ואהבת לרעך "כמוך" טרעפן Love צו זיך

פאלאטשינטאו

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 31, 2024
מעסעדזשעס
15
רעאקציע ראטע
43
איך ווייס נישט צו עס ווערט שוין ערגעץ אויסגעשמועסט דא, עס איז שוין געווארן אריינגעווארפן דא דארט, אבער דא וויל איך עקסלוסיוולי דעבאטירן דאס.

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מענטל העלטה פראפעסאר, און איך בין נאך קיינמאל געגאנגען אין ערגעץ פאר הילף, ביטע טאלערירן מיין ארימע פארשטענדעניש און וויסנשאפט.

איז אזוי, ס'איז דא קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן געווארן אונטער שווערע עלטערן, און אלס תוצאה, זענען זיי אויפגעצויגן געווארן אן אזא מין מושג פון love, זיי זענען געמאכט פון פלאסטיק און זייער גאנצע לעבן איז טעכניש און פארטיג. קאלט.

זיי האבן נישט קיין טראמא, זיי זענען נאך אפילו אין גוטן מיט די עלטערן - טעכניש - אבער אן קיין געפילן. (זאל איך עס רופן פוילישע אפשטאמיגע?)

אזעלכע קינדער פארלאנגען נישט love, ווייל זיי אליינס פארמאגן דאס נישט אויף זיך זעלבסט, און אוודאי קענען זיי עס נישט געבן פאר אנדערע, אין א בחינה פון ואהבת לרעך כמוך, אז ס'איז נישט דא דער כמוך איז דאך נישטא קיין אהבה לרעך.

ווידער זענען דא אנדערע וואס זענען אויפגעוואקסן מיט ארדענטליכע עלטערן, מיט געפילן, און נאך די חתונה זיכן זיי צו קאנעקטן ווי געזונטע מענטשן.

יעצט פלונית א' פון אונזער געשיכטע, און די ערשטע תקופה נאך די חתונה פאלגט זיי אלעס זייער טעכניש , אזוי ווי די טיטשער האט אויסגעלערנט, מאכט א נאוט פארן מאן אין זיין פרישטאג איך האב דיך אזוי ליעב וכו'.

די מאן ווערט פרייליך און גיבט צוריק, און צו זיין וואונדער, זי רעאגירט נישט דערצו, זי זאגט ס'פעלט נישט אויס, א שאד דיין צייט און געלט וכו' זי וויל אים נישט מאכן שווער ארבעטן פאר זיך.

שוין, עס גייט דורך אפאר יאר, קינדער געבוירן, מען וואשט וועש, קאכט באקט, א גאנצע בעל הביתטע, אבער ווען ס'קומט צו א רילעישנשיפ, זי ווייסט נישט וואס מען וויל פון איר, זי טוט דאך אלעס, און ווען מען קען נישט, קען מען דאך טעכניש נישט.

נאכן פרובירן אויפקלערן, וועט זי עדדן צו איר אינסטרוקציעס אז דאס און דאס וואס איר מאן האט איר געזאגט לייגט מען צו, אבער דער מאן איז נישט קיין נער און פילט ווייטער די זעלבע, דער פרוי איז נישטא.

איז דא העלפ דערצו?

איך רעדט נישט פון טראמא, איך רעדט פון אויסלערנען א מענטש דו קענסט דיך ליב האבן, פארגינען זיך צו קויפן עפעס שיין ווייל דו האסטיך ליב, נישט ווייל דיין מאן האט געהייסן וכו'. באקומען א טעם און זיסקייט צו זיך אליינס.

און אטאמאטיש קענען נאכדעם געבן און פארנעמען love.
 
אוודאי קען מען, אבער... מיט זייער אסאך אהבה וסבלנות און פארשטייט אז א פראפעסניעל דארף דאס באגלייטען ווייל יעדער איז אנדרעש, ממילא איז שווער צו זאגן א כלל, אבער אויף צו אנהייבען וואלט איך מציע געוועהן א בוך running on empty

ווי אויך איז וויכטיג צו וויסן און פארשטיין אז אסאך מאל ווען זי פארשטייט שוין וואס מען וויל פון איר און וויפיל בעסער זי/ער וועט פילען בנוסף צו די גוט פילען פון די מאן/ווייב און קינדער איז נאכאלץ זייער שווער צו טוישן עס מאכט שלעכט פילען וויאזוי מען האט געלעבט ביז יעצט.
 
