ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

אלץ א צופרידענע משתתף, קען איך זאגן בפה מלא אז דער איד איז באשאנקען מיט א זעלטענע לשון לימודים און קלארקייט אויף די ענינים!

ער ברענגט אלעס ארויס מיט א קלארקייט און געשמאק, אבער אלץ על טהרות הקודש

עס קען נישט זיין די אוסרים האבן אפילו פראבירט אויסהערן
 
די חברה באאאמען ווי משוגע, נאך די אויסנאמע סוקסעס פון די ערשטע מחזור, עדווערטייזן זיי יעצט א צווייטע ראונד פאר די מענער שיעורים, די פידבעק איז עפעס קרעיזי.
קודאס פאר זייער שטארקע שטאנד נישט אונטערצוברעכן אונטער קנאי'שע טעראר.
 
וואס איז 'די' פאונט פון זכו?
 
וואס איז 'די' פאונט פון זכו?
מיוסד אויף לדוגמא די רמב״ן אין אגרת הקודש ביי מצות עונה ,אז עס זאל זיין מיט מתינות אז די פרוי זאל האבען איהר סיפוק, ווואס עס נעמט מער צייט ווי פאר די מאן -ער שרייבט דארט - ואל תמהר לעורר תאוותך ולעורר הנח כדי שתתיישב דעת אשתך , אז מען דארף זיך משהה זיין על הבטן אהבה בתענוגים פאר די קאנסומעישען פון ודבק באשתו .
 
מיוסד אויף לדוגמא די רמב״ן אין אגרת הקודש ביי מצות עונה ,אז עס זאל זיין מיט מתינות אז די פרוי זאל האבען איהר סיפוק, ווואס עס נעמט מער צייט ווי פאר די מאן -ער שרייבט דארט - ואל תמהר לעורר תאוותך ולעורר הנח כדי שתתיישב דעת אשתך , אז מען דארף זיך משהה זיין על הבטן אהבה בתענוגים פאר די קאנסומעישען פון ודבק באשתbut its still more censored i was expecting more for that price
 
בבחינת תן לחכם ויחכם, מען איז ענקאורעדזשט צו נוצען די אייגענע אימעדזשינעישען מוסיף צוזיין איש כפי יכולתו,
די שיעור קען האט גענוג קריטיק פון פארפרומטע אדרת שער׳ניקעס, קען מען נישט זיין מער עקספליסיט.
 
גם אני מצטרף, צו די קלארקייט מיט וואס ער רעדט, עס איז עפעס א מתנה פון'ם אויבערשטן,
און יא! עס איז ברור אז 99 פראצענט פון די אוסרים ווייסן נישט וואס ער זאגט, און די וועג וויאזוי ער לייגט עס אראפ,
שטילערהייט, האט ער שוין אסאך פון די אוסרים, וואס האבן איהם קלאר געזאגט אז זיי האבן נישט געוואוסט, און זיי ציען זיך ארויס פון זייער איסור, זיי האבן נאכנשיט די קוראדזש, זיך ארויסצושטעלן ברבים זאגט אז עס איז יא גוט, אבער ביחידות פאר ווער עס פרעגט זיי, זאגן זיי אז מען קען רואיג הערן זיינע שיעורים, און איך אליין האב געזען, שני מכתבים פון רבנים וואס אסר'ן און שרייבן אז זיי געבן נישט רשות ארויסצוגעבן ברבים, די מכתב, אבער מען מעג הערן,
 
ס'זעהט מיר אויב אז אלעקסאנדער גרעהעם בעלל דארף באקומען א שטארקע מקום של כבוד ביי אונז... וואס וואלטן מיר געטוהן ווען נישט דעם טעלעפאן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
IMG_1321.webp
 
אלץ א צופרידענע משתתף, קען איך זאגן בפה מלא אז דער איד איז באשאנקען מיט א זעלטענע לשון לימודים און קלארקייט אויף די ענינים!

ער ברענגט אלעס ארויס מיט א קלארקייט און געשמאק, אבער אלץ על טהרות הקודש

עס קען נישט זיין די אוסרים האבן אפילו פראבירט אויסהערן
יא יא, לשון לימודים, איידעל, אלעס ריכטיג, אבער 0 חידושים.
עס איז פונקט גוט פאר א שנה ראשונה אפרוח שלא נפתח עיניו צו עפענען די אויגן,
רוב קרעמל שרייבער גלייב איך שווער אז עפעס ווערט נתחדש דארט.
וואס פונקטליך האסטו נישט געוויסט? די מושג ארגזם?
 
