ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

עס איז נארמאל אין סאטמאר צי רעדן וועגן שמירת הברית צי די בחורים. ער האט געוואלט זיין קלאר פון וועלכע איבר ער רעדט האט ער געזאגט אז עס איז צווישן די פיס. דאס איז נארמאל. עס איז פשוט לאכעדיג אז עס פארט ארום.
ס'האט נישט אויסגעפעלט מסביר צו זיין...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווי לאנג עס איז נאר ר׳ הילל וואס קומט ארויס קעגן, זעמיר גוט. ער איז א הייליגער איד, אבער נישט פאר די סארט זאכן, און איך גלייב אז איינער וואס וויל הערן די שיעורים פארשטייט דעיס, און ווער נישט זאל עס טאקע נישט הערן, ס׳איז נישט פאר אים.
 
איך וויל נישט פארדרייען די שנירל, אפשר זאל מען עס אויסשמועסן ערגעץ אנדערש, אבער ס'קוקט אויס פון רוב עולם אויף קאווע שטיבל אין געוויסע ניקים דא אויך וואס נעמען אן מיט א זיכערקייט אז ס'וויכטיג אז אזא דרשה זאל בכלל געזאגט ווערן אין ישיבה, די פראבלעם איז נאר די וועג ווי אזוי מ'זאגט עס.

איי ריספעקטפעלי דיסעגרי, ר' הילל הכעסן האלט אז קדושת הבית זאל מען נישט רעדן אין פאבליק? איך האלט אז קדושה דארף מען נישט רעדן אין פאבליק!

נאר וואס? א טאטע דארף רעדן אין א רואיגע מינוט צי זיינע קינדער ווען זיי ווערן מבוגר וועגן זייער באדי וואס טוישט זיך, אז זיי זאלן זיך נישט דערשרעקן ווען ס'קומט עפעס ארויס, און די טאטע קען אפילו צילייגן אז ס'שטייט גרויסע זאכן פאר ווער ס'האלט זיך צירוק.

אבער האלטן אזא מות יומת דרשה איז נאריש, און קאונטער פראדאקטאיוו!!
 
נאר וואס? א טאטע דארף רעדן אין א רואיגע מינוט צי זיינע קינדער ווען זיי ווערן מבוגר וועגן זייער באדי וואס טוישט זיך, אז זיי זאלן זיך נישט דערשרעקן ווען ס'קומט עפעס ארויס, און די טאטע קען אפילו צילייגן אז ס'שטייט גרויסע זאכן פאר ווער ס'האלט זיך צירוק.
הלוואי עס זאל אזוי זיין, אזוי דארף ווען צו זיין, דאס איז טאקע דער ריכטיגע וועג,
אבער היות אונזער קאמיוניטי איז אויסגעשטעלט הונדערטער מיילן ווייט פון אזא מציאות געשעט עס נישט, ס‘הערשט א געוואלדיגע טאבו ארום די נושא,
עלטערן זענען ווייט נישט אזוי נאנט און אפן מיט די קינדער, די טאטע אליינס האט קיינמאל נישט באקומען קיין עדוקאציע אויף דעם נושא, און כש”כ עדוקאציע אויף צו איבער געבן פאר די קינדער,
איך גלייב אז ס‘איז דא אזעלכע עלטערן, אבער ס‘רוב פון אונז נישט,
רוב עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי צו עסן די נושא.
 
הלוואי עס זאל אזוי זיין, אזוי דארף ווען צו זיין, דאס איז טאקע דער ריכטיגע וועג,
אבער היות אונזער קאמיוניטי איז אויסגעשטעלט הונדערטער מיילן ווייט פון אזא מציאות געשעט עס נישט, ס‘הערשט א געוואלדיגע טאבו ארום די נושא,
עלטערן זענען ווייט נישט אזוי נאנט און אפן מיט די קינדער, די טאטע אליינס האט קיינמאל נישט באקומען קיין עדוקאציע אויף דעם נושא, און כש”כ עדוקאציע אויף צו איבער געבן פאר די קינדער,
איך גלייב אז ס‘איז דא אזעלכע עלטערן, אבער ס‘רוב פון אונז נישט,
רוב עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי צו עסן די נושא.
איך פארשטיי, אבער די עצה פאר דעם איז נישט צי הייערן א פאנאטישע עקסטרעמיסט זאל שרייען פאר די בחורים מות יומת..

