ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

קען איינער אביסל מסביר זיין וואס זכו זאגט,האלט,הייסט, איז מדריך צו טון וואס ביי חסידים האט מען זיך געמעגט גט'ן פאר דעם?
אויסגעהערט ר'מ זילבר שליט''א און ער זאגט וואס איז א מצווה ביי די ליטוואקס האט מען ביי חסידים זיך געמעגט גט'ן פאר דעם.
דהיינו?
הנאה האבן פון סעקס.
ווי ר שמשון רפאל הירש זאגט אז מען וועט דארפן געבן א דין וחשבון אויף יענע וועלט אויף יעדע הנאה וואס איז אונטער געקומען און מען האט עס נישט טועם געוועהן.
 
און....?
ביי חסידים גט מען זיך פאר אזא זאך?
 
און....?
ביי חסידים גט מען זיך פאר אזא זאך?
ער רעדט פון פרישה אין אלגעמיין, סיי בכמות קיום הענין און סיי באיכות (כפאו שד, מגלה טפח ומכסה טפחיים ועוד), וואס ביי חסיד'ישע רבי'ס אין אלגעמיין האט מען זיך גע'גט אויב די רביצין איז נישט גרייט געווען מיטצוגיין מיט די פרישות. בעלזא רב ז"ל האט זיך גע'גט פון די צווייטע ווייב וועגן דעם.
 
עפעס הער איך אז ס'גייט ארויסקומען א בריוו פון אפאר רבנים בעד זכו, נאך וואס זכו האט זיך אונטערגענומען ארויסנעמען די פאר שיעורים וואס האבן אנגעמאכט די שטורעם.
 
ביי די ליטוואקעס איז די עיקר חינוך אז מ'מוז געבן הנאה פאר די פרוי, וואס מער. מ'לערנט אויס וואס מיינט O און אז דער מאן זאל נישט זיין סעלפיש. הנאה האבן איז מותר, אבער נישט אזא וויכטיגע חלק פון די ענין, און זיכער נישט קיין מצוה.

ר' מאטל מיינט מסתמא חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה, וואס יעדער פרוי בענקט זיך דערנאך, און ביי חסידים האט מען מורא געהאט דערפון, אי משום 'קדושה' עניינים, אי ווייל מ'האט געוואלט אז דער עולם זאל נישט זיין פארווייבערט, און די לעבן זאל מען לעבן אין שטיבל צווישן עובדי ה' וואס רעדן העכערס. כנלע"ד בכוונת קדשו. ושמעתי פון א סאושעל ווארקער ערגעץ אז א פארפאלק איז געקומן צו איר מיט פראבלעמן, זי האט געהאלטן אז ער ווערט מאדערן ווייל ער האט איר אנגערופן 'שאצי'.......
 
וואס מיינט שאצי?
 
אלס איינער אונעם פעלד פון מענטל העלט, וואס איז א טראפקל אריין געדרייט אין די ענינים (נישט נאר ווייל איך טו עס....), באמערק איך אז עס איז דא א גרויסע חילוק אין די חסידישע עולם צווישען די גיל פון די רבנים און אויכט די קרייז לגבי וויאזוי זיי באהאנדלן די ענינים.

א סאך יונגערע רבנים זענען א סאך מער אפען און פארשטייען די היינטיגע יונגווארג בעסער. זיי פארשטייען די נסיונות, די טעכנעלאגיע, די שיינע ווייבער וואס דער אינגערמאן זעיט ביים ארבייט און אויפן גאס, און צום אלעם לעצט, אז כהיום כמעט קיינער "חלישט" נישט ביים לעצטע חתן לעסען..... ;) איז ווען א יונגערמאן אדער א פרוי קומט וועגן די ענינים וועלן די רבנים זיין אפען צו אויסזאגן די גרויסע סוד אז "אינגערמאן, טו מיט דיין ווייב כל מה שליבך חפץ און האב הנאה פון וואס אימער די שו"ע לאזט, בהיתר." די זעלבא איז ווען א פרוי וויל זיך נישט צו שטעלן אדער ווען א אינגערמאן ווייסט נישט וואס ער דארף צו טוהן כדי לקיים ושמח את אשתו.