יא יא, לשון לימודים, איידעל, אלעס ריכטיג, אבער 0 חידושים.
עס איז פונקט גוט פאר א שנה ראשונה אפרוח שלא נפתח עיניו צו עפענען די אויגן,
רוב קרעמל שרייבער גלייב איך שווער אז עפעס ווערט נתחדש דארט.
וואס פונקטליך האסטו נישט געוויסט? די מושג ארגזם?
געהערט די זעלבע פון א אינגערמאן וואס האט געהערט די שיעורים, נישט קיין גרויסע חידושים, ער איז פשוט א קלארע נישט פארנאטישע חתן מדריך.

נאר וואס דען? פרויען און פארמאכטע מענער איז וויכטיג צו הערן א open minded חתן שיעור פון א פרומע דיין צו אפוואשן וואס מ'האט געהערט פון די פארנאטישע חתן מדריך.

פעגי גרינפעלד אדער א יוטוב ווידאו וועט נישט ארבעטן.

בבחינת הפה שאסר הוא הפה שהתיר.
 
יא יא, לשון לימודים, איידעל, אלעס ריכטיג, אבער 0 חידושים.
עס איז פונקט גוט פאר א שנה ראשונה אפרוח שלא נפתח עיניו צו עפענען די אויגן,
רוב קרעמל שרייבער גלייב איך שווער אז עפעס ווערט נתחדש דארט.
וואס פונקטליך האסטו נישט געוויסט? די מושג ארגזם?
זיין עיקר כח ליגט נישט דוקא אין דעם וואס ער ברענגט נייע חידושים; וואס האט מיר די מערסטע באנומען איז די געשמאקע און איידעלע וועג וויאזוי ער לייגט עס אראפ. כאטש וואס איך האב שוין געהערט און געזען איבער דעם ענין דורכאויס די יארן, פונדעסטוועגן פארמאגט ער אזא סארט קלארקייט און א שפראך וואס ס'איז שווער צו קאמפיטן.

און אגב פאר די קליענטעל וואס ער ציהלט גלייב איך געוויסע האבן געטראפן חידושים...
 
לעצט רעדאגירט:
בנוגע דאס וואס געוויסע שרייבן דא אז עס איז נישט געווען קיין שום חידושים אין זיינע שיעורים,
האבן מיר שוין כמה פעמים ערווענט,
אז קודם כל עס זענען נאך דא זייער אסאך וואוילע ערליכע אינגעלייט, וואס זוכן נישט קיין שום פלאץ צו באקומען אינפארמאציע, וואס זעט אויס אז עס איז שלא על פי תורה, און פאר אסאך אזעלכע פארויפט ער יא חידושים,
ועוד יותר מזה, אז פאר רוב אינגעלייט וואס ווייסן די אלע זאכן, און עס איז טאקע נישט קיין חידושים, איז דא איין זייער גרויסע חידוש ביי זיין שיעור, דאס איז ווי הערליך ער צונעמט אז דאס איז דאר די תורה'דיגע מהלך, און דאס איז קדושה נישט ח"ו פארקערט, וואס דאס איז יא א חידוש פאר זייער אסאך, אפילו פון די וואס האבן שוין געוואוסט,
און דאס העלפט זייער אסאך אינגעלייט ארויסקריכן פון געמיינע נידריגע פלעצער, אדער לכה"פ פון שולד געפילן וואס נודזשעט זיי ווי כאילו זיי זענען עפעס די נידעריגסטע פארשוינען, וכו',
 
איך געדענק אין ק"ש האט איינער געשריבן עפעס מיט'ן אויספיר "השקפה זוכט מען היינט אויפ'ן אינטערנעט", איז תיתי ליה פאר הרב עבער אז ער האט עס געטוישט פון אינטערנעט צו בולעטין בארדס און עדווערטייזמענט אויסגאבעס, אפשר וועט נאך קומען א טאג ווען מיר וועלן האבן מוסדות חינוך הראויים לשמם, הלוואי

כח היחיד, אשרי חלקו
 
Back
Top