ענדערש רעדט נישט גארנישט
 
הלוואי עס זאל אזוי זיין, אזוי דארף ווען צו זיין, דאס איז טאקע דער ריכטיגע וועג,
אבער היות אונזער קאמיוניטי איז אויסגעשטעלט הונדערטער מיילן ווייט פון אזא מציאות געשעט עס נישט, ס‘הערשט א געוואלדיגע טאבו ארום די נושא,
עלטערן זענען ווייט נישט אזוי נאנט און אפן מיט די קינדער, די טאטע אליינס האט קיינמאל נישט באקומען קיין עדוקאציע אויף דעם נושא, און כש”כ עדוקאציע אויף צו איבער געבן פאר די קינדער,
איך גלייב אז ס‘איז דא אזעלכע עלטערן, אבער ס‘רוב פון אונז נישט,
רוב עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי צו עסן די נושא.
ס'געשעט שוין איינמאל... און די זעלבע מיט זכו און אנדערע. דער עולם האט גענומען זאכן אין די אייגענע האנט
 
עס איז נארמאל אין סאטמאר צי רעדן וועגן שמירת הברית צי די בחורים. ער הייבט אן מיטן זאגן אז ער וויל רעדן פון דעהם ווייל אפשר איז דא איינער וואס ווייסט נישט. ער האט געוואלט זיין קלאר פון וועלכע איבר ער רעדט האט ער געזאגט אז עס איז צווישן די פיס.

איך זאג נישט אז איך וויל מען זאל זאגן אזעלכע דרשות פאר מיינע קינדער, אבער עס מאכט אים נישט פאר קיין חזירַ, עס מאכט אים פאר א געווכנטליכע סאטמארע רעדנער.

אגעין, איך האלט נישט פון זיין השקפה, אבער ער איז נישט קיין חזיר פארן זאגן זאכן וואס איז איינגעפירט אין סאטמאר צי רעדן מיט קינדער און בחורים.
מ'האט קיינמאל אין סאטמאר נישט אזוי גערעדט. מ'האט גערעדט ברמיזה.
 
מ'האט קיינמאל אין סאטמאר נישט אזוי גערעדט. מ'האט גערעדט ברמיזה.
עס איז פשוט מען רעדט נישט אזוי
עס האט איהם אהנגיכאפט א יצר צו רעדן ניבול פה און ער האט גיטראפן א גילעיגענהייט עס אריינצולייגען אין פרומקייט און זעטיגען די ליידענשאפט כעין נחום
 
הערטס די דרשה און נאכדעם קוקטס די קאמענטס אויף ק"ש.. ענק וועלן נישט חרטה האבן... 🤣

View attachment 11159
אין זיין דרשה קעגען זכו זאגט ער אז זכו איז אפיקורס ווייל דער רבי זי"ע האט נישט געלאזט לערנען נאר בצנעא, און דא געט דער צדיק א דרשה ברבים... זעט אויס אז ער איז גאר דער אפיקורס
 
פון מײנע ארכיװן - װען ס'איז געװען די בילגרײ פרשה האב איך דאס געהאט געשריבן (רוב מלוקט פון קאװעשטיבל סײט). איך לײג עס אצינד דא ליהנות בהם בני אדם:

מאנסי נ"י. אין א איבערשפילנדע חזרה, איז ענדע דעצעמבער, ווידער ארויסגעקומען בריוון פון א רייע חרדישע רבנים אין די יו.עס., און אפילו פון קאנאדע, לונדון און אר”י, קאָנדעממען די האַטליינס און וועבּסייטס וועלכע גיבן קאָפּלס שיעורים ברבים, אין אידיש, וועגן סעקס און בכלליות וועגן זייערע אינטימישע לעבן אין די שלאפצימער. ספעציעל האט זיי פארדראסן איינע אַ מרס שיינדי בילגורײ, וואס, ווי מ’זאגט, האט געמאכט א רעוואלוציע אין דער נושא אין די לעצטיגע דריי יארן לכה"פ, און האט אפילו אין די עָבר געקריגן רעקאמענדעישנס פון גאר פרומע און היימישע רבנים. נאר ווילאנג אירע שיעורים האבן זיך געהאלטן צו שלום בית אין דזשענערל איז זיי ניחא געווען. אצינד ווען זי האט אנגעהויבן רעדן וועגן די ‘מצווה’ ענינים, איין אזא שיעור פאר כַּלות, וועלכע איז געמאכט געווארן עוועילעבּל אויף די האטליין, האבן אזעלכע שטורן, זעלבסט פאררופענע אקטיוויסטן און קנאים, ווי יענקלע כהן פון מאָנראָו און ישראל משה דירנפעלד, אנגעהויבן פארדרייען א קאפ די רבנים, עטליכע פון זיי וועמענ’ס פרויען און קינדער זענען געזאגט צו האבן צוגעהערט צו אירע שיעורים (נישט קלאר צו בחשאי אדער נישט), אז מען ברויך איר בּעננען, פארבאטן און אסר'ן. אירע שיעורים זענען די אַנטי-טיסעס פון ‘קדושת הבית’, זענען אינפלוענסד ביי נישט-אידישע השקפות און מען טאר פון איר אויך וואָן-אָן-וואָן קאָנסאָלטעישן נישט נעמען.

1766058539415.webp

מרס פעלבערבוים

וואס אן אמת, גייט שוין אהן דער קאמף אנטקעגן אט די פירצה פון זומער פאָריגע’ס יאהר, און נישט נאר קעגן איר, נאר אויך קעגן אנדערע וועלכע פירן אהן מיט ענליכע אונטערנעמונגען. צוריק אנהויב יולי 23’ האבן א קליקע וואס רופן זיך וועד משמרת יהדות, פארשפרייט א צעטל קעגן א מרס חנה פעלבערבוים פון מונסי צוליב אירע קאנפרענץ קאללס און וועבסייט מיט’ן נאמען chanyfelberbaum.com.

1766058564153.webp

ר' ישראל פון וויז'ניץ מונסי

מרס פעלבערבוים רעדט און פארקויפט די שיעורים כדי צו העלפן פרויען וועלכע זענען אריבער טראומע ווי אַבּיוז, גט, שווערע קינדער יארן און סתם אבידות, ווי למשל פארלירן א נאנטן. די קליקע איז בעת הִווסדוֹ באשטאנען פון ר’ ישראל הגר רבי פון וויזניץ מונסי, ר’ משה גרין ז"ל ראש ישיבה דמונסי אויך פון סקווירא-מונסי קודם, ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל בעל מכשיר פון נייטרא, און ר’ חיים פייוול שנעבאלג לשעבר פון קהל אברכים מונסי און היינט ממלא מקום צו זיין טאטע ר’ מ"מ ז"ל, אין מחזיקי הדת מנצ’סטר (אגב ער איז אויך א שוואגער פון ר’ יוסף דוב בּאַבּאד פון בעלז סתם לונדון). נאכדעם זענען אויך אין דער וועד, ר’ חיים יושע האלבערשטאם פון מאנסי, שוואגער פון די אלע סאטמערע רביס, און ר’ בצלאל טוביה וועטענשטיין, דיין אין בעלזא מאנסי וואס האט איראניש אליינס געגעבן זיין הסכמה פאר אזא מין האטליין אמאל. (ס’דא א דעה אז ר’ חיים לייבוש ראטנבערג פון קאסאן פאַרשעי האט אויך שטארק חשק געהאט א מיטגליד צו זיין אבער מען האט אים נישט צוגעלאזט אדער ארויסגעווארפן; וואס גענוי, אזוי אויך די סיבה, איז נישט קלאר).

