ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

אבער עס איז אמת, אז דער זאך האט אנגעדרייט אסאך פון די רבנים וואס חתמנ'ן אנטקעגן דעם, דאס וואס ער אדווערטייזד אזוי פיל ברבים, און אזוי קלאר ארויסשרייבן,
ער האט געשריבן עפעס אפן? עפעס א רמז קל פון אומ'צניעות?
וואס איז עס אנדערש ווי אירגון שיעורי תורה אדווערטייזט שובבי"ם אז עס גייען פארקומען שיעורים אין יו"ד ח"ב?
 
ווען מ'שרייבט 'רק לנשואים', גייט יעדער קוקן.

א באנדע פאסקודנע לצים.

און כלל ישראל האט א פראבלעם מיט ציונים און גיוס............
 
איך באמערק א אינטערסאנטע זאך,
אלע חותמים נגד די שיעורים, זענען אזעלכע וואס האנדלען מער נישט טאג טעגליך מיט אינגעלייט,
דהיינו זיי זענען דיסקאנעקעטעד מיט וואס גייט פאר,

און דאס גיבט אביסל צו פארשטיין פארוואס אפילו מיט אזויפיל לחץ און פרעשור וואס די קראנקע חברה לויפן ארום, זענען נאך אלץ נישט מצליח נאר מיט אזעלכע, אבער נארמאלע רבנים דיינים אינגערע וואס זענען אביסל מער אין די מציאות, האלטן זיך שטיל
 
ראיתי את הקונטריסים נגד זכו
המציאות הוא, שבביאה לבד רק הבעל נהנה, כדי שגם האשה תהנה צריך הבעל לעבוד, וזה לא קל
ממילא יוצא שהעסקנים למיניהם רוצים בחיים קלים, צי טין וואס זיי ווילן אין נישט געבן קיין דעם פאר די פרוי, ס'האט גארנישט מיט הייליגקייט, ווייל זיי האבן ווייטער הנאה, נאר זייערע ווייבער וויינען !!!
אויב פרויען וואלטן דאס געשריבן, וואלט נאך איינער אפשר געקענט טראכטן אז ס'האט עפעס ציטין מיט הייליגקייט, אבער ביזדערווייל זע איך נאר מענער וואס שרייבן אז ס'איז גיט אז די מאן האט הנאה און ער דארף גארנישט אונזין האבן זיין פרוי, אין דעס איז נאך הייליגקייט? פעך
 
לעצט רעדאגירט:
ראיתי את הקונטריסים נגד זכו
ונראה לי ממציאות מה שאני יודע הוא, שבביאה לבד רק הבעל נהנה, כדי שהאשה תהנה צריך הבעל לעבוד וזה לא קל
ממילא יוצא שהעסקנים למיניהם רוצים בחיים קלים, צי טין וואס זיי ווילן אין נישט געבן קיין דעם פאר די פרוי, ס'האט גארנישט מיט הייליגקייט, ווייל זיי האבן ווייטער הנאה, נאר זייערע ווייבער וויינען !!!
אויב פרויען וואלטן דאס געשריבן וואלט עס אפשר געהאט ציטין מיט הייליגקייט, אבער ביזדערווייל זע איך נאר מענער וואס שרייבן, אז ס'איז גיט אז די מאן האט הנאה און ער דארף גארנישט אונזין האבן זיין פרוי, אין דעס איז נאך הייליגקייט? פעך
אויב זענען זיי באמת ערליך וואלטען זיי וועהן גידארפט זיין קאנסערנט פאר די סעטיספעקשען פון די פרוי וועגן מצות עונה עס איז דברים פשוטים
 
הלוואי קוק איך אויף די גאנצע 'זכו' סומוטאכע ווי א דרויסענדיגער, כאילו איך ליין די תקנות פון לב טהור..

פארוואס ווער איך אזוי געטריגערט פון די קול קורא'ס? פארוואס קען איך מיר נישט רוילן פאר געלעכטער ווען איך ליין עס?
 
אויב זענען זיי באמת ערליך וואלטען זיי וועהן גידארפט זיין קאנסערנט פאר די סעטיספעקשען פון די פרוי וועגן מצות עונה עס איז דברים פשוטים
ני פארשטייט זיך, דאס איז דאך די פשוטע טייטש פין מצות עונה, צי מהנה זיין די ווייב, אויב מ'פארדרייט נישט די תורה, צי זיין א נבל [פרומאק] ברשות התורה

צי מלמד זכות זיין אויף די רבנים החותמים, גלייב איך, אז זייער פראבלעם איז, די זאך אז ס'איז ברבים
 
דאס איז די אמת, אז דאס איז די זאך מיט וואס מען האט זיי אנגעדרייט, אבער לכבוד דעם צו שרייבן, אז עס איז אסור צו הערן, און אז דער מענטש איז א רשע וכדו' ועוד וכו', אויף דעם איז נישט דא וואס צו ענטפערן, [איך מיין צו זאגן ווען מען פרעגט זיי אין פנים אריין האבן זיי נישט וואס צו ענטפערן מען קעקעצט און עקעצט, ] און אויף דעם איז מען עתיד ליתן את הדין,
 