וועלעכע פראפעשענאל טוט דערין? נישט קיין קאוטש, דווקא א טעראפיסט
 
און איז דא א מעגליכקייט אז די מאן איז די פראבלעם? אפשר פילט זי גאר ווי ער קאנטראלירט איר?
 
בד"וו, די פראבלעם איז [ליידער] זייער נארמאל, ביזט נישט קיין יחיד און אפילו נישט א מיעוט, יעדע משפחה האט אנדערע וועגען פון קאמיוניקאציע, ארויס ווייזען ליבשאפט אא"וו, אמאל דארף מען נאר 'זיך' נאר אויסלערנען יענעמ'ס שפראך
 
איך וואלט רעקאמענדירט דאס בוך
The Five Love Languages פון Gary Chapman
זיין פסיכאלאָגיע איז אז יעדער מענטש האט א ליבע שפראך, און ער רעכנט אויס די פארשידענע ליבע שפראכן. די סיבה וואס מ׳פילט נישט ליבשאפט איינער צום צווייטן איז ווייל ביידע ספאוזן האבן אנדערע ליבע שפראכן. ער געבט עצות ווי מ׳קען דאס אראפשטעלן אין ארט.
 
נישט פארשטאנען, קענסט ביטע מסביר זיין?
פונקט איינער וואס פארשטייט נישט קיין מילה אחת פון אידיש קענסטו איהם נישט זאגן אין "דיין" שפראך אז דו האסט איהם ליב וכדומה, איז די זעלבע ווען איינער האט זייער א אנדערע וועג פון זיך ארויסגעבען למשל ווי דו האסט מחלק געוועהן א חילוק צווישען א פוילישע און א אונגארישע, דארף מען ארבעטען צו פארשטיין וואס יענער מיינט, און די צווייטער דארף ארבעטען צו רעדן דיין שפראך אבער דאס איז נישט אונזער געשעפט
נאך א דוגמא איז די ענגלישע אקצענט וואס איז מיט אן אנדערע סארט ניגון וואס מיר אין אמעריקא זענען געוואוינט, אויב וועט איינער אלעס נאר הערן און זעהן זיין וועג וועט ער שנעל באליידיגט ווערן, אלא מאי דארט פארשטייסטו אז יענער רעדט און גיבט זיך ארויס אנדרעש, די זעלבע איז אויך דא.
 
איך וואלט רעקאמענדירט דאס בוך
The Five Love Languages פון Gary Chapman
זיין פסיכאלאָגיע איז אז יעדער מענטש האט א ליבע שפראך, און ער רעכנט אויס די פארשידענע ליבע שפראכן. די סיבה וואס מ׳פילט נישט ליבשאפט איינער צום צווייטן איז ווייל ביידע ספאוזן האבן אנדערע ליבע שפראכן. ער געבט עצות ווי מ׳קען דאס אראפשטעלן אין ארט.
יישר כח פאר אייער רעספאנס,

באט קענענדיג א מענטש פון דער נאנט פאר העכער א דעקעט, און וויסן אז דאס עקזיסטירט נישט, איז דאס נישט ממש בייהילפיג.

יא, ס'איז דא אזא זאך אז מענטש איז נישט אויפגעוואקסן דערמיט, און ווי איך פארשטיי קען אדער דארף טעראפיע אויסלערנען דעם מענטש צו פארשטיין דערצו, און זעהן that you're missing out something.
 
איך ווייס נישט צו עס ווערט שוין ערגעץ אויסגעשמועסט דא, עס איז שוין געווארן אריינגעווארפן דא דארט, אבער דא וויל איך עקסלוסיוולי דעבאטירן דאס.

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מענטל העלטה פראפעסאר, און איך בין נאך קיינמאל געגאנגען אין ערגעץ פאר הילף, ביטע טאלערירן מיין ארימע פארשטענדעניש און וויסנשאפט.

איז אזוי, ס'איז דא קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן געווארן אונטער שווערע עלטערן, און אלס תוצאה, זענען זיי אויפגעצויגן געווארן אן אזא מין מושג פון love, זיי זענען געמאכט פון פלאסטיק און זייער גאנצע לעבן איז טעכניש און פארטיג. קאלט.

זיי האבן נישט קיין טראמא, זיי זענען נאך אפילו אין גוטן מיט די עלטערן - טעכניש - אבער אן קיין געפילן. (זאל איך עס רופן פוילישע אפשטאמיגע?)

אזעלכע קינדער פארלאנגען נישט love, ווייל זיי אליינס פארמאגן דאס נישט אויף זיך זעלבסט, און אוודאי קענען זיי עס נישט געבן פאר אנדערע, אין א בחינה פון ואהבת לרעך כמוך, אז ס'איז נישט דא דער כמוך איז דאך נישטא קיין אהבה לרעך.

