ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

גראדע דאכט זיך אז ס'שטייט אין שבט הלוי אז היינטיגע צייטן איז חיבוק ונישוק אסור שלא במקום מצווה ווייל ס'איז לא ימלט אז ס'זאל נישט קומען אביסל זרע חלילה
ברעג ווי עס שטייט אין שבט הלוי
 
איך האב געפרעגט מיין חתן רבי און ער האט מיר געזאגט אז מיטן ווייב איז עס מותר אפי' אויב ס'קומט זרע. נישט נאר ביי הכנה למצוה (פרי קאם) איז עס הייליג. נאר אויך סתם אזוי ארויסצוווייזן ליבשאפט אפי' שלא בזמן המצוה.
ע"פ הלכה הייסט נישט פרי-קאם זרע, כמבואר במשניות מקוואות פ"ח
אין אויך במציאות איז פרי-קאם נישט מוליד, ס'איז סתם וואסער וואס די קערפער געט ארויס צוציהעלפן די מצוה, פרי-קאם אליינ'ס קען נישט מוליד זיין גארנישט
 
PHOTO-2025-12-25-14-15-39.webp
ר׳ מענדל זילבער
 
ע"פ הלכה הייסט נישט פרי-קאם זרע, כמבואר במשניות מקוואות פ"ח
אין אויך במציאות איז פרי-קאם נישט מוליד, ס'איז סתם וואסער וואס די קערפער געט ארויס צוציהעלפן די מצוה, פרי-קאם אליינ'ס קען נישט מוליד זיין גארנישט
לפי ידיעתי אין אין פרי-קאם אויך דא גענוג מאטעריאל צו גורם זיין אן עיבור ( הגם נאר ביי א מועט) , לגבי צו עס איז א פראבלעם קען מען דן זיין, אז אויב עס איז בדרך חיבה לאשתו, איז עס נישט אנדערש ווי אנדערע עקטיוויטי בשעת תשמיש,ווי פרי-קאם איז נישט א פראבלעם
ואם תמצי לומר נאכמער, תוספות איז דאך מתיר
שלא במקום, דרך אקראי, אפילו מיט גומר זיין ,
 
לעצט רעדאגירט:
לפי ידיעתי אין טין פרי-קאם אויך דא גענוג מאטעריאל צו גורם זיין אן עיבור , לגבי צו עס איז א פראבלעם קען מען דן זיין, אז אויב עס איז בדרך חיבה לאשתו, איז עס נישט אנדערש ווי אנדערע עקטיוויטי בשעת תשמיש,ווי פרי-קאם איז נישט א פראבלעם
ואם תמצי לומר נאכמער, תוספות איז דאך מתיר
שלא במקום, דרך אקראי, אפילו מיט גומר זיין ,
לפי ידיעתי מאכט איר א טעות, פרי-קאם איז כמעט נישט במציאות ס'זאל קענען מוליד זיין, ס'דא א מעגליכקייט אז ס'זאל זיך אנקלעבן עפעס פין א פריערדיגע מאל, אבער אפילו דאס איז א זאך וואס איז רחוק מאד במציאות
 
איך ווייס נישט וויאזוי א רב שעמט זיך נישט צו זאגן אז מען האט איהם געברענגט העתקות פון טעיפס, ווען מען האט שוין וויפיל מאל מודיע געווען, אז די טעיפס זענען געשטיקלט כדי ארויסצונעמען פון קאנטעקס,
האט ער מברר געווען צו די טעיפס זענען קראנט?
האט ער געפרעגט דעם מחבר פון די שיעורים, וואס ער האט צו ענטפערן אויף דעם?
אזוי גיבט מען ארויס אן איסור אנטקעגן א מענטש, אן מברר זיין די פרטים?
האט ער געטוהן אזוי ווי כ"ק אדמו"ר מפארשעי, וועלכע האט אריבערגערופן דעם מענטש און אלעס מברר געווען און געוואויר געווארן אז להד"ם, דא זענען דא מענטשן מיט אן אגענדע, וכדו' [ כך שמעתי פון א מורה הוראה וואס האט אביסל מיטגעהאלטן]
אסאך האלטן פונקט ווי איהם נאר האבן מורא ארויסצוקומען,
 
שוין אן אלטער ייד ער האט שוין פארגעסן די יוגענט
גלוסטעניש , ברענגט ער א רמב״ן נישט צוזיין א נבל ברשות התורה , אוודאי איז דא דרגות אין קדושה פון קדוש יאמר לו,אבער די הלכה בלייבט אז מען מוז צופרידען שטעלן די פרוי, און אויך זיך, מען זאל נישט רועה זיין בשדות אחרות, און אז מען טהוט לשם שמים,כדי עס זאל זיין אוכל לשובע נפשו, ווען מען גייט ברחובות ושווקים, איז דער רמב״ן אויך מודה
ועונתה לא יגרע.
 