ווידעראים, רוב פון די עלטערע רבנים, וואס זענען דיסקאנעקטעד פון וואס די היינטיגע סאסייעטי איז, ווען ער הערט נאר די שאלות אדער אז עס איז דא פראבלעמען, ווערט די אינגערמאן א מנובל און דער פרוי וואס בעט די זאכן א נעבעך. די רבנים אליינס האבן נישט קיין אנונג וואס מיינט געבן הנאה פארן ווייב און וואס מיינט צופרידן שטעלן א ווייב אינעם שלאפצימער. און אין דער קאטעגאריע איז אויך דא די אזוי גערופענע "פרומערע" רבנים, וואס זיי ווייסען שוין איינמאהל וואס אינטעמעסי מיינט פאר א 2024 קאפל, אבער זיי גייען מיטן חשבון "איך פלאג זיך און איך האב א מיזערעבל לייף, ממילא גייסטו אויכט האבן אזוי". אזוי אויך אויב איז דא א רב וואס גייט נישט אין שפאן, און מאכט פונעם גרעסטן הנאה וואס הקב"ה האט געגעבן פאר א מענטש צו הנאה האבן, א שיינע לאוולי עקספעריענס, דעמאלסט לשיטתם מוז דער רב ווערן באשמוצט און אויסגעריסן.

און דאס איז די גאנצע מערכה אנקעגען "זכו", ר' שמאול ניימאן, מרת בילגעריי, טהריינו, און נאך. און אפשר איין טאג אנגקעגען מיר👏...
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין מחולק אז דער רב האט נישט קיין הנאה פון זיין פריוואטן לעבן. כ'ווייס פון א נאנטע מקור אז א געוויסער פרומער רב (פון די וועלכע זענען אויף די א"ג הייליגע זייט אין די סובדזשעקט) האט בכלל נישט קיין קליינע השגות אין זיין פריוואטן לעבן. ס'איז ס"ה צו בלייבן אנגענומען צווישן די עליטע און זיין א טייל פונעם סיסטעם.
 
איך בין מחולק אז דער רב האט נישט קיין הנאה פון זיין פריוואטן לעבן. כ'ווייס פון א נאנטע מקור אז א געוויסער פרומער רב (פון די וועלכע זענען אויף די א"ג הייליגע זייט אין די סובדזשעקט) האט בכלל נישט קיין קליינע השגות אין זיין פריוואטן לעבן. ס'איז ס"ה צו בלייבן אנגענומען צווישן די עליטע און זיין א טייל פונעם סיסטעם.
אדער איז די פשט, הא לן והא להו.
די עולם גולם דארף מען האלטן אין די שינעס, ווייל טאמער נישט, היום אומר לו עשה כך ולמחר.....
 
1000249413.jpg
 
עפעס הער איך אז ס'גייט ארויסקומען א בריוו פון אפאר רבנים בעד זכו, נאך וואס זכו האט זיך אונטערגענומען ארויסנעמען די פאר שיעורים וואס האבן אנגעמאכט די שטורעם.
זיי נעמען גארנישט ארויס... סאיז נישט דא קיין שום שיעורים וואס האט געמאכט א שטורעם... חברה זייטס גרייט פאר נאך צעטליך...
 
די אינגערמאן א מנובל און דער פרוי וואס בעט די זאכן א נעבעך
פאר ווער עס וויל וויסן יענקלע כהן האט חתונה געהאט מיט א פרוי בזיוג ראשון אין ווען זי האט פארלאנגט וואס עס קומט זיך איר איז ער געלאפען צו זיין טאטע פארציילען אין זיין טאטע האט געזאגט "זי אין א מנוולת גט איר אפ" וכח הווה... זי איז נעבעך געשטארבן א שטיק צייט שפעטער...
 