ווידער זענען דא אנדערע וואס זענען אויפגעוואקסן מיט ארדענטליכע עלטערן, מיט געפילן, און נאך די חתונה זיכן זיי צו קאנעקטן ווי געזונטע מענטשן.

יעצט פלונית א' פון אונזער געשיכטע, און די ערשטע תקופה נאך די חתונה פאלגט זיי אלעס זייער טעכניש , אזוי ווי די טיטשער האט אויסגעלערנט, מאכט א נאוט פארן מאן אין זיין פרישטאג איך האב דיך אזוי ליעב וכו'.

די מאן ווערט פרייליך און גיבט צוריק, און צו זיין וואונדער, זי רעאגירט נישט דערצו, זי זאגט ס'פעלט נישט אויס, א שאד דיין צייט און געלט וכו' זי וויל אים נישט מאכן שווער ארבעטן פאר זיך.

שוין, עס גייט דורך אפאר יאר, קינדער געבוירן, מען וואשט וועש, קאכט באקט, א גאנצע בעל הביתטע, אבער ווען ס'קומט צו א רילעישנשיפ, זי ווייסט נישט וואס מען וויל פון איר, זי טוט דאך אלעס, און ווען מען קען נישט, קען מען דאך טעכניש נישט.

נאכן פרובירן אויפקלערן, וועט זי עדדן צו איר אינסטרוקציעס אז דאס און דאס וואס איר מאן האט איר געזאגט לייגט מען צו, אבער דער מאן איז נישט קיין נער און פילט ווייטער די זעלבע, דער פרוי איז נישטא.

איז דא העלפ דערצו?

איך רעדט נישט פון טראמא, איך רעדט פון אויסלערנען א מענטש דו קענסט דיך ליב האבן, פארגינען זיך צו קויפן עפעס שיין ווייל דו האסטיך ליב, נישט ווייל דיין מאן האט געהייסן וכו'. באקומען א טעם און זיסקייט צו זיך אליינס.

און אטאמאטיש קענען נאכדעם געבן און פארנעמען love.
אוי פרעגסטו גוט!!
גלייב מיך פאר יעדע מענטש וואס פרעגט עס איז דא נאך פיל!
האסט עס אזוי גוט ארויסגעברענגט
 
איז דא העלפ דערצו?

איך רעדט נישט פון טראמא, איך רעדט פון אויסלערנען א מענטש דו קענסט דיך ליב האבן, פארגינען זיך צו קויפן עפעס שיין ווייל דו האסטיך ליב, נישט ווייל דיין מאן האט געהייסן וכו'. באקומען א טעם און זיסקייט צו זיך אליינס.

און אטאמאטיש קענען נאכדעם געבן און פארנעמען love.
ביי מיר האט עס זיך געפענט דורך פסייכאדעליקס.

פון די אנדערע זייט, איינמאל זי עפענט זיך וועט זי אפשר ווערן אויס באלעבוסטע, ראבאט, זי וועט האבן נערווען פאר געוויסע זאכן און נישט נערווען פאר אנדערע זאכן.

זי קען דורך גיין שווערע חדשים פון פיין און טראומא וואס קומען ארויף וואס זי האט קיינמאל נישט באמערקט ווי זיי האלטן איר צוריק פון לעבן מיטן גאנצן הנאה. זי קען אנהייבן פון פריש זיכן א סיבה פארוואס זי לעבט.

אבער די גרינגערע וועג איז אפשר זי זאל נעמען קנאביס מיט א פאסילעטעיטער, און א צווייט מאל א גרינגע פסייכאדעליק ווי MDMA. און טון ברעטהווארק און עקסערסייז, גיין צו טעראפי.

ס'קען זיין אז ס'איז מער א דרך ארוכה אבער ס'איז נישט אזוי באמפּי ווי א טרינק אייאוואסקא.
-

כ'האלט מיט פערציג יאריגע באלעבוסטעס וואס האבן געפארן ווי א באן, וואס האבן זיך געפענט דורך גרינגערע פסייכאדעליקס און זיי קענען דשאגלען סיי קעירנעמען פון די משפחה (און פיינעלי געבן ליבשאפט!) און ווי אויך פראסעסן דאס וואס זיי האבן איגנארירט די לעצטע פערציג יאר.
 