1766058594458.webp

ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל

1766058636767.webp


מרס פלברבוים אָפפערט אויך אויף איר וועבסייט פרייע רעסורסן און די וואס האבן צו איר צוגעהערט לויבן איר אויס פאר איר אפענקייט און פארשטאנד. די וועד אבער רופט אזעלכע שיעורים פון אירע סארט, א ‘גיעול נפש’ (עקל) און ווארענען מען טאר נישט צו זיי צוהערן אפילו אויב זי האט א הסמה פון א רב. מיינען זיי מסתמא ר’ ישראל דערבארעמדיגער (א קאזין פון יעקב יוסף דערבארעמדיגער, דיין בּאיאן אין מאנסי), א צוגעלאזענער דיין וועלכע האט א גרויסע אנהענגונג, וואס מען זאגט גיבט איר שטיצע און האלט פון זי, און קעגן וועם אליינס עס זענען אגב אויך שפעטער געווען פּאַשקעווילן.

וואס האט די רבנים אויפגעוועקט? שפעקולירט מען אז פילייכט דוכאויס די זומער איז געקומען צו די רבנים’ס אויערן דאס מען שמועסט אדורך אירע רייד ביי די קופקעס און ‘סוירקלס’ וואס די משפחות מאכן אין די ווארימע אווענטס אין די קאנטרי, און די היץ און אהבת דודים הייבט זיך. ס’איז נישט קלאר וואס נאך די וועד טוהט אין אירע פרייע צייט, אבער אין א אנדערע צעטל ווערט זי געזעהן ווארענען מענטשן זאלן מער טראכטן בעפאר זיי קומען וואוינען קיין מאנסי (מסתמא פון פרומערע געגנטער ווי קרית יואל אין אָרענדזש קאַונטי, און וויליאמסבורג און בורו פארק אין ברוקלין נ"י) ווייל די קינדער מוסדות זענען איבערגעפיהלט. אבער מן הסתם איז די וועד לכאורה א וויז’ניצע קאמפאני, זינט וויז’ניץ איז די דאָמינאנט צווישן די חסידים אין מאנסי.


1766058665897.webp

דער בריוו קעגן חנה פלברבוים

דאס מאל איז אבער געקומען די רייע נאכאמאל אויף מרס בילגורײ, און גלייכצייטיג נאך עטליכע ווי איר, ווי חיה רייך פון אהל מרים (ohelmiriam.org) און מרס גילה און ראובן לעוויט פון האַרט אָף מערידזש (theheartofmarriage.org), די לעצטע וואס מען זאגט קומען נאך אריין די שטאַרקסטע פון אלעמען. מיט ר’ יוסף ישראל אייזענבערגער דיין און סקווער און ר’ משה הלל הירש ר"י פון סלובּודקה זייענדיג מוסיף זייערע אייגענע פערזענליכע בריוון אז מען זאל שטיין ווייט פון זיי, ספעציעל מרס בילגורײ (אדער 'בילגרעי', ווי זיי רופן איר, כדרכם אלעמאל צו דארפן אינטרעדוסן שינויים אין די נעימען להגדיל תורת גיטין ולייקירה).


1766058699795.webp

דער בריוו קעגן מרס בילגורײ

אין אַן אַנאָנימעס כתב פלסטר פון א דזשימעיל אדרעסס ‘מער-אינפא-בילגוריי’ קלעימען די מוחים אז מען האט איר פערזענליך אריבערגערופן צו די רבנים און געווארנט בכל מיני לשון של אזהרה צו סטאפן גיבן טעלעפאן שיעורים און אז זי האט זיך אויסגעלערנט ליגנט צו זאגן און ארומשפילן מיט די רבנים, זיך אָנפייפענדיג פון זייערע סטראשונקעס. ווער עס וויל זיך אליינס איבערצייגן אז וואס זי רעדט פארמאגט אסאך ניבול פה, זאגט דער בריוול, זאל שיקן אַן אימעיל צו [email protected] און ספּעסיפייען די ריזען פאַר’ן ריקוועסטן די חומר און זיי וועלן צוריקשיקן אלע זאפטיגע שטאָף וואס זי רעדט – מסתמא אין א פראָוו קאליע צומאכן די געלט חלק פון איר ביזנעס. נדמה, יענעם צו לייגן אין דער’ערד איז זיי וויכטיגער ווי אזוי-גערופענע קדושת הבית.