דא איז געווען א מעקער..
ס'געווען א קאפירייטעד מאחורי קאנטענט.
פאר עני שאלות פליז פרעג דא
אפדעיט. כ'זעה ס'געווען נאך תגובות איבער דעם אז מ'זאל עס מעקן. כ'שטעל זיך פאר ס'געווארן געמעקט ווייל ס'שטערט סתם דעם שמועס ווען די עצם תגובה איז מער נישט דא.
 
לעצט רעדאגירט:
עפעס הער איך אז ס'גייט ארויסקומען א בריוו פון אפאר רבנים בעד זכו, נאך וואס זכו האט זיך אונטערגענומען ארויסנעמען די פאר שיעורים וואס האבן אנגעמאכט די שטורעם.
No way

איך האף זי נעמט גארנישט ארויס
 
אסאך כאפן נישט וואס פאר א גדולות ונצורות זי טוט אויף.
און א צייט וואס "ראטעווען אידישע שטובער" איז אפשר א אביוזטע אפגענוצטע טערמין- טוט זי ממש דאס.

רוב פרויען וואס קומען פון היימיש חסידישע שטובער פון מאנסי בארא פארק מאנרא וויליאמסבורג וכדו' און גייען צו היימישע כלה טיטשערס זענען פארמאכט אויף די נושא למחצה לשליש ולרביע.

רוב מענער היינט דארפן אויף א מינימום א געזונטע בעדראם לייף.
אויב די מאן האט דאס נישט, צו ווייל ער ווייסט נישט וויאזוי דאס צו עפראטשען צו ווייל ער האלט אז ע"פ תורה טאר ער נישט הנאה האבן אדער ווייל זיין ווייב האט נישט ארויס די נושא אדער איז אויסגעלערנט געווארן דאס אראפצוקוקן.

קען דאס ברענגען גאר אסאך פראסטרעישן און געוואלדיגע יסורי נפש. און גרויסע מענטל העלט און שלום בית פראבלעימען דירעקט אדער אומדירעקט.

"זכו" איז נישט קיין שיעורים וואס לערנט אויס פריצות אדער פארשידענע ס** פאזיציעס און פאנטאזיעס.
זי לערנט אויס בעסיק א' ב' וויאזוי ס** ארבעט וויאזוי צו מהנה זיין די מאן/ווייב און אז ע"פ תורה קומט אז מען זאל הנאה האבן ועוד.

איך ווייס פון אסאך שטובער וואס דאס האט ממש געראטעוועט און געשטעלט אויף די רעלסן.

די מערכות ווערן געפירט דורך א גרופע מושחתים שלעכטע פארפוילטע פארביסענע מענטשן, לייגן טעראר אויף רבנים געבן צו הערן קורצע אויסצוגן ארויס פון קאנטעקסט ועוד כל מיני דרכי טעראר.
די מענטשן זענען ליידיג גייערס וואס טינקן זיך און שמוץ און זענען שמוציג פון קאפ ביז פיס.

אנשטאט איינפירן נארמאלע חתן כלה הדרכות פראבירט מען אפשטעלן די געציילטע וואס זענען גוט און אויסגעהאלטן.

די גוטע נייעס איז אז די לעצטע 10 יארן איז דא א ערענסטע אויפוואכונג און זאכן ווערן בעסער, סיי מיט בעסערע מדריכים/מדריכות סיי דיינים און רבנים וואס זענען מער אפען צו די נושא, אזוי אויך א ווערייעטי פון גוטע שיעורים.

עס איז ערווארטעט אז אין די קומענדיגע תקופה וועט זיין פיל א גרעסערע שינוי לטובה.
 
עפעס הער איך אז ס'גייט ארויסקומען א בריוו פון אפאר רבנים בעד זכו, נאך וואס זכו האט זיך אונטערגענומען ארויסנעמען די פאר שיעורים וואס האבן אנגעמאכט די שטורעם.
דעמאלטס איז שוין באלד נישט אינטערסאנט ;)

אבער ערענסט גערעדט דער ביסל נארמאלע הדרכה וואס ס'איז נאך דא וויל מען אויך צונעמען??????
 
Back
Top