איך קען ארויסברענגן עטליכע משלים,

מען גיבט איר פאר יום טוב א בינטל קעש זיך צו קויפן א שיינע מלבוש לכבוד יום טוב, נאך אפאר שעה שאפינג קויפט זי א נייע ווייסע בענדענע וואס זי האט געטראפן פאר 80% off (אלס פרעשור פון די מאן אז זי "מוז" נעבעך עפעס קויפן).

פאר א וועקעישאן איז נישטא צו וועם צו רעדן (מיט חברטעס שוין איינמאל) מען רעדט שוין נישט אויב דארף מען צוטיילן די קינדער, די גאנצע שטאט דארף ליידן פאר מיין וואקאציע?

אין רעסטוראנט וועט זיין גענוג אפאר לעפלעך פון די מאן'ס פארשען, ס'איז א שאד, עס קען גיין אין גארביטש. (פאר א צווייטן פארגינט מען יא)

קיינמאל בעטן פון די מאן ארויסצוגיין ערגעץ, נאר ווען מען פילט א פרעשור, אז די מאן גייט זיך אפרעדן אז קיינמאל גיי מיר נישט אין ערגעץ (זי וויל זיין א וואוילע ווייב, אבער טעכניש, זי פארשטייט נישט וואס האט דאס מיט דאס)

די רעדע איז נישט אנבאלאנגט די קארגשאפט, דאס איז שוין א תוצאה.
 
@פאלאטשינטאו האסט ארויסגעברענגט אזא וואנארעבול זאך אזוי קלאר!! 👏

אסאך מאל טראכט איך, ווי אזוי קען איך מסביר זיין פאר איינעם וואס ס'באדערט מיר וועגן מיין רילעישנשיפ מיט מיין ווייב?

איך מיין, גאלדענע מדות האט זי, געבט זיך איבער פאר די קינדער, מאכט זיכער אז איך האב אלעס, זי זאגט מיר נישט קיין הויך ווארט ווי גרויס די יאר איז,

איש מבקש, וואס שטויסטו מיט ד פיס?? געט אווער יאר סעלפ!! זיי פרייליך אז די באשעפער האב דיר אזאנס געשאנקן!!

עד שבא פאלאטשינטאו און עס אזוי קלאר ארויסגעברענגט,

מיין עדווייס? (ס'גרינג צי זאגן פאר יענעם), טרעפ א וועג צי קאנווינסן דיין ווייב צי גיין ציזאמען צי מערידזש קאונסלינג, אדער עקסטער צי טערעפי!

הצלחה!
 
הממ.. אונז זענען שוואגערס?
 
איך פארשטיי אז ס׳דארף זיין זייער שווער צו זיין אין אזא רילעשנשיפ. אדער בעסער געזאגט, נישט רילעשנשיפ. מ׳טרייט צו ווערן נענטער, מ׳וויל עקספרעסן געפילן, זיך ענדזשויען צוזאמען, אבער דער שיתוף ווייסט נישט וואס דו ווילסט. ס׳פילט ווי מ׳טאפט א וואנט.. ס׳זייער פעינפול!!

וואס מ׳קען טון.

די ערשטע סטעפ איז וויכטיג צו אידענטיפייען די שורש פון די פראבלעם. וואס טוט זיך אין איר מוח? פארוואס, ווי סאך מ׳טרייט איר צו עקספלעינען וואס מ׳וויל כאפט זי נישט און פארשטייט נישט די פשוט׳ע אלף בית? דערנאך קען מען בעסער ארויסהאבן די מצב און וויסן וואס צו עקספעקטן, וואס קען זיך פארבעסערן מיט די צייט (דורך דרויסענדיגע הילף אדער דורך סבלנות און ליבשאפט פונעם מאן) און וואס נישט. ווי אויך קעמען וויסענדיג וויאזוי איר מוח ארבייט, זיך מעגליך אויסלערנען וויאזוי צו דילען מיט איר. וואס יא צו זאגן און וואס ס׳איז א שאד צו זאגן.

אזא הנהגה ווי דו לייגסט עס אראפ קען מעגליך זיין די תוצאה פון א דיסארדער.

מערערע דיסארדערס קען האבן אזא סארט תוצאה און ס׳וויכטיג צו וויסן דעם פינקטליכן שורש ווייל מ׳האנדעלט מיט יעדע איינע גאר אנדערש. פארשטייט זיך אז דייעגנאוזן קען נאר א פראפעסיאנעל נאכן זיצן מיט איר.