דער דערמאנטער ר’ יוסף בנימין וואזנער (אין פריערדיגן נומער) האט שוין פריער אין זומער געשריבן קעגן בילגורײ, וועמענ’ס שיעורים ער באצייכנט אלס בּרעכאַץ (וואָמיט) און טינופת (גאר פארשטונקענע שמוץ ווי פּעקי, יוּרין און זֶרע – כנראה, גלייכט ער אויך צו שרייבן מיאוסע ווערטער אבער האפט צו געֶטן אַוועי מיט זיי ווייל ס’איז אין לשון לימודים). דאס אלץ קומט זיך איר אַן עונש, נאר צוליב דאס זינד פון רעדן ווי אזוי ס’איז שיין פאר א מאן און פרוי זיך ליב צו האבן מיט א חשק, אפילו בלויז לשם דעזייער, תיכף פון די חתונה אנגעפאנגען, און אז ס’איז אפי' הייליג אזוי. כאטש זאגט ר’ וואזנער ער האט צוגעהערט צו אירע לעקטשורס, אלזא קומט זיך אים קרעדיט נאר פאר דעם (הגם ס’האט אים מן הסתם גאנץ פיין געשמעקט).

אויך עדדט ער אז בּעק אין 2004 ווען ס’איז געווען א אנדערע פרוי מיט’ן נאמען תהילה אַבּראַמאָוו וואס פלעגט גיבן שיעורים אין ישראל וועגן דיע נושאים, איז ער דאַן געווען א שליח פון זיין זיידן ר’ שמואל ז"ל לוחם צו זיין אנטקעגן יענע (מסתמא אים צו געבן עטוואס צו טוהן מיט זיין טאג). נאר מרס בילגורײ, איז ער ממשיך איז פיהל ערגער, און די בּראָך איז דאס זי האט אנהויב פון איר קאריער מצליח געווען צו קריגן הסכמות פון אנערקענטע רבנים, כאמור, צווישן זיי, ר’ שלמה זלמן אולמאַן ז"ל, פון די בית הוראה אין שכונת זכרון מאיר ב"ב וואס געהערט צו זיין זיידן ר’ שמואל’ס חסידות, שבט הלוי. וועגן דעם וויל ער אצינד מצהיר זיין אז סיי וועלכע אלטע הסכמות זענען אצינד בטל ומבוטל דערפאר וואס זי האט זיך גענומען צו מפרש זיין ענייני זיווג. ס’קוקט אויס נאר ער מעג, ער האט אפילו אליינס א ספר געמאכט דערויף.

1766058723774.webp


1766058734835.webp

ר' שלמה זלמן אולמאן

אייגענטליך, ר’ שלמה זלמן אולמאן איז געווען פון די ערשטע דיינים ‘הינטערליגנד’ פון די וועד לענייני תקשורת אויפגעשטעלט אין 2005, לצידו פון ר’ נתן געשטעטנער ז"ל פון ב"ב, א פאפא תלמיד, און ר’ יצחק זילברשטיין אויך פון ב"ב, פון סלובודקע מוצא און איידעם פון רב אלישיב, און דריטער ר’ שריאל רוזנברג, פארציילט אין פריעדיגן נומער. (נישט אויסצומישן מיט די עקשועל חברי ורעליגעיזע ‘רבני’ הוועדה פון וועמען וואזנער און ר’ אופּמאן פון די עדה’ס בי"ד, זענען אויך אַטייל געווען).

נאכמער, ר’ ש”ז אולמאן איז אפילו געשטאנען אונטער די ‘נֶטפרי’ אינטערנעט פילטער אונטערנעמונג, א צענזור טוּל וואס צייכנט זיך אויס אין אויסזיפּן און צוריקהאלטן בילדער און מאָוויס פון גוגל רעזאָלטס, און האט היינט די צוזאמענארבעט מיט א צאל אנדערע אינטערנעט סערוויס פראוויידערס אין ישראל. אלזא, ווי געפערליך קען שוין מרס בילגורײ זיין?