לפי ידיעתי מאכט איר א טעות, פרי-קאם איז כמעט נישט במציאות ס'זאל קענען מוליד זיין, ס'דא א מעגליכקייט אז ס'זאל זיך אנקלעבן עפעס פין א פריערדיגע מאל, אבער אפילו דאס איז א זאך וואס איז רחוק מאד במציאות
קוק ביי בירט קאנטראל עפעקטיוונעס, פון די וויטדראועל מעטאדע, זאגען זיי אז עס איז נישט רעליייעבל, ווייל אין די פרי עשדזדעקולעישן מאטעריאל איז דא זרע להזריע , עכ״פ אזוי זאגען זיי, קען זיין נאר א מועט און רוב טאקע נישט .
 
קוק ביי בירט קאנטראל עפעקטיוונעס, פון די וויטדראועל מעטאדע, זאגען זיי אז עס איז נישט רעליייעבל, ווייל אין די פרי עשדזדעקולעישן מאטעריאל איז דא זרע להזריע , עכ״פ אזוי זאגט זיי.
זיי זענען אויך מודה אז ס'כמעט נישט במציאות, זיי האבן נאר מורא אפילו פין א חשש רחוק, אין אויך, והוא העיקר, ווייל אפשר וועט מען ארויסציען צי שפעט, קוקט'ס עס נאך וועט איר אליינ'ס זען
 
משל למה הדבר דומה, עטליכע אידן וואס זענען ארויסגעקומען פון לב טהור וואו מען האט אויסגעלערנט צו הונגערן און מ'איז זיי מסביר אז מ'מעג עסן צו די זעט. קומט איינער און הייבט אן צוזאמשלעפן פון ספרים וסופרים איבער די תאוות האכילה און די רמב"ן וואס זאגט אז די תורה וויל נישט מ'זאל מרבה זיין אין תאוות האכילה נאר כפי הצורך. אזא איינער איז נישט מיט אלעמען, ווייל עסן צו די זעט איז בכלל נישט וואס די רמב"ן מיינט, די רמב"ן רעדט פון עסן ווען די טעיסט באדס ערלויבן כדי צו מרבה זיין הנאה ווי מער, אבער ווען א מענטש עסט ווען ער איז הונגעריג צו די זעט איז דאך פשוט אז נישט פון דעם רעדט מען. די זעלבע דא, מ'האט פארדרייט א קאפ פאר מענטשן אז מצות עונה איז עפעס אן ערענסטע אנגעצויגענע זאך וואס מ'טאר דערפון בכלל נישט הנאה האבן, און יעדע מאל מ'טוט עס איז עס א האלבע עבירה, קומט איינער און לערנט אויס די ריכטיגע צוגאנג דערצו, צו ברענגען דערויף די רמב"ן איז א זיוף וסילוף שאין כדוגמתו. זכו זאגט דען אז מ'זאל זיין מצויין אצל נשותיהם כתרנגולין? מ'רעדט ווען מ'טוט עס יא כל אחד לפי בחינתו זאל עס זיין אויף אן אופן פון סיפוק והנאה פאר ביידע. נישטא קיין רמז ורמיזה אין רמב"ן אז מ'זאל נישט מעגן הנאה האבן. דאס איז ממש סילוף התורה בלבוש קנאות.
 
זיי זענען אויך מודה אז ס'כמעט נישט במציאות, זיי האבן נאר מורא אפילו פין א חשש רחוק, אין אויך, והוא העיקר, ווייל אפשר וועט מען ארויסציען צי שפעט, קוקט'ס עס נאך וועט איר אליינ'ס זען
קען מען מחדש זיין אז דאס וועט זיך ווענדן אויב ביי א פרוי איז דא דער איסור פון מוז״ל ווייל די פלואיד וואס איז ביי די פרוי איז בגדר פרי-קאם , איז אויב
זאגט מען אז ביי א פרוי איז אסור איז עס שייך ביי
א מאן אויך ביי פרי-קאם, אבער ווי גיזאגט אויב איז עס דרך חבה איז עס נישט קיין פראבלעם
ונוהג בזכר ובנקיבה.
 
די גאנצע נושא פון זכו און חתן שיעורים פארלאנגט זיך אן ערנסטע @כוואליעס אפהאנדלונג
 
Back
Top