די ערשטע 3 לכאורה וואס קען מעגליך זיין די גורם, איז:

OCPD
בקיצור, איז דאס א פערסאנאלעטי וואס באשטייט בעיקר פון פערפעקשאניזעם, קאנטראל, און א שטארקע געוויכט אויף רולס און רעגולעישאנס. זיי באטראכטן געפילן ווי א איבריגע זאך און געווענליך האלטן זיי אז ס׳איז נישטא קיין שום פראבלעם מיט זייער פערסאנאלעטי.

(איך ווייס איינער וואס האט זיך געמוטשעט יארן מיט זיין ווייב אויף די נושאים, זי האט אלץ גע׳טענה׳ט אז אלעס איז פיין און דריי נישט קיין קאפ. ביז זי האט מסכים געווען צו גיין צו א פראפעסיאנעל וואס האט איר דייעגנאוזד מיט ocpd דאן האט זי אנגעהויבן זיין וויליג צו ארבייטן אויף זיך).

Autism Spectrum Disorder (formerly Asperger’s)
בקיצור נמרץ איז דאס איז א חולי וואס פאסירט ביי די דעוועלאפמענט פונעם מוח. די מענטשען האבן א בלאקעדזש צו סאשעלייזן נאטירלעך און פארשטיין געפילן. זיי פירן זיך בלויז לאדזשיקעל און פארשטייען נישט פארוואס ס׳וויכטיג צו עקספרעסן געפילען.

Childhood Emotional Neglect (CEN)
דאס איז נישט אן אפיציעלע דיסארדער, אבער ס׳איז א טבע שני וואס שטאמט פון אויפוואקסן אין א שטוב וואס מ׳האט זיי נישט געגעבן קיין געפילן. נישט קיין אביוז, מ׳האט זיי אלעס אפילו צוגעשטעלט, אבער נאר טעקניקל. אלץ ערוואקסענע מענטשן זענען זיי נאם, דיסקאנעקטעד. האלטן אז ס׳קומטסעך זיי נישט קיין ליבשאפט און ווייסן נישט וויאזוי צו האבן א טיפע קאנעקשאן.

א מענטש מיט סיי וועלכע מענטל דיסארדער קען זיין באמת זיין א גוטע מענטש און וועלן געבן פאר זייער לעבנ׳ס שיתוף וואס ער/זי דארף. ס׳פשוט א בלאקעדזש אינעם מוח/נפש. גארנישט אנדערש ווי א פיזיקעל מחלה, ווי למשל א צובראכענע פוס וואס מאכט אוממגעליך אז דער מענטש זאל קענען וואקן געהעריג.
 
Childhood Emotional Neglect (CEN)
דאס איז נישט אן אפיציעלע דיסארדער, אבער ס׳איז א טבע שני וואס שטאמט פון אויפוואקסן אין א שטוב וואס מ׳האט זיי נישט געגעבן קיין געפילן. נישט קיין אביוז, מ׳האט זיי אלעס אפילו צוגעשטעלט, אבער נאר טעקניקל. אלץ ערוואקסענע מענטשן זענען זיי נאם, דיסקאנעקטעד. האלטן אז ס׳קומטסעך זיי נישט קיין ליבשאפט און ווייסן נישט וויאזוי צו האבן א טיפע קאנעקשאן.
כמעט גענאגלט (וויבאלד איך בין חושש אז דארט איז יא עטוואס געווען אביוז)
 
כמעט גענאגלט (וויבאלד איך בין חושש אז דארט איז יא עטוואס געווען אביוז)
ווי געשריבען אין מיין ערשטע תגובה אין דעם שנירעל איז פאר אזא סארט פראבלעם דא א בוך Running on Empty וואס וועט "איר" און פארשטייט זיך דיר אויך ווייזען וואס מ'האט פארפאסט אלץ קינד, די תוצאות און וואס מען קען יעצט טון זיך צו פארבעסערען
פארשטייט זיך אז ס'איז אינו דומה צו גיין פאר עכטע הילף
און נאכאמאל דאס איז ליידער זייער אפט אז מ'איז אויפגעוואקסען און טעקניקעל פארמאלע שטובער וואס קיין ערענסטע שלום בית פראבלעמען איז נישט געוועהן און נאכאלץ איז דא א שטארקע void אין די נפש וואס איז גורם סיי אז מ'האט אליינס נישט קיין ריכטיגע סיפוק הנפש און כ"ש אז מען קען נישט גיבן פאר אנדערע.
כל הנ"ל איז געזאגט אפילו ווען ס'איז נישט געוועהן קיין שום אביוז אדער אפילו ווייניגער דערפון, מ'האט פשוט געפירט א שטוב ווי גוטע שותפים אהן קיין שום עכטע שטארקע קשר פנימי.
 
Back
Top