דריי אנדערע קאמפיינען פאַר וועלכע די וועד איז באקאנט לשִמצָה איז דאס לאָבּיען די ישראלישע גאווערנמענט און כנסת 1. צו לאזן די כשרע מאובייל טעלעפאן נומערן צו בּלאָקן עמערדזשענסי נומערן און אלגעמיינע טשאַריטיס און ארגענאזאציעס וואס אפפערן הילף פאר אַבּיוז וכדומה (צווישן זיי אפי’ גאווערנעמענט עידז’ענסיס וואס זיי האבן מורא וועלן העלפן נושרים אדער “טשילדרען עֶט ריסק”). 2. צו לאזן א מאָנאָפּאָלי שולט זיין אין די כשר'ע מאובּייל אינדוסטריע אזוי אז קאמפּעטישן זאלן נישט קענען אינטרעדוּסן שינויים ותיקונים. 3. אז קאסטומערס פון כשרע נומערן זאָלן ווערן אריינגעלאָקט אין די כשרע טעלעקאָם נעץ און זאלן נישט מעגן רוקן זייערע נומער צו א אלגעמיינע, “נישט-כשרע” מאובּייל סערוויס פראָוויידער’ס הענדסעט.



1766058775223.webp



נאטוויטסטענדינג ר’ ש"ז’ס אַלטע סוּפּפּאָרט, זענען די אנדערע פון אר"י וואס האבן זיך מצרף געווען צו וואזנער, ר’ שריאל רוזנברג, ר’ יהודה סילמאן פון בּי"ד ב"ב און ר’ משה שאול קליין, אויך א דיין אין וואזנער’ס בי"ד נאָר פון שכונת אור החיים אין ב"ב.

נאר וואס האט מענטשן געבאדערט איז דאס צווישן די רבנים החותמים קעגן בילגורײ (וואס זענען אגב רוב עלטערע) געפינען זיך אזעלכע, ווי למשל דער דערמאנטער ר’ אייזענבערגער און ר’ מרדכי מנשה זילבער פון סטוטשין, וואס זענען שוין יא מ’שטיינס געזאגט פעמיליער מיט די פראבלעמען אונטערן דאכענע, וועלכע זענען ליידער מצוי אסאך אין אונזערע קרייזן, היות זיי הערן זיך ממילא צו אסאך צו די סכסוכים בין איש לאשתו וכו’ אבער פונקט דא שטעלן זיי אהן ווי כאילו אלץ איז בסדר?

בכלל איז די אופן ווי-אזוי מען לערנט חתנים און כלות וואס מען האט צו טוהן בּיי עצם סעקס א גרויסע טאַבּו און די מאקסימום וואס אפילו מעינסטריעם מדריכים לערנען איז אז די מאן דארף זיין ‘אויף’ די פרוי, און אז ס’איז דא אַ זאַך וואס דארף אריינגיין אין אַ זאַך, און פון די זאַך קומט ארויס נאָך אַ זאַך, און דעיס דארף זיין אין די אנדערע זאַך פאר 20 מינוט; בקיצור אַלץ מיט’ן ציהל ‘לייחד זאַך בּזאַך’ און דאס אלעס.

דאס איז ממש נעקסט לעוול ריפּרעשאָן. יעצט, אז מרס בילגורײ, און אזעלכע ווי די ‘זָכוּ’ שיעורים דעליווערט אין מונסי, אַנאנדער גוטע אונטערנעמונג, קומען און נעמען אראפ דעם ליילעך (אדער ליילעך מיט’ן לאָך) און לערנען אז ס’איז א מצווה הנאה צו האבן, ס’איז נישט סימפּל וואַנילע, מוליך ומביא, מְקאַשע ומְרַטב, מכניס ומוציא. אז זיי קלערן אויף דעם ענין, אזוי אז מ’ברויך נישט זיין כעיוור בין החוחי"ם, מיט די געלע לעקטערלעך פון די עירקאנדישען אדער היטינג נומערן אויסגעלאשן, די רעפלעקטיוו זייגערס פעיס דאַון, אזוי ס’זאל זיין שטאָק טונקל כחושך מצרים המזוהמים בשעת דער זיווג, פַּחדען דערפאר די חתן רעבּעס און כלה טיטשערס אז די נייע מעטאָדן טוהען עס וואס אמאל בעסער און טרעטענען זייערע דזשאַבּס.


