ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

היות דו רעכנסט אים אויס די ערשטע, איז אינטערעסאנט צו פארצייכענען וואס כ'האב געהערט, אז שלא כצורתו וואס גיט א זויערן רושם כלפי חוץ, איז הרב פילאפף בכלל נישט די ערשטע צו לויפן אונטערשרייבן אזא קול קורא (כמדומה אז ביי בילגריי האט ער טאקע נישט גע'חתמ'ט), די מערסטע ביטער איז ר' שלמה לייב וויינבערגער, (כך שמעתי יעצט, און ס'זעלביגע האט די גאס געשמועסט ביי שירים ושיעורים סומאטוכע)
איינער איז אמאל אריין צו זיין הכנה לפסח שיעור, הערט ער ווי ער לערנט פאר די סדר פונעם סדר נאכט, קדש די שייטלעך זענען פריצותדיג, ורחץ די ציונים זענען מעכב די גאולה, און ער איז אוועקגעגאנגען. ער קומט צוריק א שעה שפעטער און ער הערט כורך די עירוב שולחן עורך די לייען מאטריאל.
 
איך פארשטיי נישט וועם עס שטערט די קול קורא'ס. ווער געבט נאך א דעם פאר די זאכן. ווער עס וויל עס הערן, הערט עס, און איך מיין אז סאיז נישט פארהאן קיין איין אינגערמאן וואס האלט זיך אפ פון גיין ווייל ער האט מורא אריינצופאלן אין תאוות עולם הזה.
אדרבה, איך וואלט נישט געגאנגען צו א פרומע שיעור ווייל וואס איז עס מיר מחדש, אבער יעצט אז די צעטלעך שרייען 'ככל הגוים בית ישראל', איז דאך עס ממש וואס איך זוך, איך וואלט ווען געגאנגען גלייך צום גוי נאר איך ווייס נישט ווער וואס וואו, קומט איינער אויף מיין פירסט לענגוויטש מיר מאכן וואו א גוי, א מחיה.😂
 
ער מאכט דען פאר א גוי? ער מאכט איהם א נארמאלער
פערפאמער פון די בעיסיק חיובים פון א מאן צו די פרוי
וואס עס האט געפעהלט מחמת חסרון ידיעה, וואס איז פארגעסען געווארען אויך ביי די גוים אין דזשענערעל, און עס איז צוריק נתחדש געווארען אין די יאהרן 1949-1950 דורך אלפרעד קינסי איז בואו ונחזיק אז מען איז מחזיר עטרה ליושנה און עס ווערט מלאה הארץ דעה.
 
היות דו רעכנסט אים אויס די ערשטע, איז אינטערעסאנט צו פארצייכענען וואס כ'האב געהערט, אז שלא כצורתו וואס גיט א זויערן רושם כלפי חוץ, איז הרב פילאפף בכלל נישט די ערשטע צו לויפן אונטערשרייבן אזא קול קורא (כמדומה אז ביי בילגריי האט ער טאקע נישט גע'חתמ'ט), די מערסטע ביטער איז ר' שלמה לייב וויינבערגער, (כך שמעתי יעצט, און ס'זעלביגע האט די גאס געשמועסט ביי שירים ושיעורים סומאטוכע)
הרב פילאפף איז אפ טו דעיט, כאטש ער מאכט אזא פרום פנים, ער פארשטייט גוט אן ענין,
רבי שלמה לייב וויינבערגער איז בדומה לו, אבער ביי דעם ענין איז דער מציאות אז ער איז אן אלמן אסאך יארן גורם אז ער האט נישט די סענסיטיוויטי צו דעם.
 
הרב פילאפף איז אפ טו דעיט כאטש ער מאכט אזא פרום פנים ער פארשטייט גוט אן ענין , רבי שלמה ליב
וויינבערגער איז בדומה לו אבער ביי דעם ענין , איז דער
מציאות אז ער איז אן אלמן סך יאהרען גורם אז ער האט נישט די סענסיטיוויטי צו דעם .
די אייציגסטע לימוד זכות אויף זיי איז אז זיי זענען פארצייטישע צוריקגעשטאנענע אידן וואס האבן נישט קיין בלאסן השגה װאָס טוט זיך אפ אויפן וועלט.
אויב זענען זיי יא חברה לייט און זיי ווייסן פיין וואס זיי דרייען אן, וועלן זיי פון גיהנם נישט ארויסגיין.
זיך שפילן מיט כלל ישראל, פארדרייען מענטשן א קאפ און חרוב מאכן א דור איז נישט קיין ווערטל. סאיז א שפיל מיט פייער, מען טשעפעט דא מיט כלל ישראל. אויב האבן זיי טענת אונס, נו שוין, אבער אויב איז עס במזיד, אך און וויי פאר זייער נשמה.
 
איז דא איינער דא, וואס האט גענימען די קורס וואס כ'קען אביסל פרעגן דערוועגן, אין אישי?
 
אויב זענען זיי יא חברה לייט און זיי ווייסן פיין וואס זיי דרייען אן, וועלן זיי פון גיהנם נישט ארויסגיין.
איך גלייב באמונה שלימה אז זיי וועלן גיין אין גיהנם דערפאר,
איך קען אבער נישט גאראנטירן אז זיי וועלן נישט ארויסגיין......
 
Back
Top