עס האט זיך אנגעהויבן איבער ל"ג בעומר ווען מדנ"י (יוסי דייטש) האט געמאכט א הסכם מיט "אש דת" אז זיי וועלן זיי לאזן קעהר נעמען פון די ציון, צניעות, וכו', כדי עס זאל זיין ארדענונג אויפן בארג, אש דת (עמרם ט"ב) האט זיך ארויפגעכאפט אויף [וואס איז בעצם א גוטן דיל] דעם און אנגעהויבן מיטארבעטן, יענקלע כהן האט אויך מיטגעשטימט מיט זיי, זייענדיג זייער נאנט מיט עמרם ט"ב. צווישן די קנאים אין א"י האט מען זיך אנגעהויבן ערנסט ארום רייסן און עס גייט נאך אהן ביז היינט, חיים שלו' לעפקאוויטש איז געווען זייער קעגן די צוגאנג פון אש דת אין ער האט פארפירט קעגן זיי, און מיט דעם האט ער זיך צוקריגט מיט יענקלע כהן, כאטש וואס לגבי קאמען קאור זענען זיי איינשטימיג קעגן סאטמאר...