1766058872771.webp


נאכאלץ אבער זענען דא אזעלכע וואס שטייען צו איר צד, ווי למשל דערמאנטער ר’ עמרם אופּמאַן פון עדה החרדית אין ישראל וועלכער האט אין א אָניוזשעל בריוו לעצטע יאהר זומער געשריבן אויף איר אז ער פערזענליך איז דורכגעגאנגען אירע מאטריאל, ביידע אין עניני אישות ושלום בית, און אז ס’איז זיין אָפּיניען דאס היות זי וועט עדיטן די ענייני אישות סטאָף אירע, און זי האט נאר גוטע כוונות, ברויך מען איר מחזק זיין און ארויסנעמען די גוטע חלקים. ער זאגט דאס ער האט מקובל פון ר’ מאיר ברנדסדורפר ז"ל און ר’ משה הלברשטם ז"ל, ביידע באשריבן אין פריעדיגע נומער, אז מען ווארפט נישט א שטיין נאך א שטרויכלענדיגן, מיינט ער צו זאגן דאס אויב האַלט מען זי איז זיך טועה, וועט דאס דוחה זיין אינגאנצן, נאר ערגער מאכן. סאוי, ווי ס’קוקט אויס האט זי גרויס פּאָטענשל.

דאס איז טראץ וואס אנדערע דיינים אין די עדה, צווישן זיי ר’ אברהם יצחק אולמאַן, ר’ יעקב מענדל יאראוויטש און ר’ יהודה פישער זענען יא ארויסגעקומען אין א אפיציעלע לעדערהעד צעטל פארדאַמען מרס בילגורײ, איר אקיוזענדיג אפילו אויף מינות (אפיקורסות) און אויף דאס מגשם און מזלזל זיין פריעדיגע צדיקים, מיינען זיי מסתמא אז יענע האבן אויך ענדזשויט סעקס חס מלהזכיר. פארוואס אזעלכע רבנים ווי אייזענבערגער און זילבער וואס האבן שוין יא א נאמען געהאט פאר יודעים, נבונים ומתוּנים האבן זיך צוגעשטעלט צו די חַתמֶער איז א רעטעניש, נאר אזוי ווי ביי יעדע נושא, איז לייכטער עס צו שפילן סעיף און פרום ווי איידער נעמען א שטעלונג און זיין אויסגעשטעלט צו אראָפרייסונגען אזוי ווי דער מגיד פון אמעריקע, ר’ שמואל ניימאן’ס דרייסטקייט האט געוויזן אין די עבר.

1766058893321.webp

די אהל מרים אַנאָנס

אין פאקט, פיהלע אנדערע וואס גיבן אזעלכע צו אפילו "אַרגערע" שיעורים ווי מרס בילגורײ, נאר ביחידות, ווערן טאלערירט, ווייל מכלומר'שט איז די פראבלעם, ווי די אקטיוויסטן ווילן אראפמאלן, ‘דאס געבן שיעורים אין פובליק’. טענה'ן אבער אנדערע אז דוקא אין פובליק איז אזוי נייטיק ווייל רוב מענטשן האבן נישט די קוראזש צו גיין פערזענליך זיך באקלאגן צו מענטשן וועגן חיי אישות, און ווען שוין יא, קאסט עס טבין ותקילין, אפטמאל פאר פראבלעמען וועלכע זיי האבן זיך נישט געקליבן אדער פאר וועלכע ס’איז נישט דוקא ווערד די זעק מיט געלט. אויך איז מען העזיטענט דאס איבערצושמועסן מיט א חבר ווייל אזויפיהל פון אונזער לעבנסשטייגער איז ‘אַפּירענסעס’ און אָהנשטעלונגען, דערפאר זענען שיעורים בָּרַבּים אזא נחיצות. אדרבה, אויב איז זייער אישו נאר דער ‘ברבים פארמאט’, פארוואס קומט דער עסטעבּלישמענט נישט ארויס מיט אַן אייגענע ליסטע פון פּראָפעשאנעלס, אהן יורה דעה דוקא אבער מיט’ן פינפטן שו"ע לפחות, מיט וועלכע ס’איז כשר זיך דורכצורעדן? אנשטאט, קומען זיי מסביר זיין די ‘מצווה’ מיט זהר, קבלה, הויכע זאכן און כוונות אזש ס’זאגט זיך אויפדעם גוט די ווערטל דאס ‘צו זיין א בעל תוקע ברויך מען קודם קענען בּלאָזן’, בּלאָזן, בשתי מובנים.


