציאנאלע רעגולאציע. בפרט אין די שווערע סטרעספול לעבן וואס מיר היימישע אידן גייען דורך - גרויסע משפחות וכו' איז דאס גאר וויכטיג. עס איז בעיסיק חלק פון רילעישנשיפ בין איש לאשתו.
 
ירושלמי קידושין ד.יב. בשם רב עתיד אדם ליתן דין וחשבון על כל שראת עינו ולא אכל ,דער מפרש זאגט פשט משום שאינו נותן לבו לחזור אחריהן לברך ולהודות השם ב״ה שברא מינים אלו להחיות בהם בני אדם וכו׳, ער זאגט אז גאט האט עס באשאפען דער מענטש זאל האבען הנאה האבען פאסט נישט צוזאגען עס איז נישט פאר מיר , קומט אויס קלאהר אז מען קען טהון לשם שמים הנאה צוהאבען פון די וועלט, מען דארף נישט זיין פרומער פון גאט .
פארשטייט זיך מיט א בעלענס והחכם עיניו בראשו .
 
דאס אויסלערנען אינגעלייט זיך אפצוהאלטן פון חיבוק ונישוק, איז לדעתי א אומגעהויערע עוולה שאין כדוגמתה. ווער עס איז באקאנט מיט מענטל העלט, וועט וויסן אז מענטשן דארפן חיבוק, פיזישע נאנטקייט און ליבשאפט. האֳגן איז גאר געזונט פאר עמאציאנאלע רעגולאציע. בפרט אין די שווערע סטרעספול לעבן וואס מיר היימישע אידן גייען דורך - גרויסע משפחות וכו' איז דאס גאר וויכטיג. עס איז בעיסיק חלק פון רילעישנשיפ בין איש לאשתו.
נישט נאר יונגע לייט , עס גייט אהן פונקט אזוי ביי
עלטערע אויך , וודאי באופן צנוע, אזוי ווי עונת תלמיד חכם איז ליל שבת ושבת , צוויי מאהל שבת אפילו ביי עלטערע ( לויט א טייל שיטות ) , הוא הדין מיט כל המסתעף און עס איז א פארט פון די חיובים .
 
איינער קען אהערברענגען א רעקארדירטע שיעור?

וואָס איז ער שוין מחדש?
 
Back
Top