פארוואס ווער איך אזוי געטריגערט פון די קול קורא'ס? פארוואס קען איך מיר נישט רוילן פאר געלעכטער ווען איך ליין עס?
ווייל די איינציגסטע סיבה פארוואס די הייליגע ארגענעזאציע ׳זכו׳ גייט אן מיט א שטארקייט, איז ווייל סאיז דא ״צדיקי הדור״ וואס דערשרעקן זיך נישט פון די אלע רע-בנים און טוען וואס זיי האבן ציטאן. ווען נישט דעם וואלטסטו טאקע געוויינט. 😭
 
און ב"ה עס איז דא אויך ערליכע רבנים, וואס שרעקן זיך נישט פון אלע טעראר, און פאלן נישט פאר די פרעשור, פון אלע האבן שוין געחתמ'ט, איר בלייבט די איינציגסטע שגץ, וכדו', און זיי האבן נישט צוריקגעצויגן, און זיי אסר'ן נישט
 
ני פארשטייט זיך, דאס איז דאך די פשוטע טייטש פין מצות עונה, צי מהנה זיין די ווייב, אויב מ'פארדרייט נישט די תורה, צי זיין א נבל [פרומאק] ברשות התורה

צי מלמד זכות זיין אויף די רבנים החותמים, גלייב איך, אז זייער פראבלעם איז, די זאך אז ס'איז ברבים
אוודאי דאס מפרסם זיין ברבים,אהנקלעבן מודעות
מיט גרויסע רייצענדע אותיות, און עס קומען אריין דא רווקים, בחורים, און נערים, און מען לייענט עס בכובד ראש בלב פנוי, און דערנעבן איז נאך אהנגיקלעבט די פרומע מודעות, אז דאס איז ניבול פה,כדי אז טאמער אפשר, האט ער נישט גיכאפט במה הכתוב מדבר, איז בא זה ולימד על זה,איז ער שוין יעצט קלאהר אין די סוגיא, איז מה יעשה הבן שלא יחטא .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
הייסט אז ווען מען לייגט קול קורא'ס אין אלע גאסן וועגן די זכו שיעורים אז דאס איז אסור וכו', [איך רעד נאך איידער די אלע עד'ס איבעראל] דאס איז נישט מפרסם געווען ברבים, און אויף דעם גייט נישט אן די מה יעשה הבן שלא יחטא, ווען אלע בחורים זעהן א עד איבער די זכו שיעורים, און עס גייט אדורך שטילערהייט אזוי ווי נאך הונדערט קורסעס פון חינוך, און אפילו אלע אנדערע שיעורים איבער קדושת הבית [פון מרגליות, און פון בנין בדעת, און פון נאך, וואס קיינדער האט נישט געאסר'ט, פרעגן די בחורים גארנישט, און טראכטן גארנישט, פונקט ווי אלע הנודערטער שיעורים פאר ערוואקסענע וואס האט גארנשיט מיט זיי
 
די ערשטע מאל זכו שיעורים זענען געווארן מפורסם איז געווען ביים איסור אין קרית יואל
 
אין דער זעלבע חומש וואס עס שטייט דארט אז מ'טאר נישט טראגן קיין לאנגע שייטל אדער לערנן פשוטו של מקרא, שטייט אויך 'לא תגורו מפני איש'.
עס איז מיר אינטרעסאנט וועלכע עבירות זענן בבחינת דרוש וקבל שכר, און וועלכע זענן בבחינת יהרג ואל יעבור.
שטיות. דאס זענען צוויי אנדערע חומשים.
 
צי מלמד זכות זיין אויף די רבנים החותמים, גלייב איך, אז זייער פראבלעם איז, די זאך אז ס'איז ברבים
דאס באדערט טאקע פאר רבי הלל וויינבערגער, ווייל ער קען נאר איין שפראך "די רבי זכרונו לברכה".

אבער אנדערע אוסרים האבן אויך א פראבלעם מיט די תוכן, איך האב געגעבן א שנעלע בליק אויף די גוגל דרייוו וואס איינער האט פריער ארויסגעלייגט, איינע פון די מעין זאכן וואס באדערט זיי איז, אז ער איז לכתחילה מתיר צו קישן די ווייב פארן ארויסגיין פון הויז וכדומה,

איך דערמאן זיך טאקע יעצט ווי מיין חתן רבי האט מיר אנגעווארענט אז ס'איז דא א נייע מאדע צי קישן די ווייב שלא במקום מצווה, און איך זאל עס ח"ו נישט טון.
 
איך באמערק א אינטערסאנטע זאך,
אלע חותמים נגד די שיעורים, זענען אזעלכע וואס האנדלען מער נישט טאג טעגליך מיט אינגעלייט,
דהיינו זיי זענען דיסקאנעקעטעד מיט וואס גייט פאר,

און דאס גיבט אביסל צו פארשטיין פארוואס אפילו מיט אזויפיל לחץ און פרעשור וואס די קראנקע חברה לויפן ארום, זענען נאך אלץ נישט מצליח נאר מיט אזעלכע, אבער נארמאלע רבנים דיינים אינגערע וואס זענען אביסל מער אין די מציאות, האלטן זיך שטיל
כ'האב געהערט פון א הייסע חסיד פון וויזשניץ מאנסי רבי אז די זאכן רעכנט ער זיך נישט מיט זיין רבי ווייל ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין געהעריגע ווייב.
 
Dec_24_2025_12_01_09.webp
אויף די גאסן אין וויליאמסבורג
 
Back
Top