1766059325488.webp


אין די יוּ עס כנראה האבן אירע פענס א שטארקערע עזות און כח ווייל נאך פריער אין די זומער פון 2023 זענען פארעפענטליכט געווארן שיין געדרוקטע בריוו וואס האבן די רבנים אריינגעגעבן אין בּאַבּנ’ס בּאַבּן אריין, מיט איינע פון זיי רופענדיג די לעצטע ‘טעראריסטן’ און מענטשן מיט פארדרייטע השקפות. עלעמענטן וועלכע פארשלייערן זיך מיט א רַבּניש מאנטל און מאכן האַררראַסענדע פאָון קאָולס צו מרס בילגורײ ודומיה, זיי צו אינטימידעיטן. זיי פובלישן אַן אימעיל די אינצידענטן צו רעפארטן.

אַן אנדערע צעטל, געוואנדן צו די רבנים פון די עסטעבּלישמענט לייענט זיך: מיר ווייסן שוין ווער ס’איז נישט אויסגעהאלטן, וועמענ’ס ספרים נישט צו קוקן און וועם נישט אויסצוהערן; קענט איר אצינד לערנען וואו מיר קענען יא גיין?, ווער ס’איז יא גוט?, און וועלכע השקפות זענען יא כשר'ע קולט צו זיין? פון הינטן איז צוגעלייגט א ביטע מ’זאל דאס איבערגעבן ווער עס קען צו זיין לאָקאַלער רב אדער דיין. אפילו פון מרס בילגורײ אליינס איז ארויס א ‘קלארשטעלונג’ צעטל אין אידיש אין וועלכע חוץ איבער'חזר'ן אז זי האט רבנים צו איר זייט, זאגט זי דאס 10,000 פרויען איבער די וועלט האבן שוין גענאסן פון אירע שיעורים און א בענעפיט געקריגן. ווייטער זאגט זי אז וועלכע רבנים עס האבן זיך נאר פארבינדן מיט איר מברר צו זיין על מֶה הדברים אמורים האבן דערנאך אַנטזאגט די פּעיגערס וועלכע האבן זיי געמוטשעט פאר א חתימה קעגן איר, פון צו געבן זיי א יד. און אז ס’איז נאָר דא איין עקספּליסיט שיעור פאר כלות, וועגן וואס די שערוריה האט זיך געהאנדלט, וואס זי האט שוין אפי’ אראפגענומען פון די ליין א יאר צוריק און איז גראַדע קיינמאל נישט געווען אַבּי עקסעסעבּל לייכטערהייט אויפ’ן טעלעפאן פאר יעדן. נאר זי שרייבט זיך אונטער ‘משפחת בילגוריי’, מסתמא נאכצומאכן דאס וואס די רבנים רעפערן תמיד צו פרויען מיט כינויים ווי בּני-בית, די הויז (קען זיין ווייל אין זייער וויאָוּ איז א פרוי נאר גוט אראָפצוציעהן די הויזן) און די עקרת הבית.

1766059279538.webp
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1766058672210.webp
    1766058672210.webp
    77.7 KB · געזען: 20
  • 1766058575999.webp
    1766058575999.webp
    32.3 KB · געזען: 16
לעצט רעדאגירט:
Back
Top